דער וועקער: געגאנגען ווייטער!

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

דער וועקער: געגאנגען ווייטער!

הודעהדורך ראובן » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:21 pm

כ'מוז אנפאנגען מיט א דאנק פון טיפן הארץ פאר ידידינו החכם @שש משזר וועלכער האט געברענגט דעם געוואלדיגן פראיעקט מכוח אל הפועל, ואתו עמו ידידינו היקר @פיקאסא וועלכער האט ארויסגעגעבן יעדן חודש אזא דבר נאה ומתוקן. אזוי אויך די אלע חברים וידידים וועלכע האבן געשריבן ארטיקלען, און האבן ארויסגעהאלפן מיט הגה און אלע אנדערע הילף וואס מ'האט געדארפט.

דער גרויסער ארבעט וואס איז אריינגעלייגט געווארן דורכאויס דער האלבער יאר טאר נישט פארלוירן גיין. מיר האבן געמאכט א געוואלד מיט פראגרעס הן בנוגע די צורה פון אן אויסגאבע פון אזא קאליבער, און הן אויסצוארבעטן א סיסטעם פון פארשפרייטן די אויסגאבע אנליין, עמעזאן, און פארקויפן אין בארא פארק. מיר פארמאגן היינט א שופר וואס קומט אן צו טויזנטער מענטשן, און דאס דארף ווייטער אנגיין. עס איז כדאי צו באמערקן אז טראץ דעם וואס דער וועקער איז עוועילעבל אומזיסט און ווערט אראפגעלאדנט דורך טויזנטער מענטשן יעדן חודש (אויף קאווע שטיבל, טעלעגראם, וואטסעפפ און אימעיל), האבן הונדערטער מענטשן באצאלט יעדן חודש 5 דאלאר אדער מער צו קויפן א פיזישע קאפיע אויף עמעזאן אדער ביים ניוז-סטענד אין בארא פארק.

נאך שש'ס אומדערמידליכער ארבעט פון זעקס אויסגאבעס, וועלן מיר ווייטער אנגיין מיט דעם פראיעקט, