די ספרדישע געמיינדע "האסיף" (דער וועקער #6)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

די ספרדישע געמיינדע "האסיף" (דער וועקער #6)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:37 pm

הקדמה

נישט ווייט פון אונזערע היימישע געגענטער, וואוינט א ריזיגע ציבור פון פרומע אידן. זיי זענען א גאנצע געמיינדע פאראייניגט, מיט בתי מדרשים און ישיבות, חדרים און מיידל שולע'ס, רבנים און מנהיגים, עסקנים און בעלי בתים און עמך אידן. זיי לעבן אבער אזוי באזונדער אז ווייניג היימישע אידן ווייסן צופיל פון זיי.

זיי האבן אייגענע מנהגים און אייגענע ווירדן. וואס איז ביי אונז א סתירה צו א פרומע לעבן איז ביי זיי א לכתחילה, וכן להיפוך. מ'זעט זיי אמאל אין ביזנעס צי אין מאנהעטן און מ'מיינט אז זיי זענען סתם מאדערנע אידן, ווען למעשה לעבן זיי גענצליך אינעם עבר. מ'מיינט אז זיי זענען קלי דעת ודת, בו בזמן וואס זיי האבן אייגענע דקדוקים, חומרות און הידורים וואס זיי גיבן נישט אויף פאר כל הון דעלמא.

איך רעד פון די ספרד'ישע קהלה אין פלעטבוש/דיעל. זיי זענען בעיקר פון סיריע, און זיי האבן א גאנצע ווערטשאפט צווישן זיך, מיט פילע עשירים און גרויסע ביזנעס לייט. זיי האבען א נעץ מיט זייערע ברידער אין מעקסיקא/פאנאמא/ארגענטינע און א"י, און זייער ביזנעס און משפחה באציאונגען מיט זיי איז שטערקער ווי די ווייטע וועג וואס טיילט אפ צווישן זיי.

איך גלויב אז דער עולם דא איז ווייניג באקאנט אין זייער לעבנסשטייגער, מנהגים און געשיכטע דאהי אין אמעריקע, דעריבער וויל איך אראפשרייבן וואס איך ווייס פון זיי, פון מיינע פילע שמועסן מיט ספרדים פון לעיקוואד און א טייל פון זייערע מנהיגים.

מיר זענען צוגעוואוינט צו א לעבנסשטייגער וואס מעסט אידישקייט לויט ווי אנדערש מיר זענען פון אונזער ברייטער סביבה, און ווי ווייניג באציאונגען מיר האבן מיט זיי. פרומע און פרייע זענען לחלוטין אפגעהאקט, מובדל ומופרש. פארפרומטע און מאדערנע אידן זענען שטארק אפגעטיילט, חסידים און מתנגדים זענען עטוואס אפגעטיילט, און אפילו צווישן חסידי'שע אידן זעלבסט הערשט א מויער צווישן די פארשידענע קרייזן. ס'איז געווארן א ווירדע, א מצוה בפנ"ע זיך מער צו באצוימען פון אנדערע.

דעריבער איז שווער צו גלויבן אויף א מענטש וואס גאלט זיין בארד אז ער איז אן אמת'ער ערליכער איד, מיט אידישע ווירדן און וויסנשאפט. דאס איז א קולטורישער ערשיינונג, און אין אונזער חסידי'שע סביבה מיט אונזער ערציאונג איז עס עפ"י רוב אמת. ס'איז זעלטן צו טרעפן א איד וואס זעט נישט אויס ווי אונז און גלויבט און פיהרט זיך ווי אונז. מיר האבן א היסטאריע פון דורות משכילים און כת ש"צ'ניקעס, פראנקיסטן און נעאלאגן, מיט פארשידענע אנדערע איזמ'ס וואס מאכט אונז געפארפול פון יעדע שינוי, און אויף יעדע נייע זאך שמעקט מען טויזענטער מאל צו זעהן צי ס'קען שעדיגן צי נישט.

די ספרדים האבן נישט אזא היסטאריע, און דעריבער האבן זיי א סאך גרעסערע רואיגקייט צו אידישקייט. ס'איז ביי זיי נישט קיין מלחמה, נאר א נארמאלע לעבנסשטייגער, און דעריבער האט עס נישט אסאך פון די חיצוניות וואס אונזער געזעלשאפט פארמאגט.

איך קום נישט שטעלן קיין מיינונג ווער ס'איז גערעכט, מ'דארף אבער פארשטיין די נקודה כדי צו וויסן זיי נישט צו משפט'ן לויט אונזערע ווירדן. א מענטש מיט א פילפארביגע געבלימטע העמד, און האר וואס גלאנצט ווי א דיאמאנט, און א גערוך פון פערפיום וואס מ'שמעקט נאך איידער ס'איז מעגליך צו זעהן דער וואס טראגט דער פאס קאלאג"ן, מיינט נישט אז ער איז נישט קיין מסירות נפש איד וואס איז גרייט אלס אוועקצוגעבן צו היטן די תורה לויט זיין פארשטאנד. ער קען נאך זיין א יודע ספר און א טאטע פון קינדער וואס לערנען טאג און נאכט, אויף זיין חשבון. די חיצוניות איז נישט קיין סתירה.

מ'קען זיך אויך טרעפן מיט א ספרדי'שער בן תורה אין לעיקוואד, וואס לערנט יומם ולילה מיט מסירות נפש, און איז נישט קיין בעל תשובה. ער פיהרט זיך אויף ספרד'יש מיט די מנהגים, הברה, מאכלים א.א.וו. ווען מ'זעט אבער זיין משפחה, עלטערן, און געשוויסטער זעט מען א לעבן וואס איז מיליאנען מיילן אוועק פון איהם, און ס'איז נישט קיין סתירה! ער איז נישט קיין בעל תשובה וואס פרובירט זיך צו האלטן נאנט מיט זיינע עלטערן, ער איז א פולקאמער חלק פון זייער משפחה, נאר ער איז דער בן תורה. ס'איז שווער אראפצושלינגען אזא מציאות, אבער אזוי איז עס. זייער היסטאריע איז א גרויסע חלק דערפון, און איך וועל דא אביסל פרובירן אראפצולייגן וואס איך קען.

לאמיר זיך אריינלאזן אין א רייזע קיין דמשק און ארם צובא און צוקוקן וויאזוי די גאנצע זאך האט זיך אנטוויקלט, וויאזוי זיי זענען אנגעקומען אין אמעריקע, און וואו שטייען זיי היינט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 8:15 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:37 pm

דאס לעבן אין סיריע


אין סיריע האבן די אידן זיך בעיקר באזעצט אין צוויי שטעט; חאלעב (אלעפא) און שאמי (דמשק). די מסורה ביי זיי איז אז די מקור פון די נאמען 'חאלעב' קומט פון דעם אז די אראבער גלויבן אז אברהם אבינו האט דארט געמאלקן זיין קוה צו סערווירן פאר זיין געסט ("ויקח חמאה וחלב", בראשית יח, ח). חאלעב איז מילך אין אראביש, ענליך צו דער לשה"ק ווארט חלב. אין לשה"ק רופן זיי אן זייער קהלה 'קהילת ארם צובא', אז די ארם צובא אין נ"ך גייט ארויף אויף זיי.

די צוויי עדות רופן זיך ביי צוויי נעמען, די אידן פון דמשק רופן זיך שאמי און די פון אלעפא רופן זיך חאלעבים. זיי האבן צוויי ערליי מנהגים און קהלות אין נ.י. וואו דער רוב איז חאלעבים. זייערע מוסדות הייסן 'שערי ציון' און 'מגן דוד'. די שאמי האבן 'אחי עזר' וואס איז פיהל קלענער. אין מעקסיקא זענען זיי בעיקר פון די שאמי קהלה, און אין ארגענטינא און פאנאמא זענען זיי בעיקר חאלעבים. צווישן זיי הערשט א רייבעריי מי בראש, ווער איז וויכטיגער/קלוגער/פרומער/רייכער/געלונגענער. מ'פרובירט זיך משדך זיין נאר צווישן זיך און אנהאלטן די מנהגים ווי ווייט מעגליך.

בילד
ביהכ"נ אחי עזר ברוקלין

איך האב אבער געהערט אז אין אלעפא זעלבסט זענען געווען צוויי משפחות. די מסתערבים און די ספרדים. די מסתערבים זענען דארט געווען מימי בית ראשון, און די ספרדים זענען אנגעקומען נאך גירוש ספרד. זיי האבן זיך דארט פרובירט צו האלטן עקסטער, נישט משדך זיין איינער מיט'ן אנדערן (ס'איז געווען א מנהג ביי די ספרדים פון אלעפא צו צינדן א באזונדערע ליכט חנוכה צו דערמאנען די זכיה אז זיי זענען אנגעקומען אין א שטאט וואס האט זיי אריינגענומען און אקצעפטירט אלס אידן, נאכ'ן מוזן אנטלויפן פון ספרד).

דאס איז היינט ברייט פארגעסן געווארן ביי זיי, אבער דער ענין איז נאך דא צווישן די חאלעבים און די שאמי (אינטרעסאנט, איך האב אמאל גערעדט מיט א לאנדאנער יונגערמאן וואס זיין טאטע איז געבוירן געווארן אין אינדיע, איך האב עפעס געזאגט וועגן די שטאט קאלקוטא, האט ער מיר געזאגט אז זיין טאטע איז פון באמבעי (מומבאי) און זיי זענען געבליבן ערליכער ווי די קאלקוטא אידן און בכלל אראפגעקוקט אויף די קהלה פון קאלקוטא. איך האב איהם געפרעגט וויפיל דורות האבן זיי געוואוינט אין אינדיע, האט ער מיר געענטפערט "צוויי". ד.ה. איין דור איז אנגעקומען פון באגדאד און די צווייטע איז שוין אוועקגעפארן. פון די צוויי דורות האבן זיי שוין אפגעשיידט צווישן די צוויי קהלות!) אוודאי איז מען זיך למעשה משדך און מ'האלט זיך גאנץ נאנט, אבער א זכר איז נאך דא.

זיי האבן געהאט א בליענדיגע קהלה-לעבן דארט, מיט עשירים און עניים, תלמידי חכמים און עמי הארץ גם יחד. ביידע שטעט זענען אויפ'ן וועג פון די "זיידן גאס". ד.ה. אסאך פראדוקטן פון די ווייטע מזרח פון די וועלט, וואס זענען געליפערט געווארן צום מערב זייט פון די וועלט, זענען אדורכגעפארן די שטעט. ביז צום גראבן פון די סועץ קאנאל איז אלס אדורכגעפארן די וועג, און ביזנעס האט געקנאקט. דמשק האט אויך געהאט די מעלה זייענדיג נענטער צו לבנון און די גרויסע פארטן וואו מ'קען ווייטער שיקן סחורה צו אייראפע און אמעריקע. די אידן זענען געווען די סוחרים און מיטל-מענטשן אין די אלע ביזנעסער, אזוי ווי אידן אין די גאנצע וועלט, און דער ציבור האט געצויגן חיונה דערפון.

אין די ראשונים'ס צייטן טרעפן מיר סיריע אין עטליכע פלעצער. דער רמב"ם אין א בריוו צו די חכמי לוניל דערמאנט אלעפא אלס די איינציגסטע שטאט אין סיריע וואו מ'לערנט אביסל, אבער נישט גענוג. דער רמב"ן איז געווען אין דמשק אויפ'ן וועג קיין א"י און ער האט פון דארט מיטגעברענגט מיט זיך א קבוצה אידן קיין א"י.

זיי האבן נאך געהאט א ביהמ"ד, וואס א רייזנדער - וואס איז דארט אנגעקומען הארט נאכ'ן אנקומען פון די ספרדים אין אלעפא - האט פארציילט א טראדיציע אז ס'שטייט נאך מימות אלישע הנביא, וואס דארט האט ער מושח געווען חזאל מלך ארם (איך ווייס נישט וואס דאס דארף צו מיינען, אין נ"ך שטייט אז אליהו הנביא האט מושח געווען חזאל מלך ארם [מלכים-א' יט, טו]). זיי האבען פארשידענע אזעלכע מסורות, ווי למשל א ביהמ"ד וואו יואב בן צרויה האט געדאווענט ווען ער איז אהינגעגאנגען (עי' תהלים ס, ב: "בהצותו את ארם נהרים ואת ארם צובה, וישב יואב ויך את אדום בגיא מלח שנים עשר אלף").

דער עולם ווייסט מסתמא דער ענין פון סוריא אין חז"ל, אז ס'הייסט כיבוש יחיד וואס די תנאים האבן א מחלוקת צי 'שמיה כיבוש' צי נישט, לענין קדושת א"י. למעשה איז די הלכה אז מ'טאר נישט ארבעטן דארט אום שמיטה, אבער די פירות ווערן נישט קדוש און אסור בקדושת שביעית. וויבאלד דער עולם האט נישט געארבעט אין עבודת הקרקע, האט מען נישט געדענקט די הלכות, זיך פארלאזנדיג אז יש קנין לעכו"ם להפקיע מידי מעשר און גוי'אישע תבואה האט נישט קיין חיוב תרומות ומעשרות. דעריבער האט מען דארט נישט געוואוסט קיין סאך פון מצוות התלויות בארץ.

איין נפק"מ בלייבט אבער. אין אסאך קבלה ספרים (ווערט דערמאנט אין די תשובות תורה לשמה פון דעם בן איש חי) שטייט, אז אין די שמיטה יאר איז מען נישט מכוון קיין כוונות אין דאווענען און מ'זאגט נישט קיין תיקון חצות. דאס דארף גילטן אין סיריע אויך. דארף מען פרעגן די מענטשן וואס געדענקען די תיקון חצות אידן פון דארט.
בילד
תמונת קדשו פון דער בן איש חי זי"ע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג נאוועמבער 20, 2016 10:32 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:38 pm

גדולי ישראל און תלמידי חכמים פון סיריע


מיין צייט האט מיר נישט ערלויבט אדרוכצוגיין די רשימה פון אלע גדולי ישראל און תלמידי חכמים וואס זענען פון סיריע, און איך מוז זיך מסתפק זיין נאר מיט עטליכע. הרב חיים וויטאל איז געגאנגען וואוינען אין סיריע נאכ'ן פטירה פון דעם אריז"ל, וואו ער האט געדינט אלס דער רב פון די איטאליענישע קהלה דארט, דער קהלה פון וואנעט ער האט געשטאמט.

בילד
דער ציון פון הרב חיים וויטאל זי"ע אין דמשק

ער האט געמוזט אנטלויפן פון א"י נאך א בלבול פון איינע פון די פאשא'ס דארט. די מעשה ווערט געברענגט אין שם הגדולים אז וויבאלד דער פסוק (דברי הימים-ב', לב) זאגט אונז אז חזקיהו המלך האט פארשטאפט די מי גיחון, האט איינער פון די פירער'ס מיט'ן נאמען אבו סיפין געזוכט איינער וואס קען עס עפענען. איינע פון זיין מענטשן האט איהם געזאגט אז הרב חיים וויטאל דארף צו קענען די פאך. ער האט געפאדערט פון איהם אויפצועפענען, און אויב נישט איז דמו בראשו. הרח"וו האט געזען אז ס'איז צרות און ער איז אנטלאפן קיין דמשק. דארט האט ער גע'חלומ'ט פון זיין רבי דער אריז"ל וואס האט איהם געזאגט אז ער האט זיך באנערישט, ווייל יענער קעניג איז א ניצוץ פון סנחריב, און וויבאלד הרח"וו האט אין זיך א ניצוץ פון חזקיהו המלך, וואלט ער געקענט מתקן זיין דער זינד זיינער מיט'ן עפענען, און דערמיט דערנענטערן די גאולה. הרח"וו האט געענטפערט אז ער האט נישט געוואלט זיך באנוצן מיט שמות הקדושים. דער אריז"ל האט איהם געענטפערט "טאמער דו וואלטסט נישט גענוצט קיין שמות הקדושים אויף צו אנטלויפן, החרשתי. אבער אזוי האסטו סייווי זיך באנוצט מיט שמות הקדושים, פאר דעם געלט האסטו שוין געקענט עפענען מי גיחון". דער אריז"ל האט איהם דערביי אנגעזאגט אז ער האט פארשפילט די געלעגנהייט און ער וועט שוין דעריבער מוזן פארבלייבן אין דמשק ביז צו זיין לעצטן טאג. זיין קבר איז טאקע ביז צום היינטיגן טאג אין דמשק.

זיין זון הרב שמואל וויטאל ז"ל איז אויך געווען א ריזיגע פערזענליכקייט אין דמשק, און ער האט פארפאסט פילע ספרים בהלכה, באגדה און אין נסתר. ער ליגט אין מצרים ווי ער איז געגאנגען וואוינען צו דינען אלס א ראש ישיבה. דער באקאנטער הרב ישראל נאג'ארה ז"ל, בעל הפיוט 'קה ריבון עלם' און רב פון שטאט עזה, איז אויך געקומען פון חאלעב.

אין די לעצטע יארן איז געווען חכם עזרא עטייה זי"ע פון ישיבת פורת יוסף, א בארימטער פיגור פון די ארם צובא קהילה. ער איז א רבי פון הרב עובדיה יוסף ז"ל געווען און בארימט און פארהייליגט ביי אלע אין א"י. מ'זאגט נאך פון דער חזון איש הפלגות גדולות אויף איהם (סברתו כאחד הראשונים), און פון אנדערע אויך.

בילד
דמות דיוקנו פון הגאון הרב עזרא עטייה זצ"ל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג נאוועמבער 20, 2016 10:12 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:41 pm

כתר ארם צובא

די 'קרוין' פון די ספרד'ישע אידנטום איז דער כתר ארם צובא. דאס איז א ספר תורה נביאים וכתובים וואס איז גאר אלט, וואס זיי טענה'ן אז ס'איז געשריבן דורך איינער 'בן אשר'. דאס איז זייער א מדוקדק'דיגע ס"ת און נ"ך, און דער רמב"ם (פ"ח מהל' ס"ת הל"ד) ברענגט פון די 'ספר הידוע במצרים', וואס איז מקובל ביי מאנכע אז ער מיינט דער 'בן אשר' ס"ת. יעדע פאר יאר וועקט זיך אויף נאך א טומל אין א"י צי מ'זאל זיך פארלאזן אויף זייער מסורה לענין פתוחות וסתומות, קרי וכתיב א.ד.ג. פארשידענע ספרים און קונטרסים זענען געשריבן געווארן דערויף. צעטלעך זענען ארויף אויף די ווענט פון איינעם צום צווייטן, און די קהילת ארם צובא בייסן מיט די ציין צו זען זייער מסורה אזוי צוטרעטן. איך קום נישט אוועקשטעלן קיין הלכות, נאר אראפלייגן די מעשה ווי זיי זאגן עס איבער.

בילד
ספר ישעיה פון דער כתר ארם צובא

למעשה האלטן רוב פון די אנגענומענע פוסקים, אז מ'זאל נישט נאכגיין די כתר ארם צובה, און די נביאים (וואס אין א"י זענען עפ"י רוב געשריבן און געליינט פון קלף) זענען געשריבן עפ"י המקובל פון ר' זונדל מסאלאנט, מפי רבו הגר"ח מוואלאזין מפי רבו הגר"א. די מגילות ווערן געשריבן עפ"י דער תיקון בארדיטשוב און מ'איז נישט גרייט צו טוישן צוליב דער בן אשר, ובפרט אז זיי זענען מערער אז ס'איז נישט די זעלבע ווי וואס דער רמב"ם ברענגט, ווייל ס'איז סותר אין געוויסע פלעצער וואס דער רמב"ם שרייבט.

די גאנצע תנ"ך איז געשריבן געווארן אין בערך דעם יאר ד' אלפים תש"נ און ס'איז געווען אין טבריה, ירושלים, מצרים און צום סוף אין חאלעב אין סיריע. אין תש"ז האט אויסגעבראכן ראיאטן אין סיריע פון די ארטיגע אראבער צוליב'ן אויסרוף פון די הסכמה פון די פאראייניגטע פעלקער צו דער גרינדונג פון מדינת ישראל, און דער כתר איז געשעדיגט געווארן.

מ'האט זאגאר מורא געהאט אז ס'איז פארברענט געווארן אין די ראיאטן, נאר מ'האט עס למעשה באהאלטן באצייטנס. נאך עלף יאר האט מען עס ארויס געשמוגלט קיין ארץ ישראל וואו ס'געפונט זיך היינט, געבארגט פון די סירישע קהלה צום מוזעאום ע"ש פרעזידענט בן צבי.

אין אנהייב האט די כתב פארמאגט אין זיך גאנץ תורה נביאים וכתובים, אבער היינט צוטאגס פעלט אסאך שטיקלעך דערפון. ס'הייבט זיך סוף ספר דברים און ס'פעלט א חלק פון שיר השירים און גאנץ קהלת, איכה, אסתר, דניאל, עזרא און נחמיה. אין אנהייב האט עס געהאט 487 בלעטער, אבער היינט איז נאר געבליבען 294 בלעטער, געשריבן אויף קלף. מ'האלט אין איין נאכזוכן די פארלוירענע בלעטער, און מ'האט טיילווייז מצליח געווען, דורכ'ן טרעפן א גאנצע בלאט פון דברי הימים אין נ.י. איין דף פון שמות איז געטראפן געווארן ביי איינעם אין אמעריקע, וואס פלעגט עס האלטן ביי זיך אין קעשענע אלס א סגולה.

אין כמה היסטארישע ספרים טרעפט מען אז מ'האט זיך באקענט מיט די כתב יד, קוק אין מים עמוקים פון הרב אליהו בן חיים (1530-1610) ווי אויך אין שו"ת באר מים חיים (פון א זוהן פון הרב חיים וויטאל) וואס ער ברענגט פון די כתב בן אשר. דארט אין תשובה ס"ו ברענגט ער אז מ'דארף עס נישט נאכגיין, און ער ברענגט פון די תשובות מהר"י מינץ סי' ח' וואס רעדט דערפון. אין די מונקאטשער דרוק פון די תשובה ספר איז פארהאנען א פירוש פון הרב יוחנן פרעשיל פון פאטאק וואס ברענגט די מקורות פון דעם ענין, מיט די חילוקי מסורות פון בן אשר און בן נפתלי, עיי"ש.

די מעשה לויט ווי די סירישע אידן געבן איבער איז, אז דער כתר ארם צובא איז געשריבן געווארן דורך איינער משה בן אשר אין טבריה אין א"י, אבער זיין זוהן אהרן בן אשר האט צוגעלייגט טראפן, פינטלעך און הגהות.

דער סופר וואס האט עס פאקטיש געשריבן הייסט שלמה בן בויע. בערך הונדערט יאר נאכ'ן שרייבן האבן זיי עס איבערגעגעבן צום קהלת הקראים אין ירושלים, און ביים איבערגעבן האבן זיי אריינגעשריבן די (דעמאלסדיגע) קורצע היסטאריע. דער זעלבער שלמה בן בויע האט געשריבן א חומש וואס געפינט זיך היינט צוטאגס אינ'ם ביבליאטעק אין פערטערבורג, מיט'ן דאטום 929, און די סגנון כתב איז טאקע ענליך צו די כתר ארם צובה כתב.

זייענדיג אין די בעלות פון די קראים, האבן זיי עס גענוצט דריי מאל א יאר, פסח שבועות און סוכות, און מ'האט צוגעלאזט יעדן איינעם וואס האט געוואלט עפעס נאכקוקן פאר זיין מסורה, צו קענען שרייבן א ספר תורה על פיו. די נדבה צום קהלה קומט אדאנק איינער ישראל בן שמחה פון בצרה - אין איראק, און ס'איז נישט קלאר וויאזוי ס'איז געפארן פון טבריה ביז בצרה.

ווען די קרייצציגלער זענען אנגעקומען קיין ירושלים, איז דער כתר גע'גנב'עט און גענומען געווארן קיין מצרים. די גנבים האבן שטארק געהיטן דעם כתר, וויסענדיג אז טאמער ס'איז אין א גוטע צושטאנד וועלן זיי קענען באקומען א שיינע אפותיקי פון די גבירים פון די אידישע געמיינדע. אין די קאהיר'ע גניזה טרעפט מען בריוון וועגן פודה זיין כתבים פון די קרייצציגלער. זייט דעמאלס איז די כתר ארם צובה געבליבן אין די הענט פון די רבני'שע אידן און נישט די קראים. ס'איז געפינען געווארן אינ'ם בית הכנסת אין פוסטאט אין מצרים. דער רמב"ם האט געטראפן דעם כתב יד אין מצרים, אזוי ווי ער שרייבט טאקע דארט אין יד (טאמער ס'איז טאקע דער זעלבער כתב יד), און ער איז מעיד אז דער בן אשר האט יארן לאנג געארבעט און איבערגע'חזר'ט די הגהה פון די כתב יד מיט א שטארקן דקדוק.

די אידן פון ארם צובה האבן אלץ געשוואוירן אז דאס איז דער זעלבער כתב יד, נאר וויבאלד רוב פון די תורה חלק פון די כתב איז פארשוואונדן געווארן, און דער רמב"ם ברענגט נאר די פתוחות און סתומות פון תורה, איז שווער פעסטצושטעלן עפעס אויף דעם. מיט זעקס הונדערט יאר צוריק איז געגאנגען באזוכן קיין סיריע הרב סעדיה העדני, און ער האט געהערט פון די ארטיגע אידן אז דאס איז די כתב פון וואנעט דער רמב"ם האט גענומען זיין רשימה פון פתוחות און סתומות. איין פראפעסאר וואס האט געזען די גאנצע כתר, פראפעסאר משה דוד (אומבערטא) קאסוטו האט גע'טענה'ט פעסט אז ס'איז נישט די זעלבע זאך, אבער ער האט זיך נישט מסביר געווען.

בילד
פראפ. קאסוטו

נאך א חוקר, הרב משה גושן-גאטשטיין טענה'ט אז דער מקור פון דעם פראפעסאר איז צוליב דעם אז אין שירת האזינו געפינען מיר אין רמב"ם אז ס'דארף האבן זיבעציג שורות, און ער גיבט אונז איבער גענוי מיט וועלכע ווארט דארף זיך יעדע שורה אנצוהייבן. ווי אויבנדערמאנט, איז געבליבן די לעצטע חלק פון די תורה אין די כתר ארם צובה, און דארט האבן זיי די שירת האזינו מיט זיבן און זעכציג שורות. די לעצטע צוויי שורות האבן אסאך מער ווערטער ווי דאס וואס דער רמב"ם שרייבט, כאילו מ'האט עס אריינגעשטופט אנצוקומען צום נומער 67. דער חוקר טענה'ט אבער אז ס'איז קיין ראיה נישט. געוויסע כתבי יד פונעם רמב"ם ווייזן אויף אז ס'איז געווען א גירסא אין רמב"ם פון זיבן און זעכציג, נישט זיבעציג. די תימנ'ער אידן שרייבן טאקע מיט זיבן און זעכציג, אזוי ווי די אנדערע גירסא אין רמב"ם, און ווי באקאנט טוען די תימנ'ער אלעס כפי דער רמב"ם.

די ביהמ"ד וואו מ'האט געהאלטן דעם כתר ארם צובה איז אן אור-אלטע. מאנכע זאגן אז יואב בן צרויה האט עס געגרינדעט ווען ער איז געגאנגען מלחמה האלטן אין ארם צובה, אזוי איז עס נאך עלטער ווי די ערשטע בית המקדש! די אלגעמיינע מסורה זאגט אז ס'איז 'נאר' מימי בית שני, וואס איז נאך אלץ אביסל עלטער ווי דער בית מדרש הישן אין לעיקוואד!

בשעת די ראיאטן אום י"ח כסלו תש"ח, האט איינער אריינגעבראכן אינעם אייזערנעם קאסטן ווי דער כתר ארם צובה האט זיך געפינען, און ער האט עס געשעדיגט. מומחים האבן בודק געווען און ס'איז נישט פארברענט געווארן, אבער ס'איז נישט דארט. ס'איז נישט קלאר ווער ס'האט עס באהאלטן, און ווארשיינליך האט מען עס איבערגעגעבן פון מענטש צו מענטש, כדי צו באהאלטן פון די רעגירונג.

בילד
דער אור-אלטע ביהמ"ד אין חאלעב נאכ'ן פארברענען בעוה"ר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג נאוועמבער 20, 2016 10:22 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:42 pm

די אמעריקאנע געשיכטע

די ערשטע ציבור פון סיריע וואס איז געקומען קיין אמעריקע איז געווען צוליב עקאנאמישע סיבות. זינט דער עפענונג פון די סועץ קאנאל אין די שפעטערע 19'טע יאר-הונדערט און די אלגעמיינער שוואכקייט פון די אוטאמאנישע רעגירונג, זענען די מקורות הפרנסה אין סיריע שוואך געווארן און אסאך זענען דאהי אנגעקומען זוכן זייער גליקן אין די גלאנציגע אמעריקע.

זיי האבן זיך באזעצט אין מאנהעטן, נישט לאנג נאך דעם וואס די רוסישע און גאליציאנער האבען זיך אנגעהויבן אוועקצוציען פון דארט קיין וומסב"ג, קראון הייטס, בראנזוויל וכדו'. די ספרדי'שע זענען געווען עפ"י רוב געביפענע סוחרים און גאנץ שנעל האבן זיי זיך ארויסגעצויגן פון דארט. די ערשטע סטאנציע אין ברוקלין איז געווען אין בענסענהורסט נ.י. זיי האבן דארט געבויט זייערע ערשטע קהלות: מגן דוד, און שערי ציון פאר די חאלעבים, און אחי עזר פאר די שאמי קהילה.

אין יענע יארן האבן זיי נישט געהאט קיין מוסדות, מ'האט זיך באגענוגנט מיט פובליק סקול און א תלמוד תורה נאכמיטאג, און דער לעבן איז ווייטער געגאנגען. מ'קען נאך זעהן זייערע בנינים ווען מ'גייט דורך בענסענהורסט, וואס איז היינט בעיקר באזעסן מיט כינעזער ערלים.

זיי האבען געהאט פארשידענע רבנים אין די צייט: הרב קצין, הרב וואקנין, הרב מוראד מסלתון זצ"ל און נאך. מאנכע זענען געקומען פון א"י נאך געלט, און זיי זענען געבליבן אפאר יאר צו העלפן די קהלה זיך איינצוארדענען. די אידן פונעם ערשטן דור זענען געווען תמימי לב, מיט א שטארקע גלויבונג אין תלמידי חכמים און רבנים און א פשטות צו זייער גאנץ לעבן. דאס גילט היינט אויך צווישן זיי, אז אפילו ביי א הארטע גביר און א שווערע מענטש, קען די הארץ צוגיין פאר א תלמיד חכם צי א רב.

זיי דאווענען מיט א תמימות, לאנגזאם ווארט ביי ווארט אויפ'ן קול, ווען יעדעס ווארט האט א באזונדערע נוסח. אפילו עמי הארץ וואס ווייסן קוים פירוש המילות, קענען דאווענען לאנגע פיוטים און סליחות פאמעליכערהייט. מ'קען אמאל טרעפן א איד מיט א גאלדענע קייט ארום די האלז און אן אפענע העמד, וואס זיצט פארטאגס אין ביהמ"ד און זאגט תיקון חצות מיט השתפכות הנפש. ער איז נישט קיין צדיק נסתר, ער איז אזוי פראסט ווי ער קוקט אויס, אבער די זאכן זענען נישט קיין סתירה.

דאס לעבן וואלט אזוי געקענט אנגיין ווייטער אויף אייביג, ווען נישט צוויי זאכן.

קודם האבן זיי דאך געשיקט אין פובליק סקול. דאס איז די ערשטע פירצה אין זייער מויער פון אידישקייט, ובפרט בימים ההם, ווען דער פובליק סקול סיסטעם האט געארבעט שווער אויסצמישן די אימיגראנטן צווישן די אמעריקאנער באפעלקערונג. אין מאנהעטן איז געווען א אידענע א משומדת וואס האט געארבעט אויף די רוסישע קינדער זיי אוועקצונעמען פון זייער אידישקייט. מ'האט זיי געשמיסן פאר'ן רעדן אידיש אין סקול און געמאכט אן אנשטעל אז זייערע עלטערן זענען געווען צוריק-געשטאנענע דארפס מענטשן, און די קינדער קענען זיי לייכט איבערשטייגן טאמער מ'לאזט אפ אלע זייערע וועגן. אין ברוקלין איז עס נישט ממש אזוי געווען, אבער דער געפאר איז אלץ געווען און די ספרדים האבן געליטן דערפון.

דער צווייטער פראבלעם איז געווען די צווייטע וועלטס קריג. מ'האט געשלעפט אין מיליטער פיל פון די יוגענט און נאכ'ן מיליטער זענען זיי שוין נישט געווען די זעלבע מענטשן. זיי האבן שוין געזען א וועלט, און ס'איז שווער צוריק צו גיין צום אלטן. די ראשי הקהילה זענען געווען היבש פארלוירן, נישט האבנדיג א מוסטער וויאזוי זיך אויפצובויען. צוערשט האט מען געשיקט געוויסע קינדער צו א מוסד אין בענסענהורסט מיט'ן נאמען אהל משה. די מוסד שטייט נאך, אויף בעי פארקוועי און 80 סט.

מיט די צייט איז די קהלה אריבערגעגאנגען קיין פלעטבוש וואו זי געפינט זיך עד היום הזה. ערשט האט זיך געעפנט די חאלעבי קהלה פון שערי ציון, און דערנאך אחי עזר פון דער שאמי קהלה. אין אנהייב האבן זיי ביידע געהאט בנינים סיי אין בענסאנהורסט און סיי אין פלעטבוש, אבער היינט איז שוין אלעס אין פלעטבוש. שערי ציון האט א גאנצע נעץ פון מוסדות מיט'ן נאמען מגן דוד, און דארט לערנען טויזענטער יונגלעך און מיידלעך קע"ה. אחי עזר האט אויך געבויט א ישיבה פאר יונגלעך און מיידלעך, אבער זייענדיג די קלענערע קהלה האט זיך עס נישט געהאלטן אין זייער אריגינעלע שטייגער, און דוכט זיך אז היינט דינט עס אלס איהר מוסד פאר רוסישע קינדער.

זיי האבן אנגעהאלטן זייערע אלטע מנהגים, און וויבאלד זיי האבען קיין אידיש נישט געקענט, האבן די אשכנזים זיי אלץ חושד געווען, און זיי האבן קיינמאל זיך נישט אויסגעמישט מיט זיי. איך האב געזען א באשרייבונג פון די שאמי מנהגים אויף ל"ג בעומר. זיי פלעגן זיך צוזאמענקומען אין 'קניס' (בית המדרש), וואו מ'האט אויפגעשטעלט א חופה איבער די גאנצע זאל. מ'האט געהאנגען קייטן פון דער חופה, מיט גלעזער פול מיט אויל און קנויטן. זיי האבן קודם געליינט פון דעם ספר הזוהר און דערנאך האבן זיי פארקויפט די רעכט צו צינדן ליכט. יעדע ליכט איז געווען מכוון צו נאך פון די צדיקי הדורות, פון די אבות הקדושים און ווייטער, און מענטשן האבן פרובירט צו קויפן די ליכט וואס איז מכוון צו איינעם מיט זייער נאמען אדער די נעמען פון זייער עלטערן. מ'האט געזינגען די פזמונים פון ל"ג בעומר וואס מ'האט מיטגעברענגט פון סיריע.

זיי האבען אויך א מנהג פון בקשות. מ'שטייט אויף גאר פרי פארטאגס שבת אינדערפרי, און מ'זעצט זיך צוזאמען אין 'קניס' זינגען פיוטים פאר פיהר שעה אין א ציה! היינט איז דאס ברייט פארגעסן געווארן כמעט, אבער חכם עובדיה יוסף האט שטארק ליב געהאט די פיוטים, און ווען ער האט זיך געוואלט אפרוען, האבן זיינע מענטשן געלאזט רופן א חזן וואס איז געזעסן מיט איהם און געזינגען אט די בקשות. דוכט זיך אז אין א"י זענען דא מענטשן וואס זוכן להחזיר עטרה ליושנה און ווידער איינפירן די פארגעסענע בקשות מנהג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:42 pm

די תקנה וואס האט געראטעוועט און דעפינירט דעם ספרדי'שן אידנטום


איינע פון די וויכטיגסטע זאכן אין די קהילה פון סיריע, איז 'די תקנה' וואס זיי האלטן אן די לעצטע אכציג יאר. דאס איז די "תקנת הגרים".

אין ארגענטינע אין בוענאס איירעס, האט זיך געפינען פיהר ספרד'ישע קהלות, די חאלעבים, די שאמי, די טערקן און די מאראקאנער. די חאלעבים זענען געווען די גרעסטע און די מערסטע ארגאניזירט, מיט אידישע שולע'ס און א חברא קדישא און בתי מדרשים. זיי האבען געפירט א סאציאלער אידישער לעבנסשטייגער, אבער די אידישקייט איז געווען גאר שוואך. קודם איז דאס איבערציען א קהילה פון איין לאנד צו א צווייטע אייביג א סכנה פאר די רוחניות. ווי אויך זענען די מענטשן נישט געווען קיין פליטים, נאר מענטשן וואס האבן געזוכט ביזנעס געלעגענהייטן, וואס זענען נישט אייביג געווען דער חרש והמסגר פונ'ם קהלה. צו דעם אלעם האט די רעגירונג מורא געהאט פאר די ערשיינונג פון א ציבור פון פליטים און אויסלענדישע, און דעריבער האבען זיי איינגעפירט א שטרענגער ערציאונגס געזעץ, אז יעדער איינער זאל ווערן א פולקאמער בירגער און אן ארגענטיניער, מיט זייער קולטור. דאס איז נאך א טריט אינעם אסימילירן פון די קהילה, און די סכנה איז געשטאנען פאר די אויגן.

ביי ספרדים איז קיינמאל נישט געווען די טיילונג צווישען פרומע און פרייע, מאדערנע און פארצייטישע, אזוי ווי ס'איז איינגעפיהרט געווארן אין אונגארן. אלע זענען געווען אין איין גרויסע קהילה, און די רבנים און פיהרער'ס האבן געשפירט אן אחריות פאר יעדן איינציגן יחיד. מ'האט געזען ביים שוואכן עלעמענט אן אויסמישונג מיט די היגע גוים, און די געפאר איז געשטיגן פון יאר צו יאר.

זיי האבען געזען, אז די ערשטע דור האט זיך געזארגט מגייר צו זיין די גויטע'ס זייערע, אבער דאס איז געווען א שוואכע טרייסטונג פאר זיי. קשים גרים לישראל כספחת גייט אויף די סארט גרים, און ברגע מ'האט א הו"א חתונה צו האבן מיט זיי, איז שוין דא א געפאר אז מ'גייט זיך דרייען מיט זיי אפילו ווען גרות איז נישט קיין אפציע, און פון דארט ביז א פולע התבוללות איז שוין נישט ווייט.

די פראבלעם, ווי געשריבן אין די תשובות וועגן דעם חרם, איז געווארן נאך ערגער. מ'האט געברענגט גויטע'ס, זיי פאררופן אלס גיורת'ן, און קיינער האט נישט געטארט זאגן קיין ווארט, ניטאמאל פרעגן וועלכע בי"ד האט זיי אנגענומען. ס'האט אויסגעזען אז ס'איז אלעס געווען א שקר, אין כאן לא גירות ולא בי"ד, לא טבילה ולא קבלת מצוות, נאר א פארמאלע אונטערנעמונג צו זיין א אידענע און חתונה האבן מיט א איד. ס'איז אויך געווען דארט א 'ראביי', איינער וואס פאר אפאר דאללאר האט ער יעדן מגייר געווען, און מ'האט נישט געהאט קיין אויסוועג וויאזוי פטור ווערן פון איהם.

הרב שאול סתהון (מח"ס שו"ת דבר שאול), איז געפארן פון חאלעב קיין ארגענטינע אויף צו ווערן א רב. ער האט געהאט א פאראלעל, אן אשכנזי'שער רב פון דארט, הרב אהרן גאלדמאן, וואס איז געווען א יליד רוסלאנד, און ער האט געהאלטן א קשר מיט בריוון מיט די גדולי הרבנים פון ליטא/רוסלאנד, כדוגמת הרב יצחק אלחנן ספעקטאר, הרב שמואל סאלאנט, שפעטער דער חפץ חיים און הרב קוק זכרון צדיקים לברכה, און ער האט א תשובה ספר 'דברי אהרן'. די אשכנזי'שע קהלה איז געווען פיל מער איינגעארדנט, מיט אלע קבוצות אונטער איין רב, וואס ער האט געהייסן די רב פון מאזעס-וויל, א ישוב וואס באראן הירש פון מאסקווע האט געגרינדעט פאר אידן דארט צו ציען א חיונה, און צו קענען אנטלויפן פון רוסלאנד און טרעפן א פרנסה און א ישוב.

בילד

הרב סתהון האט פיהל אויפגעטוהן פאר די קהלת ארם צובא אין בוענאס איירעס, מיט'ן באפעסטיגן די ארטיגע כשרות, און די ת"ת מיט די מיידל שולע'ס, ער האט מתקן געווען תקנות לטובת הקהלה און אפגעשטעלט אסאך פון די עבירות וואס האבן זיך אריינגעשמוגלט. צב"ש חילול שבת האט ער געארבעט אפצושטעלן אויף א גרויסער אופן, און ער האט געגרינדעט אן אויסגעהאלטענעם ב"ד פאר ענייני אה"ע און גיטין וכדומה.

די צוויי רבנים האבן מחליט געווען עפעס צו טוהן וועגען די גרות/גוים סומאטוכע, און זיי האבן אונטערגעשריבן א תקנה און א חרם נישט מקבל צו זיין קיין שום גרים אין ארגענטינע, און נישט צוצולאזן איינער וואס וויל חתונה האבען מיט א גיורת צו ווערן א חלק פון די קהלה. מ'האט אויך מתקן געווען נישט צו מל'ן די קינדער פון אזעלכע שידוכים. טאמער ס'האט זיך געגלוסט פאר איינעם צו ווערן א איד, האבן זיי געמוזט פארן צו אן אנדערע מדינה דערפאר. אזוי האבען זיי געוואלט פארמיידן די טרויעריגע ערשיינונג פון זיך אויסמישן מיט גוים.

דער ספר דבר שאול רעדט ארום די חרם מיט איהר היסטאריע און רקע, מיט אסאך וויכטיגע פאקטן. מ'קען עס טרעפן אין היברו-בוקס און ס'לוינט זיך צו כאפן דארט א בליק.

איך הער אז א מכון ארבעט היינט צוזאמען צו שטעלן אלע בריוון אויף דעם נושא, וויאזוי מ'האט געמאכט דעם חרם און וואס מ'האט אנגעפרעגט ביי די גדולי ארץ ישראל און אייראפע דערוועגן, דורכ'ן מסדר זיין אלע בריוון און תשובות וואס איז פארהאנען דערוועגן.

די תקנה האט מען נישט מפרסם געווען ווילאנג מ'האט נישט באקומען דערויף א הסכמה פון די רבנים הראשיים פון א"י, הרב יעקב מאיר און הרב קוק זצ"ל. זיי האבן זיך אויך באזארגט נאך הסכמות פון אנדערע לענדער, ובתוכם פון הגרי"ל צירלסון פון קישינעוו. אין די יארן נאכדעם האבען זיי געזוכט, און געקריגן, הסכמותפון פארשידענע בתי דינים. ס'איז דא א בריוו פון די עדה חרדית פון ירושלים פון שנת תרח"צ, גע'חתמ'ט דורך הרב פנחס עפשטיין, הרב זעליג ראובן בענגיס און הרב דוד יונגרייז, ובראשם דער גאב"ד הרב דושינסקי זצ"ל. זיי האבען אויך הסכמות פון הרב צבי פסח פראנק, פון די ספרד'ישע בי"ד אין ירושלים; הרב חנניא גבריאל, הרב חיים טויל און הרב אהרן הררי רפול. הרב הרצוג האט אויך אונטער גע'חתמ'ט אין שנת תרח"צ.

דאס איז אלעס געווען אויף א בעיסיק פארנעם. מ'האט נישט גע'פסל'ט גרים בכלליות, נאר נישט מקבל געווען און געהייסן זוכן א צווייטע ארט זיך מגייר צו זיין. מ'האט נישט אנערקענט אלע גרות'ן מחמת דעם אז א שיינע פראצענט זענען געווען אינגאנצן פסול, און מ'האט ווייטער חושד געווען. די תקנות זענען אין די ראמען פון נארמאלע תקנות אין תורה.

דערנאך האט די קהילה אין נ.י. אנגענומען און פארברייטערט די תקנה. די רבנים פון די קהילות דאהי האבן גע'חתמ'ט אז קיינער טאר נישט חתונה האבן מיט א גוי צי א גוי'טע, אפילו מיט גיור, און די בתי דינים פון די סוריים זאלן נישט אננעמען קיין שום גירות אדער גרים ביי זיך, אפילו ווען זיי זענען זיך מגייר אין א צווייטע ארט, און די קינדער פון די וואס פאלגן נישט זענען נישט קיין חלק פון די קהילה, מ'קען זיך מיט זיי אויך נישט משדך זיין און נישט ארייננעמען אין די מוסדות וכו'. מ'האט געהייסן און געבעטן און געפאדערט פון אלע סוריים וואס גייען ערגעץ אנדערש, ווען זיי עפענען נייע מוסדות צו חתמ'נען די תקנה פאר זיך און די נייע ארגאניזאציע, און אויך צו רעדן דערפון איין מאל א יאר אין ביהמ"ד וכדו'. מ'האט עס איינגע'חזר'ט און געמאכט דערפון אן אקטיווע חלק פון די געמיינדע לעבן.

למעשה איז אין נ.י. שטארק געלונגען די תקנה, הגם אז אין ארגענטינע איז עס גאנץ שוואך געלונגען. ביי די סוריים איז נישט דא קיין התבוללות, און אפילו ווען ס'איז געווען חילול שבת ועוד, איז פיהל לייכטער געווען מקרב צו זיין די וואס זענען ארויסגעפאלן פון תורה ומצוות און זיי צוריקברענגען. זיי זענען קיינמאל נישט אוועקגעפארן פון אידישקייט אינגאנצן.

ווען אבער איינער האט נישט געפאלגט די תקנה, אפילו בשוגג, האט מען קיין שום רחמנות נישט געהאט. טאמער איינער האט חתונה געהאט מיט א פרוי וואס איז שפעטער נתברר געווארען אז איהר טאטע אדער מאמע זענען גרים, האט נישט געהאלפן קיין פודנו ומצילנו, מ'איז געגאנגען בכל חומר הדין מיט די משפחות. ס'איז געווען גרויסע איבערקערענישן דערוועגן, טומלעריי וואס איז זאגאר אנגעקומען אין די גוי'אישע פרעסע. דער נ.י. טיימס האט אמאל באשריבן די תקנה, פארשטייט זיך פון א נעגאטיווע פערספעקטיוו.

אנדערע גדולי ישראל האבן אבער נישט אזוי שנעל מסכים געווען צו די תקנה, עכ"פ צו איר נ.י. גירסא. איך האב אמאל געהערט פון הרב מרדכי מסלתון ז"ל אז ער האט גערעדט מיט הרב משה פיינשטיין דערוועגן. דאס איז געווען ווען ס'האט זיך געטומלט איבער א געוויסע משפחה אין די קהילה אין פלעטבוש, און ר' משה האט געזאגט פאר הרב מסלתון אז די תקנה איז נישט אויסגעהאלטן, ס'איז אקעגן א פסוק חומש. הרב מסלתון האט געפרעגט ר' משה: "דער ראש ישיבה קען נעמען אחריות פאר אונזער קהילה אן די תקנה?", ר' משה האט עס דעמאלס אפגעלאזט און געבליבן שטיל. הרב מסלתון האט עס פארשטאנען אלס א הסכמה, אבער איך בין נישט אזוי זיכער.

בילד
הרב מרדכי מסלתון ז"ל

איינמאל איז א איד פון פלעטבוש געגאנגען קיין לאס אנדזשעלעס, און חתונה געהאט מיט א גיורת און געהאט א קינד א יונגל. די מאמע איז נישט לאנג נאכדעם אוועק, און זיין טאטע האט איהם גענומען קיין דיעל און דארט חתונה געהאט מיט אן ארטיגער מיידל. ווען דער בחור איז געקומען לפרקו, האט ער א שידוך געטוהן אין די קהילה, און קיינער האט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין פאר די חתונה. זיי זענען געפארן קיין א"י ווי הרב עובדיה יוסף האט מסדר קידושין געווען פאר זיי. דאס האט שטארק פארדראסן די קהילה, און הגם זיי האבן נאך שטארק רעספעקט פאר הרב עובדיה, פארשטייט זיך, האבן זיי פארט געהאט א שווער הארץ אויף איהם צוליב די מעשה.

זיי ברענגען ראיות פון אנדערע ספרדי'שע קהלות וועלכע האבן נישט אזא תקנה און וויפיל זיי זענען פארקראכן, און די תקנה און איהר הצלחה זענען א גרויסע שטאלץ ביי זיי. איינער איז אמאל אנגעקומען אין לעיקוואד און זיך פארגעשעטעלט ווי א פרומער איד, און געשיקט זיינע קינדער אין א ספרד'ישע חדר. אינמיטן א העלן טאג איז נתברר געווארן, אז יענער איז גאר א גוי וואס איז אנטלאפן פון זיין פארברעכנס ערגעץ אין די סטעיטס. די שטאט האט זעלבסטפארשטענדליך געטומלט איבער דעם אינצידענט, אבער די ראשי המוסדות האבן זיך בעיקר געקימערט איבער דעם דורכפאל אז א גר האט זיך אזוי אומבאמערקט אריינגערוקט אין די קהלה, און אין רעזולטאט האט מען דאן פארשטרענגערט די פארשונגען וואס מ'האט געמאכט אויף אומבאקאנטע משפחות.

פארשידענע ציפערן דארפן אויפצואווייזן אז ביי די סוריים זענען פאראן ווייניגער אויסמישונגען ווי ביי אנדערע אידן, אבער דאס איז נישט קיין זיכערע זאך. די חשבונות און ציפערן זאגן, אז צווישן אידן וואס גייען צו א אידישע מוסד ביז צו די צוועלף יאר, איז דא א 3% שאנס פון חתונה האבן מיט א גוי'טע, און די ספרדי'שע האבן די זעלבע שאנסן. ס'איז גארנישט קלאר אז דער קהילה לעבן אליינס וואלט זיי נישט געראטעוועט אויף דעם זעלבן אופן, און די תקנה איז נישט נייטיג בכלל, אבער אזוי גלויבן זיי און אזוי לעבן זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג נאוועמבער 20, 2016 10:54 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:43 pm

רבנים און מנהיגים


די רבנים פון די ספרד'ישע קהלה, האבן א ריזיגע מאכט און ווארט אין זייער ציבור. זייער מסורה פון כבוד התורה און כבוד הרבנים איז נישט פארשוואונדן געווארן דאהי אין אמעריקע, און יעדער רב איז ווי א קודש קדשים.

די גרעסטע קהלה איז קהלת שערי ציון אין פלעטבוש. דער ערשטער רב איז געווען הרב יעקב קצין זצ"ל, א ירושלימ'ער געבוירענער וואס איז געקרוינט געווארן אלס רב אין שנת תרצ"ב. ער איז פון די שטארקע איינפירערס פון די אויבנדערמאנטע תקנה, און ביז היינט איז זיין נאמען פארהייליגט אין זייער ציבור אלס דער וואס האט געגרינדעט דעם וועג. זיין איידעם איז געווען הרב ברוך בן חיים, וואס איז אוועק אין תשס"ה, און איז געווען א גרויסע פיהרער אין די קהלה.

אין די ת"ש יארן האבן זיי געהאט א רב אן אשכנזי, א יעקישער איד מיט'ן נאמען קלאפהאלץ. הרב שאול קצין, דער זון פון הרב יעקב, צוזאמען מיט הרב אברהם העכט (א חב"ד חסיד און אן אטוואצקער תלמיד, א פערזענליכקייט וואס איז ווערד א מאמר פאר זיך) זענען געווען זיינע באהעלפערס, און ווען הרב קלאפהאלץ איז אוועקגעגאנגען פון די קהילה פאר אן אנדערן פאסטן האט הרב העכט איבערגענומען. באלד פופציג יאר איז ער געווען דער רב דארט, נאר שפעטער האט מען איהם ארויסגעשטופט צוליב זיין עקסטרעם-רעכטע שטעלונג לגבי דער תהליך אוסלו, וואס ער האט מפרסם געווען דעם ליובאוויטשער רבי'נס דעה אויף דעם ענין, כידוע לכל. ער איז געגאנגען א טריט ווייטער ווען ער האט עטוואס בארעכטיגט די רציחה אויף יצחק ראבין פון פאראויס, און ס'איז געווען בזיונות אין די גאנצע וועלט ווען מ'האט איהם למעשה גע'רצח'עט. מ'האט אים דאן משלח געווען, און היינט צוטאגס איז דער רב הרב שאול קצין. די קהילה האט פארשידענע סניפים און 'קינדער', און דארט דינען אנדערע ברבנות.

בילד
הרב שאול קצין

זיי האבן אויך דעם וועלט-בארימטן הרב יוסף הררי רפול שליט"א, וואס איז א שטארקע פערזענליכקייט אין די קהילה. ער האט געגרינדעט די ישיבה עטרת תורה, וע"ע להלן. ער איז א חבר מועצגה"ת פון אגו"י אין אמעריקע און א שטארק-פרומע רב, וואס איז לא חת בפני איש.

ער איז געווען אויפ'ן עי"ר פראנ"ס פליגער וואס די פאלעסטינע טעראריסטן האבן געכאפט און אריבערגעפירט קיין ירדן אין שנת תש"ל צוזאמען מיט הרב הוטנער. בעת הרב הוטנער האט מען באפרייט צוויי וואכען פריער, איז הרב הררי רפול אנגעקומען קיין נ.י. בערך פינף מינוט נאכ'ן זמן ליל יו"ט פון ר"ה תשל"א. דער זמן איז געווען 6:20 און ער איז אנגעקומען 6:25 (דער שקיעה איז געווען 6:38 אין יענעם טאג). הרב משה פיינשטיין האט זיי פאראויסגעזאגט אז ער מעג טוהן מלאכה ביז 6:55 (ויבאו בעלי הלכה לנתח את הפסק) און מ'האט אנגעגרייט א שופר אין לופטפעלד על כל צרה שלא תבא. מ'וואלט מסתמא געדארפט באשרייבן די גאנצע געשיכטע אין א באזונדערע ארטיקל, אבער דאס איז גענוג פאר יעצט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום זונטאג נאוועמבער 20, 2016 10:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:43 pm

די קומענדיגע טריט אין אמעריקע


נאכ'ן קריג, ווען דער אשכנז'ישער אידנטום אין אמעריקע האט זיך ענדליך אנטוויקלט, און ס'איז געווארן רייף פאר די קומענדיגע שטאפל פון הייבן די סטאנדארטן פון אידישקייט אדאנק די נייע גדולים וואס זענען אנגעקומען, א שטייגער ווי דער צעהלימער רב, דער סאטמארער רב, הרב אהרן קאטלער, ישיבת מיר/בית התלמוד, הרב ראובן גראזאווסקי ועוד, איז דער ספרדי'שער אידנטום געבליבן שטיין.

זיי האבן נישט געהאט די איבערקערעניש פון א קריג, און דער ציבור איז געווען אין געפאר. רוב מענטשן האבן געשיקט אין פובליק סקול, נאך אין די פערציג און פופציג יארן, און דערנאך איז געווען תלמוד תורה'ס וכדו'. דער קהילה לעבן איז אבער געווען גענוג שטארק אז זיי זענען נישט ארויסגעפאלן אזוי ווי זייער אשכנזי'שע ברידער בעפאר דער ערשטע וועלטס קריג. זיי האבן אנגעהויבן בויען גרויסע ביזנעסער און גשמיות'דיג זענען זיי אין גאנץ א פיינעם פלאץ.

ס'איז אבער נישט אינגאנצן טונקל געווען. פארשידענע אשכנזי'שע תלמידי חכמים האבן זיי באמערקט און נישט איבערגעלאזט אזוי שנעל. הרב אברהם קאלמאנאוויטש זצ"ל ראש ישיבת מיר האט געשאפן פארשידענע באציאונגען מיט זיי, קודם מיט זיין גיין נאך געלט פאר דער ישיבה זיינער, אבער ער האט געהאט טיפערע קשרים מיט זיי, און דאס האט זיי געגעבן א חיזוק זיך צו האלטן פעסט. הרב צדוק שיינגארטן זצ"ל פלעגט זאגן שיעורים ביי זיי, און זייערע רבנים האבן געשטיצט די ערשיינונגען. דאס איז אבער געווען קלייניגקייטן.

אפאר ספרדים פון אנדערע קהילות וואס זענען צופעליג געגאנגען פון ערגעץ קיין לעיקוואד, האבן אויך אביסל פרובירט, אבער דאס האט געהאט א קליינע השפעה. א פאר זאכן האבן אבער פאסירט, וואס בשעתו האבן זיי אויסגעזען ווי קלייניגקייטן, אבער היינט זענען די פירות קלאר פאר יעדן.

דער רב פון דער שאמי קהלה "אחי עזר", איז געווען א איד הרב מוראד (מרדכי) מסלתון זצ"ל. ער איז געווען א שייף עייל שייף נפיק, אן איידעלער איד וואס האט שטילעהייט געלערנט זיינע ספרים און מחזק געווען זיינע תלמידים. ער איז אבער נישט געווען קיין גרויסע כח אין די קהילה. ער האט געהאט א זוהן מיט'ן נאמען דזשאו (יוסף). דער זוהן איז געווען א ביזנעסמאן און ער איז ארומגעפארן אויף ביזנעס צו פארשידענע פלעצער, און ער האט זיך איינמאל געטראפן אין קליוולאנד אויף שבת, און ער האט געגעסן שבת סעודות ביי די ראשי ישיבת טעלז הרב א"מ בלאך און הרב ח"מ קאטץ זצ"ל. זיי האבן זיך אינטרעסירט צי ס'איז דא בחורים אין זיין קהלה צו שיקן אין ישיבה. ער האט זיי מסביר געווען וויאזוי דער חינוך קוקט אויס ביי זיי, מיט פובליק סקול און תלמוד תורה צוזאמען. די ראשי ישיבות האבן איהם געזאגט אז דאס טויג נישט, און ער מוז עפעס זען צו טוהן פאר זיינע קינדער, ער דארף שיקן אין תלמוד תורה.

אהיימקומענדיג האט ער גערעדט מיט זיין טאטן אז אפשר זאל מען זיך נישט אזוי שטארק אפשיידן פון אשכנזים. "קוק, זיי האבן ישיבות און חדרים, פארוואס זאלן מיר נישט געניסן דערפון?", זיין זוהן, הרב מרדכי (מוררעי) הכהן מסלתון ז"ל האט ער געשיקט צו תורת אמת (קמניץ) אין בארא פארק. דער זוהן איז געווען א כח, א שטיק פייער. ער האט געהאט אן עזות דקדושה און א שטארקע גלויבונג, און ער האט איבערגעדרייט דאס לעבן פון פיהל מענטשן פון די ספרד'ישע קהלה. ער האט געהאט א שטילע שטימע און א שטארקע מינע, און זיין פריצייטיגע פטירה מיט אפאר יאר צוריק האט איבערגעלאזט פילע טרויעריגע הערצער.

אלס בחור האט ער מחליט געווען צו פארן אין ישיבה. ער איז געגאנגען קיין לעיקוואד, אבער ס'איז איהם נישט געלונגען דארט. ער האט קיין ווארט אידיש נישט פארשטאנען, און אלעס איז דעמאלס געווען אויף אידיש. ער האט מיר פארציילט אז ער האט אבער מורא געהאט אהיימצופארן קיין נ.י. אויף פסח. ער האט געוואוסט אז זיינע משפחה מיטגלידער וועלן איהם צוריקהאלטן אין נ.י. און נישט לאזן צוריקגיין אין ישיבה. נעמט אינאכט אז אין זייער קולטור איז משפחה א שטארקע כח. איז ער געבליבן פסח אין לעיקוואוד.

ער האט מיר פארציילט אז ער געדענקט א פסח סדר ביים ראש ישיבה הרב אהרן קאטלער זצ"ל (ער האט געפיהרט א פריוואטע סדר, נישט מיט די ישיבה). דארט איז געזעסן זיין (דעמאלס'דיגע) איידעם הרב דוב שווארצמאן זצ"ל, און די צוויי האבן א גאנצע צייט זיך געריבן אין לערנען און אלע זענען געבליבן שטיל. הרב אהרן האט איהם מייעץ געווען צו פארן קיין וויינלאנד צו זיין תלמיד הרב משה אייזענמאן זצ"ל. דארט האט ער יא מצליח געווען און ער איז געבליבן אין פארבינדונג מיט די קינדער פון הרב אייזענמאן עד יומו האחרון.

דערנאך איז ער געפארן קיין באלטימאר צו הרב רודערמאן. ער האט שוין מיטגעשלעפט אנדערע דארט; הרב יצחק הכהן דוויך און הרב שאול צמח (שפעטער זיין שוואגער) און הרב שוויכה מיט נאך אידן, וואס זייערע קינדער זענען געווארן א חלק פון דעם עולם התורה און א גרינדונג פאר די קומענדיגע דור פון ספרדי'שע בני תורה.

הרב מסלתון האט געמוזט צווינגען די ישיבה דארט צו נעמען די בחורים, וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז זיי קענען זיך נישט ספראווען מיט די ספרדים. לימים ווען ער איז צוריקגעגאנגען וואוינען קיין נ.י. פלעגט ער משכנע זיין בחורים צו פארן אין ישיבה, און ער פלעגט זיי נעמען מיט זיין קאר קיין באלטימאר, און אריינגעשיקט צום ראש ישיבה אויף א בחינה. ווען זיי זענען ארויס פונעם ראש ישיבה האבן זיי איהם געזוכט, ואיננו. ער פלעגט זיי לאזן אין ישיבה, צווינגענדיג די ישיבה אריינצולאזן די בחורים, און אזוי זענען זיי געוואקסן.

מאנכע פון דעם נייעם דור זענען דערנאך געפארן קיין לעיקוואד, און אפילו די וואס נישט, זענען צוריקגעגאנגען קיין נ.י. מיט א נייע שעצונג צו וואס הייסט לימוד התורה. זיי האבן געפאדערט העכערע סטאנדארטן פאר זייערע קינדער, און זיי זענען געווען אפן פאר יעדער שינוי לטובה וואס איינער האט געוואלט איינפירן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:44 pm

די דריטע כוואליע


אין די ניינציגער יארן, האט א נייע ווינט געבוזשעוועט אין די גאסן פון סיריע אין אמעריקע. הרב יוסף הררי-רפול, וואס איז אריגינעל פון ארץ ישראל, אבער אן איידעם געווארן ביים ראש הקהל פון די שאמי קהלה, האט געעפענט א מוסד 'עטרת תורה'. ער איז א רוח שאינו מצויה, א זעלטן-שטארקער כאראקטער און א גרויסער תלמיד חכם, און ער האט מיט זיין הענט איבערגעמאכט די גאנצע געשטעל פון די ספרדי'שע יונגווארג אויף אזא ריזיגע אופן און אין אזא קורצע צייט, אז מענטשן האבן גערעדט אויף אן אופן פון 'היינו כחולמים' (ס'ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געוואלט צוריקפארן קיין ארץ ישראל, מקור מחצבתו, און מ'האט איהם צוגעזאגט צו בויען א מוסד פאר איהם צו ברענגען ארץ ישראל דאהי, אבער איך געדענק נישט די פרטים און די דאטומען, און וואו איך האב עס געהערט. עכ"פ אזוי ליגט מיר אין קאפ). ער האט אריינגעברענגט א נייעם גייסט פון לימוד בעיון און דקדוק הדין, און מיטגעשלעפט א גאנצע ציבור.

אין שנת תשנ"ט האב איך געהערט פון הרב אלי' בער וואכטפויגל שליט"א, ראש ישיבת סאוט פאולסבורג, ווי ער רעדט מיט התפעלות פון פרישע בעלי תשובה אין די ספרדי'שע געמיינדע, וואס נאך אפאר יאר אין 'עטרת תורה' קענען זיי 'יבמות מיט אלע יסודות'. ער האט געברענגט מגידי שיעור פון אשכנזי'שע ישיבות, און איינגעפיהרט א גאנג פון לימוד התורה אזויווי אין די בעסטע ישיבות אין די וועלט.

א נייער דור איז אויפגעוואקסן. אנדערש ווי אין פארשידענע אנדערע קהילות אין די וועלט, זענען די ספרדים געווען צופרידן פון די ערשיינונג. זיי קוקן אן דעם יונגערן דור אלס בעסער ווי זיי, און זיי זענען עפ"י רוב פרייליך. נישט יעדער איינער גייט אין ישיבה ביי זיי, אפילו היינט, און אין די זעלבע משפחה קען מען טרעפן פארשידנארטיגע קינדער און שוועסטער-קינדער, אבער די שינויים זענען שוין דארט קענטיג. מער און מער בחורים און יונגעלייט בלייבן אין לערנען אויף לענגערע יארן, פארן קיין א"י לערנען, און שרייבן ספרים און דינען ברבנות און אין חינוך.

אין לעיקוואד האבן די געציילטע ספרדים געהאט בתי מדרשים, אבער בתי חינוך זענען זיי געגאנגען צו די אלגעמיינע. הרב מרדכי מסלתון ז"ל פלעגט אנזאגן זיינע מענטשן אז מ'זאל זיך נישט נאריש מאכן אין די זאכן, איין תורה איז דא, און די קליינע חילוקים דארפן נישט כאפן קיין ארט במקום דער עיקר העיקרים; לימוד התורה וקיומה.

מיט די צייט אבער, האט מען באמערקט א נויט פאר אייגענע מוסדות. אפאר משפחות האט מען אפגעזאגט אין די אלטע מוסדות מיט די טענה 'מאכט אייגענע!', און טאמער די יונגעלייט וועלן נישט שפירן באקוועם אין לעיקוואד, וועט די קליינע אבער שטארקע שטראם זיך אפשטעלן און די הצלחה פון די לעצטע יארן וועט בלייבן צו גארנישט. ווי נישט ווי האבן זיי אן אנדערער קולטור און צוגאנג, און ס'וואלט געווען א בענעפיט פאר זיי דאס אנצוהאלטן.

איינער פון די עלטערע ספרדי'שע אידן אין לעיקוואד, וואס אלע זיינע קינדער זענען בני תורה, מלמדים אין חדרים, און דערהויבענע יונגעלייט, אבער מיט א ריכטיגע ספרדי'שע טעם, האט זיך אונטערגענומען צו עפענען א מיידל שולע פאר די ספרדים פון לעיקוואד. ער איז א געלונגענער ביזנעסמאן און ער דארף נישט די קאפוויי, נאר לצורך הענין האט ער עס געטוהן. ער האט אין אנהייב געדארפט דינגען אשכנזי'שע פרויען אלס לערערינ'ס און ער האט פעסטגעשטעלט אז זיי דארפן לערנען די ספרדי'שע הברה. די מיידלעך מוזן שפירן אז זייער לעבנסשטייגער איז א לכתחילה'דיגע, און מיט זייער מסורה און גלויבונגען וועלן זיי שטייגן און בליען אלס אידישע ווייבער.

מיט די צייט אבער, האט מען מצליח געווען צו טרעפן ספרדישע לערערינ'ס. וויבאלד זייער ציבור איז פיהל קלענער, און די ווייבער גייען עפ"י רוב נישט ארבעטן, איז שווער געווען צו טרעפן לערערינ'ס אויפן סטאנדארד פון די אשכנזי'שע, און דער ראש המוסד איז אראפגעפארן קיין א"י אנצופרעגן ביי גדולי ישראל וואס צו טוהן. הרב שטיינמאן האט איהם געפרעגט וואס די חילוק איז צווישן די ספרדי'שע און אשכנזי'שע לערערינס. ער האט געענטפערט אז די אשכנזי'שע טויגן בעסער און פארשטייען בעסער. הרב שטיינמאן האט געפרעגט צי אין יראת שמים איז דא א חילוק, און אויף דעם האט ער געענטפערט ניין, ביידע זענען פרום און ערליך. אויף דעם האט הרב שטיינמאן געהייסן נעמען די ספרדי'שע פרויען. די מיידלעך דארפן א מוסטער צו וואס זיי קענען שטרעבן, און די אשכנזים זענען נישט גענוג נאנט צו זייערע הערצער צו דינען דעם ציל.

הארט נאכ'ן גרינדונג פון די שולע, האבען געוויסע עלטערן מורא געהאט אז ס'וועט זיין אפן צו אלע ארחי פרחי, אלע ארץ ישראל'דיגע ספרדישע יורדים און משפחות נישט אויף זייער סטאנדארט אין אידישקייט. זיי האבן גערופן דער ראש המוסד, און געסטראשעט אז זיי נעמען ארויס זייערע קינדער טאמער מען נעמט אריין דעם אדער יענעם. דאס איז געווען אן ערנסטער פראבלעם פאר איהם, ווייל ער האט געמוזט האבן די 'מער ישיבישע' משפחות כדי די מוסד זאל נישט ווערען א מרכז פון אלערליי פראבלעמען. ווען מען האט א כיתה פון רוב באזעסענע קינדער פון באזעסענע משפחות, קען מען זיך אן עצה געבן מיט די קינדער וואס דארפן האבן הילף, אבער ווען דער רוב איז קינדער וואס דארפן האבן באזונדער ארבעט, איז עס פיהל שווערער. אבער ווי קען מען אפזאגן א קינד? ער האט געפרעגט ביי הרב הררי-רפול וואס האט איהם קלאר און דייטליך געזאגט: "אסור לשמוע להם!" מ'דארף די קינדער ארייננעמען און שוין! אזוי האט ער טאקע געטוהן, טראץ וואס יענע עלטערן האבן אויסגעפיהרט זייער סטראשע און האבן ארויסגענומען זייערע קינדער.

פארשטייט זיך אז דער מוסד האט זיך אונטערגענומען די חרם אנטקעגן גרים, און ס'הענגט אין זייער מוסד א קאפיע פון די אונטערגע'חתמ'טע נוסח. אינטרעסאנט איז געווען, ווען א איד אין לעיקוואד איז פלוצלינג געטראפן געווארן צו זיין א גוי וואס האט זיך באהאלטן פון דעם געזעץ, מיט בערך אכט יאר צוריק. די קינדער האבן געלערנט אין די מיידל שולע, און דער ראש המוסד איז געווען פונקט אזוי באזארגט מיט דעם אז מ'האט געכאפט אז די מאמע איז גאר א גיורת, ווי מיט דעם אז דער טאטע איז א גוי!

דער מוסד האט שוין א ברודער-מוסד פאר יונגלעך, און ס'איז אין פלאן צו עפענען בקרוב א הויך-שולע. ס'דינט איהר ציל אויפצוציען פרומע ערליכע מיידלעך, מיט זייער אלטע ספרדי'שע טעם ריין און קלאר, נישט באהאלטן אונטער די נייע אשכנזי'שע גלויבונגען און מנהגים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 7:44 pm

התם ומתמם עם תמימים


די תמימות פון די ספרדים האט זיי פון איין זייט אוועקגעשלעפט, ווייל זיי האבן קיין סאך נישט געוואוסט פון אידישקייט פון אנהייב צו קענען אוועקשטעלן זייער לעבן קלאר, אבער ווען זיי האבען עפעס אנטדעקט, זענען זיי גלייך געווען אפן דערצו. איך האב געזען באשריבן פון א פרוי, אז זי האט זיך געלערנט לשה"ק, און ביים ליינען פרשת נשא האט זי באמערקט אז אין תורה איז גאר משמע אז אידישע פרויען דעקן צו זייער האר. זי האט אלץ געמיינט אז ס'איז אן אשכנזי'שער מנהג אזא, אז פרויען דעקן צו זייער האר. זי איז צוגעגאנגען צו הרבנית זהבה ברוינשטיין זצ"ל (אליינס ווערד א באשרייבונג, וואס האט אסאך אויפגעטוהן ביי די ספרדים, ובפרט אין דער געביט פון טהרת המשפחה) און איהר געפרעגט צו מ'מוז טאקע צודעקן א פרוי'ס האר. הערנדיג אז יא, האט זי גלייך אנגעהויבן צודעקן אירע האר, און א באוועגונג האט זיך אנגעהויבן. מער און מער פרויען דעקן צו די האר, א זאך וואס איז שטארק נפרץ געווארן ביי זיי, און אין צוגאב מיט אנדערע שטייגונגען אין אידישקייט, איז עס א געבענטשטער ערשיינונג.

אזוי אויך ביי די מענער איז דער תמימות קענטיג און א ברכה. איך האב לעצטענס באגעגנט א איד פון פאנאמא. וויאזוי? מיט בערך זעקס און א האלב יאר צוריק, איז איינער א ראש כולל פון לעיקוואד געפארען קיין פאנאמא נאך געלט (דער ראש הכולל האט מיר פארציילט, וויאזוי ער האט זיך דערוואוסט פון די אידן דארט. הרב שטיינמאן איז געפארן קיין אמעריקע מחזק צו זיין אידן, און פון דארט איז ער געגאנגען קיין מעקסיקא און פאנאמא. ווען ער איז אהיימגעקומען קיין בני ברק, האט ער געזאגט פאר זיין מקורבים, אז די סיבה פארוואס די אידן אין פאנאמא זענען אזוי רייך, איז צוליב דעם וואס דארט איז דא בלויז איין קהילה און מ'לעבט בשלום צווישן זיך. די אידן אין א"י האבן געהערט די ערשטע האלב, אז דארט איז דא געלט, און מ'האט זיך גענומען לויפן דארט נאך געלט, נישט האבנדיג קיין צייט צו הערן די צווייטע האלב, אז מחלוקת איז די פראבלעם... כ"ז סיפר לי דער ראש כולל פון לעיקוואד). ער האט געלערנט מיט א פאר אידן דארט, און ווען ס'איז געקומען די צייט פאר זיין צוריקגיין, האבן זיי איהם געבעטן ער זאל פארבלייבן לערנען ווייטער. ער האט נישט געקענט, אבער ער האט זיי געזאגט אז זיי זאלן קומען קיין לעיקוואד פאר אפאר טעג, און ער וועט זיי באזארגן מיט חברותות. אין יענעם יאר זענען צוועלף מענטשן געקומען פאר פינף טעג אין אלול צו לערנען מיט די תלמידים פון דעם ראש הכולל.

אין יענע תקופה איז געווען אין פאנאמא נאכן דאווענען א קליינע חבורה פון יונגעלייט, וואס זיי האבן זיך אראפגעזעצט א שעה לערנען. זיי האבען קיינמאל נישט זוכה געווען צו לערנען אין ישיבה, און זיי האבן ווייניג געוואוסט פון לערנען. זיי זענען אבער געווען פיינע בעלי כשרונות, און די חבורה איז אנגעפירט געווארן דורך א יונגערמאן וואס האט יא געלערנט אין ישיבה אין ירושלים, און זיי האבען זיך געמוטשעט א דף נאך א דף. די חבורה איז דעמאלס באשטאנען פון צוואנציג מענטשן.

אין אלול תש"ע זענען צוועלף פון די חבורה געקומען קיין לעיקוואד און זיי האבן געלערנט מיט יונגעלייט פונעם כולל, וואס זייער ראש הכולל האט זיך פארבינדן מיט זיי דארט. ס'איז געווען פראוויזאריש, מיט די גשמיות מסודר דורך ישיבת ב.מ.ג., אבער דער לערנען איז געווען דורך די יונגעלייט, בעיון כדרכם. מ'האט געזוכט א צימער וואו צו זיצן, ספרים פון וואו צו לערנען, און יונגעלייט וואס זאלן זיי זאגן שיעורים. אבער די געסט זענען געווען אינגאנצן איבערגענומען. זיי האבן טועם געווען פון א סברא, פון א חידוש אויף א תוספות, פון א הוספה להלכה און נאך. מיט דארשט האבן זיי איינגעשלינגען וואס זיי האבן נאר געקענט, און זיי האבן פארשארפט די באציאונגען מיט יענע יונגעלייט עד היום הזה.

דעם קומענדיגן יאר זענען זיי שוין געווען דרייסיג מענטשן און ס'האט זיך פארמערט נאך און נאך, ביז היי יאר זענען שוין הונדערט און פופציג מענטשן געקומען קיין לעיקוואד פאר פיהר טעג צו לערנען תורה. פארשטייט זיך, אז דער זאך איז מער מסודר היינט צוטאגס, מיט שיעורים פון רבנים און דרשות פון פרעדיגער'ס, אבער דער עיקר איז דאס לערנען גמרא תוספות. די חבורה דארט אין פאנאמא איז אויך שטארק געשטיגן. נאך חבורות האבן זיך געעפנט און פארמערט, און דער קול התורה לאזט זיך הערן אין די הייסע גאסן פון פאנאמא.

אבער מער ווי זייער לערנען איז זייער יראת שמים. תמימות'דיגע מענטשן, וואס ווייסן נישט קיין סאך, האבן געהערט א שיעור אויף הלכות רבית, כשרות, נדה, שבת ועוד. יעדער האט אויסגעוועלט וואס צו טון און וויאזוי זיך צו פירן כפי אות נפשו. איינער פון זיי האט מיר געזאגט מיט אנגסט: "איך האב גארנישט געטוהן ריכטיג ביז היינט!" נאכ'ן הערן א שיעור אויף הלכות רבית. ער האט גענומען דעם טעלעפאן נומער פון דעם מגיד שיעור צו קענען אנפרעגן אלע זיין שאלות, און ער האט מיר אויך פארציילט א פאר ספיקות וואס ער האט, וואס איך האב אריבערגעפירט צו מורי הוראה מובהקים אין דער געביט. וויפיהל פון אונז זענען גרייט זיך צו טוישן נאכן הערן איין שיעור?

א פאר קורצע יאר, און זייער פנים טוישט זיך שוין אינגאנצן. פון מעקסיקא קומט מען אויך קיין לעיקוואד לערנען. די קהילה דארט איז מער אוועקגעשטעלט, ווארום שוין אין די תש"ל יארן האט מען דארט געעפנט א כולל, און אויפגעהויבן די סטאנדארטן פון די קהילה. פיל מענטשן דארט שיקן זייערע קינדער צו ישיבות אין א"י און דאהי, און ס'בליעט און וואקסט דארט. א גרויסער עושר וואס וויל ווייזן זיין עשירות, עפנט א כולל. אסאך איז שוין דארט אויפגעטוהן געווארן, און אלעס איז צו פארדאנקען די אריגינעלע רבנים און ראשי כוללים, וואס זענען דארט געגאנגען מחזק צו זיין די פלאץ.

אזוי זעט אויס די ריינע תמימות פון אן עדה אידן, אן עדה וואס טראכט און לעבט טאקע אנדערש ווי אונז, אבער קאכן פאר'ן באשעפער'ס וועגן.

טאמער איהר האט א רואיגע מוט און איבעריגע צייט, כאפ זיך איין טאג אריבער קיין פלעטבוש אויף שחרית. קום באצייטענס און לאז זייער דאווענען דיר איבערוואשן. נישט געקוועטשערהייט, נישט מיט צעקות און קלאפן, נישט מיט זיך פארלייגן אויף איין חלק פון דאווענען און זיך נישט וויסענדיג מאכען פון אנדערע חלקים, נאר א רואיגע דאווענען, מיט דרך ארץ פאר יעדער ווארט און אות, קלאר אויסגעזאגט, ווי קיין צווייטע זאך אין דער וועלט עקזיסטירט נישט, און אזוי קען מען טועם זיין אביסל פון דער לעבן פון אחינו בני ספרד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:26 pm

וואוי א הערליכע אפהאנדלונג. עס איז מיר נאר אינטרעסאנט ווי דו ביסט אזוי מאריך ובפרט בענין גירות און דו דערמאנסט נישט זייער יהרג ובל יעבור פון נישואי תערובות.

אפשר וועסטו זאגן אז דאס איז בעצם די תקנת הגרים אבער כמיין עס איז יא א עקסטערע תקנה אז קענסט זיין רייך ווי קורח און זיין 40 יאר ראש הקהל אבער אויב איינע פון דיינע קינדער האט חתונה מיט א גוי אדער גויטע פארלירסטו תיכף ומיד אלע פאסטענס און ביסט לחרפה וללעג די גאנצע משפחה.

די סירישע געמיינדע אין פלעטבוש איז טאקע וועלט בארימט מיט די תקנה וואס האט ממש געראטעוועט דאס עתיד און דאס יוגענט. אין פרץ ואין יוצאת, אלע טרעפן זיך ב''ה פיינע אידישע שידוכים. איבריג צו באצייכענען וואס עס גייט ליידער פאר אין אנדערע (רייכע) אידישע קהילות אין אמעריקא ספרדישע ווי אשכנזישע.

אויף וויפיל איך ווייס האט דער תקנה מתקן געווען הרב קצין זצ''ל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:05 am

זיי האבן נאך געהאט א ביהמ"ד, וואס א רייזנדער - וואס איז דארט אנגעקומען הארט נאכ'ן אנקומען פון די ספרדים אין אלעפא - האט פארציילט א טראדיציע אז ס'שטייט נאך מימות אלישע הנביא, וואס דארט האט ער מושח געווען חזאל מלך ארם (איך ווייס נישט וואס דאס דארף צו מיינען, אין נ"ך שטייט אז אליהו הנביא האט מושח געווען חזאל מלך ארם [מלכים-א' יט, טו])


ידידינו @הערשי האט מיר מעורר געווען אז אין מלכים ב' ח' איז מבואר אז אלישע איז דער וואס איז למעשה געגאנגען צו חזאל. דארט שטייט נישט אז ער האט איהם מושח געווען, נאר מבשר געווען אז ער גייט ווערען קעניג, אבער אין מהר"י קרא דארט איז ער מסביר אז אזוי האט אליהו הנביא מקיים געווען זיין שליחות, דורך דעם אז זיין תלמיד האט עס איבערגעגעבען.

ייש"כ!

@איך אויך - איך האב נישט געוואוסט פון דעם. איך וועל זיך נאכפרעגען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 11:58 am

הערליך, הערליך! שיין אראפגעברענגט א וויכטיגע שטיק היסטאריע.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אזוי זעט אויס די ריינע תמימות פון אן עדה אידן, אן עדה וואס טראכט און לעבט טאקע אנדערש ווי אונז, אבער קאכן פאר'ן באשעפער'ס וועגן.

טאמער איהר האט א רואיגע מוט און איבעריגע צייט, כאפ זיך איין טאג אריבער קיין פלעטבוש אויף שחרית. קום באצייטענס און לאז זייער דאווענען דיר איבערוואשן. נישט געקוועטשערהייט, נישט מיט צעקות און קלאפן, נישט מיט זיך פארלייגן אויף איין חלק פון דאווענען און זיך נישט וויסענדיג מאכען פון אנדערע חלקים, נאר א רואיגע דאווענען, מיט דרך ארץ פאר יעדער ווארט און אות, קלאר אויסגעזאגט, ווי קיין צווייטע זאך אין דער וועלט עקזיסטירט נישט, און אזוי קען מען טועם זיין אביסל פון דער לעבן פון אחינו בני ספרד.

איך האב שוין לאנג א שטארקע געפיל פאר די ספרד'ישע קהלה בפרט פאר זייער דאווענען. עס איז מיר שוין כמ"פ אויסגעקומען צו דאווענען מיט זייער מנין צוליב ביזנעס צוועקן, זייער כבוד ביהמ"ד איז סעקאנד טו נאן! די ערנסטקייט, די נוסח התפלה, עס האט עפעס א פארצייטישן חן וואס מען טרעפט נישט אין די חסידי'שע מקומות. אמת, זיי וועלן זיך נישט שאקלען מיט התלהבות, זיי גייען טאקע אנגעטאן מיט קאלירטע העמדער און סניקערס, טליתים אנע גרויסע עטרות און (געווענליך) בלויז אויפן אקסל, נישט איבערן קאפ. פארט איז די פנימיות עפעס העכער. עס איז כדאי מיטצוהאלטן זייערס א דאווענען, א קריאת התורה מיט זייערע אייגנארטיגע ספרי תורות, ווי מ'מאכט מי שברך'ס אינדערוואכן און יעדער וואונטשט אן דעם נדבן, בכלל די פריינטליכע אטמאספערע וואס הערשט... עפעס מאכט עס שפירן ווי מער אויטענטישע אידישקייט....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18064 מאל

הודעהדורך פליקער » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 12:35 pm

א דאנק פאר די הערליכע ארטיקל

נאר צוויי שאלות

1. איך זעי נישט דערמאנט הרב עבדי' יוסף וואס ווערט פארעכענט ווי דער רעטער פון די ספרדים, דאכצעך איך זעי אים נאר דערמאנט איין מאל לגנאי

2. איך זעי נישט דערמאנט די חסידישע ספרדישע קהילה, פון ארגענטינע און ארים, ווי זיי האבן זיך פארקרעמעלט מיט א שיינע סייז קהילה בתוככי וויליאמסבוג.

אגב איך האב הנאה אז מיין פעיווערעט ליטוואק האט זיך פארשש'ט מיטן צוטיילן די ארטיקלעך

און פארוואס האסטו נישט ארויפגעלייגט די בילדער (וואס איך האב געהאט א יד)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פליקער אום מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 7:23 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3609 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 1:25 pm

1. א. ער הייסט הרב עובדיה יוסף, אי וועגען די תקנת המקום אז מ'דארף לייגען א טיטעל, אי ווייל ער האט עס ערליך פארדינט מיט זיין קענשאפט אין תורה און פיהרערשאפט פון א ריזיגע עדה אידען לתורה.
ב. איך האב באשריבען די געמיינדע אין פלעטבוש/דיל פון סורישע אידען, נישט מאראקאנער נישט אלג'יריאנער, נישט פרסים און נישט איראקער. הרב עובדיה איז דער גדול פונדערווייטענס, נישט קיין חלק פון זיי.

2. כנ"ל, ועוד ווייל איך קען זיי נישט. טאמער דו קענסט זיי יא, סיוע מיטטיילען.

3. איך האב עס צוטיילט ווייל איך האב געמיינט ס'וועט זיין לייכטער מיט די בילדער. כמבואר במקו"א, נישט לייקס איז מיין ציל, נאר אז מ'זאל זיך קימערען מיט מיין ווערטער. נאר די בילדער האב איך אויך נישט געקענט ארויפלייגען. ביטע מיר אויסלערנען. ווען איך דרוק img פאדערט מען א url, וויאזוי לייג איך א פייל פון מיין קאמפיוטער?

אגב, א ייש"כ פאר דיין הילף. דאס האט ריזיג צוגעלייגט צום מאמר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

Re: די ספרדישע געמיינדע "האסיף" (דער וועקער #6)

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 7:24 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:1. א. ער הייסט הרב עובדיה יוסף, אי וועגען די תקנת המקום אז מ'דארף לייגען א טיטעל, אי ווייל ער האט עס ערליך פארדינט מיט זיין קענשאפט אין תורה און פיהרערשאפט פון א ריזיגע עדה אידען לתורה.
ב. איך האב באשריבען די געמיינדע אין פלעטבוש/דיל פון סורישע אידען, נישט מאראקאנער נישט אלג'יריאנער, נישט פרסים און נישט איראקער. הרב עובדיה איז דער גדול פונדערווייטענס, נישט קיין חלק פון זיי.

2. כנ"ל, ועוד ווייל איך קען זיי נישט. טאמער דו קענסט זיי יא, סיוע מיטטיילען.

3. איך האב עס צוטיילט ווייל איך האב געמיינט ס'וועט זיין לייכטער מיט די בילדער. כמבואר במקו"א, נישט לייקס איז מיין ציל, נאר אז מ'זאל זיך קימערען מיט מיין ווערטער. נאר די בילדער האב איך אויך נישט געקענט ארויפלייגען. ביטע מיר אויסלערנען. ווען איך דרוק img פאדערט מען א url, וויאזוי לייג איך א פייל פון מיין קאמפיוטער?

אגב, א ייש"כ פאר דיין הילף. דאס האט ריזיג צוגעלייגט צום מאמר.

שוין פאראכטן
עס איז נאר געווען א שוגג
שיק מיר די בילדער וועל איך דיר שיקן url's
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3609 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 7:40 pm

א באמבע פון אן ארטיקל. מעיד עלי רב שש אז כ'האב געבעטן מ'זאל באשרייבן ממש די נושא, זאגט ער מיר ס'ווארט דיר א סורפרייז. אבער א סורפרייז געווען! זיך באלעקט מיט יעדע שורה ווי אויך מיט דיינע צוגעלייגטע הגהות.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4853
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9441 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 11:20 pm

איך אויך: אין שייכות מיט דיין באמערקונג אז די אידן פון חאלעב האבן געהאט זייער שטארקע תקנות קעיגן נישואי תערובת און זיי האבן נישט נושא פנים געווען פאר קיינעם. דערמאן איך מיך פון אן אינטרעסאנטע עקספיריענס וואס איך האב געהאט:

מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געהאלטן ביי קויפן א געניצטע קאר. ווען איך בין פארבייגעגאנגען א דילערשיפ, אין פלעטבוש האביך באמערקט א קאר וואס האט אויסגעזעהן צו זיין צוגעפאסט פאר מיר. איך האב דיסקוטירט פארשידענע פלענער פון פינאנצירן די קאר. איך האב אויך געזאגט פאר'ן דילער,וועלכער באלאנגט צו איינע פון די פראמינענטע ספרד'ישע משפחות. ער האט אויך א פעטער א חשוב'ער רב...אז איך וויל עפעס רעדן מיט איהם קאנפידענשיל. ווען אינמיטן קומט אריין אין זיין אפיס א איטאליענער שיקסע. זאגט ער צו מיר אז איך זאלל ווייטער רעדן, ווייל דאס איז זיין ווייב, און ער האט נישט קיין שום סיקרעטס פאר זיין ווייב. איך האב איהם שיין באדאנקט און געזאגט אז איך מוז יעצט גיין. און כ'וועל מיך אומקערן אין א צווייטע געלעגנהייט. איך בין קיינמאל נישט צוריקגעגאנגען צו יענעם דילער. איך בין געווען שאקירט אז א איד קען חתונה האבן מיט א גוי'טע...!

למעשה, האטציך אויסגעשטעלט אז דאס האט מיך געראטעוועט פון גרויסע בושות. ווייל דער דילער, וויסנדיג אז מיין קרעדיט איז נישט אויפ'ן העכסטן שטאפל, האט געוואלט מאכן אן איי. די. שווינדל. ער האט גענוצט די סאושעל סעקיוריטי פון מיינ'ס א חבר וועלכער האט דעם זעלבן ערשטן און לעצטן נאמען וואס איך. (נישט בערל בעל עגלה...) און ער וואוינט אין מיין געגנט. איך האב פון גארנישט געוואוסט. איך האב שוין פון לאנג פארגעסן פון די מעשה, ווען מיין חבר באגעגנט מיך און ער זאגט מיר..."אויב דו ווילסט קויפן א קאר, קום צו מיר, און איך וועל דיר בארגן די געלט...!

ערשט דאמאלס האביך געכאפט וואס דא איז פארגעגאנגען. ס'האט גענימען שטיקל צייט מסביר צו זיין פאר מיין חבר וואס דא איז געווען...
דער פאקט אז איך בין געווארן שאקירט פון יענעם דילער און נישט געוואלט מער האנדלען מיט איהם האט מיך געראטעוועט פון גרויסע בושות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14467 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8321 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 10:58 am

פליקער האט געשריבן:מיין פעיווערעט ליטוואק


ווער איז דיין צווייטע פעיוואריט ליטוואק? ווער איז געווען מיין קאמפעטישען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:35 pm

איך האב ממש נישט די ווערטער אויסצולויבן דער ארטיקל און באשרייבונג. עס איז העכסט אינטערעסאנט און באלערנד, שיין געשריבן און גאר ציענד און על כולם איז א גרויסע טייל (אדער אלעס) ממקור ראשון, נישט סתם נאכגעשריבן וויקי אדער אנדערע ארטיקלן. צו דעם אלעם האט דער ליטוואק נאך אריינגעספרינקלט אפאר teasers פאר קומענדע ארטיקלן בעז"ה אם ירצה ליטוואק ב"ה. מיר קוקן ארויס אויף א באשרייבונג אויף הרב העכט (עפעס מיט דער הרב העכט פון אגו"ח?), א באשרייבונג אויף די פארכאפונג פונעם פליגער און רבי משה'ס פסק, א באשרייבונג אויף מרת זהבה ברוינשטיין און אפשר אויך אויף הרב שיינגארטן (האט ער אפשר געוואוינט אויף 48 צווישן 15 און 16?).

עס איז כמעט נישט דא וואס צוצולייגן, ספעציעל אז איך קען מיך בעצם נישט אויס מיט דער קהלה, נאר אפאר הערות קטנות.

סיריעש און ספרדיש איז נישט איינס און די זעלבע, ווי אנדערע האבן אולי שוין אנגעמערקט. בשעת סירישע זענען ע"פ רוב אולי ספרדי'שע, זענען אבער דא גענוג און נאך ספרדי'שע וואס האבן גארנישט מיט דער קהלה.

א גרויסע טייל (אפשר רוב) סירישע דאהי (ברוקלין) טראגן נישט קיין קאפל ווען זיי זענען אינדערויסן פון די קאמיוניטי. שפאציר אריין אין א סיריעשע ביזנעס אין מאנהאטן (זיי ארבייטען צוזאמען) וועסטו טרעפן צען מענטשן וואס זעהן אויס ווי גוים, אריינוואקן אינעם קאנפרענס צימער, אנטון קאפלעך, נעמען א סידור און דאווענען מיט די פולסטע ערנסקייט און כוונה. די זעלבע קענט איר בייוואוינען א יעדע זונטאג במשכ'ן גאנצע זומער, ביים ביעטש אין דיעל נו ג'ערזי. (די ברוקלינ'ער חברה פארוויילן זומער אין דיעל.)

סיריעשע שמחות זענען די מערסטע פארשלעפטע שמחות וואס דו וועסט נאר אמאל טרעפן. א סיריעשע חתונה הייבט זיך קיינמאל נישט אן ווייניגער ווי א צוויי דריי שעה שפעט.

אן איינגעשטעלטע פון לאנגע יארן אין ישיבה אוו ברוקלין האט מיר אמאל געזאגט אז א גרויסע טייל פון זייערע תלמידים ותלמידות פון די פריערדיגע יארן זענען געקומען פון די סירישע געמיינדע. הרב מאניס מאנדל ז"ל האט זיי זייער שטארק מקרב געווען. היינט צוטאגס האבן שוין די סירישע אייגענע מוסדות און די ישיבה ווערט טאקע קלענער פון יאר צו יאר.

אן עלטערע סירישע איד האט מיר געזאגט אז זייערע יונגערלייט גייען אדורך אביסל א פינאנציעלע קריזיס וואס זיי ווייסן נאך נישט וואס די תוצאות דערפון וועט זיין און וויאזוי זיך צו ספראווען דערמיט. ער זאגט מיר אז די מיטליעריגע דור (צווישן 45 און 75) זענען אלע געווען געניטע און פלייסיגע ביזנעסלייט, זיי האבן מיטגעברענגט די ביזנעס acumen און געניטשאפט נאך פון סיריע און זיי האבן אלע טאקע אויפגעשטעלט גרויסע ביזנעסער און האבן שטארק מצליח געווען. מיט זייער געלט האבן זיי געבויט בתי מדרשים און מוסדות, אויסגעהאלטן זייערע רבנים און אין די זעלבע צייט האבן זיי זיך ערלויבט א גאר הויכע סטאנדארט פון לעבן, מיט צוויי שיינע הייזער (אין ברוקלין און אין דיעל), טייערע קארס, שיינע קליידער און טייערע צירונג. אויך זייער חינוך איז גאר א טייערע חינוך. די קינדער זענען שוין פון איין זייט אויפגעוואקסן מיט די רייכטום און זיי נעמען עס פאר גרענטעד. אנדערע זענען אויסגעקאכט געווארן אין די אמעריקאנער שמאלץ טאפ און זענען געגאנגן אין קאלעדזש צו ווערן דאקטוירים, אקאונטענטס און לויערס וואס נישט אלע מאכן אזויפיל געלט. אנדערע זענען טאקע געווארן בני תורה און זיצן אין כולל פאר לאנגע יארן. די אונטערשטע שורה איז אז ביי די יונגערע דור איז נישט דא אזויפיל מוצלח'דיגע ביזנעס לייט און עס איז שווער פאר זיי אנצוהאלטן די הויכע סטאנדארט אויף וואס זיי זענען אויפגעוואקסן. זיי קענען נישט באצאלן די הויכע שכר לימוד, זיי קענען נישט עפארדן צו וואוינען אין אזעלכע טייערע געגנטער וכדומה. דערווייל האלט נאך די עלטערע דור אויס די יונגערע דור למחצה לשליש ולרביע, אבער ער וואונדערט זיך וואס גייט זיין אין צוואנציג יאר ארום.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שלמה בן בויע האט געשריבן א חומש וואס געפינט זיך היינט צוטאגס אינ'ם ביבליאטעק אין פערטערבורג, מיט'ן דאטום 929


וואס פאר א דאטום איז דאס 929? איז עס אין די אידישע לוח? וועלכע יאר? עסעס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז תנ"ך איז היינט צוטאגס צוטיילט אין 929 פרקים.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2800
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6357 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:32 pm

עס איז אינטערעסאנט ווי די גרעסטע מחנכים און זייערע מוסדות החינוך זענען אשכנזים.

און עטרת פלעגט זיין הרב וויינבערג ע"ה

ישיבה אף ברוקלין הרב בעסער נ"י

אינטערעסאנט איז אז יעדע תפילה איז אנגעטיילט פאר אפאר בעלי תפילה. איינער שטעלט זיך אוועק און דאוונט ביז ברכו, ער גיט א ווינק און א צווייטער שטעלט זיך צו, פעטער גייט א דריטער אא"ו.
פשטות איש דאד ווייל דער בעל תפילה זאגט הויך דאס גאנצע דאווענען און עס נעמט כח.

ברכת כהנים ווערט געזאגט דארטן יעדן אינדערפרי.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 10:46 pm

ייש"כ פאר די ווארמע ווערטער. איך האב יעצט ארויפגעלייגט די בילדער וואס @פליקער האט מיר צוגעשטעלט, ותשו"ח לו. איך האב געוואלט גייען כאפען א בילד פון די אריגינעלע חרם, וואס הענגט אין אסאך ספרדישע שולען, נאר דער ביהמ"ד וואס האט עס געהאט אין לעיקוואוד האט מען אראפ געקלאפט און איך ווייס נישט פונקט ווי מ'האט עס איבערגעבויט. דער וואס גייט קיין פלעטבוש זאל מוחל זיין און כאפען א בילד אין שערי ציון וכדו' און אריינשיקען, ולך תהיה צדקה.

@הוגה - ריכטיג אז רוב איז ערשט האנטיג, איך וויל זיך נאר מסביר זיין. אין דער זומער האב איך געליינט די בוך וואס האט מיר צוגעלייגט פארשידענע ידיעות אין דער ענין, ווי אויך האט עס ביי מיר ערוועקט זכרונות פון די יארען וואס איך קען ספרדישע אידען. דעמאלס איז מיר איינגעפאלען אין קאפ מיט צוטיילען די ידיעות מיט'ן עולם דא, ווייל איך האב מיר פארגעשטעלט אז דער עולם דא איז ווייניגער באקאנט אין די עניינים. איך האב גענומען אינפארמאציא פון יענער בוך, בפרט וועגען דער פליגע פארכאפונג, ווייל הרב הררי-רפול איז אן איידעם ביי דער העלד פון די בוך. די חלק וועגען דער כתר ארם צובא האב איך בעיקר גענומען פון דא, אבער איך האב אליינס אביסל נאכגעפארשט אויף אוצה"ח, ווייל איך האב געדענעקט א טומול פון ווען איך בין געווען אין א"י.

וועגען ברכת כהנים. אינטרעסאנט צו באמערקען איז אז זיי האבען דער מנהג ווי דער מחבר אין שו"ע, אז דער מקרא איז נישט מקרא דאס ווארט 'יברכך', נאר גלייך נאכ'ן ברכה זאגען די כהנים יברכך. ווען אבער ס'איז נאר דא איין כהן איז מען יא מקרא. דער גר"א האלט אויך אזוי, און דער שעה"צ אין הל' תקיעת שופר זאגט אז צוליעב דעם זאל מען עכ"פ נישט מקרא זיין די ערשטע תקיעה ביי תקי"ש, אז ס'זאל נישט זיין קיין הפסק צווישען די ברכה און די תקיעה. למעשה האב איך קיינמאל נישט געזען די מנהג ביי תקי"ש, אבער ביי ברכת כהנים טוהן אזוי די סירישע. בי מאראקאנער טוהן עס אבער נישט, זיי זענען מקרא יברכך געהעריג.

929 איז די גויישע יאר פון נאך דער הרגנ'ן פון יעזוס (באקאנט ביי אונז אלס יש"ו) א טרויעריג בארימטע פיגור וואס האט מסתמא געהאט ביי-האר.

@איך אויך - איך האב נישט געהערט פון אן עקסטער תקנה וועגען אסימילאציע. איך האב געוואלט פרעגען דער שבת ביי מיין ספרדישע באקאנטע אבער איך האב נישט געקענט. דער בארימטע נגיד עזרא בעטעש איז געווען דא שבת און ער האט געדאווענט אין אונזער מנין און קידוש איז איבערגענומען געווארען דורכ'ן שמועסען מיט איהם. גראדע בין איך נתפעל געווארען פון איהם, ווייל איך קען א פאר נגידים און ער רעדט זייער צוגעלאזען און נישט אויף א התנשאות'דיגע אופן. עכ"פ איך וועל אפשר ווייטער פרעגען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 7:35 pm

עצור במילין לא אוכל, הגם ס'איז שוין היבש שפעט.

@ליטוואק פון בודאפעסט האט דא ארויסגעוויזן זיין ריכטיגע גלאנץ, וואס איך האב שוין כמה פעמים מעיד געווען אז כ'האב אים געטראפן פערזענליך און זוכה געווען זיך צו באקענען מיט זיין אור.

די מאס אינפארמאציע וואס ער שפייט אויס, אבער פארט מיט א משונה'דיגע קלארקייט, און נאכמער צוציענדיגע כח, מאכט אים פארן העלד פונעם "אסיף", און איך האף נאר אז מער אזעלכע סטיל ארטיקלן וועלן נאכקומען.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15441 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך מאי 24, 2017 3:04 pm

אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2754 מאל

Re: די ספרדישע געמיינדע "האסיף" (דער וועקער #6)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 29, 2019 8:53 pm

איך האב ענדליך געטראפן דער צעטל הענגען אין א ספרדישע שול אין לעיקוואדבילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2971 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8008 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט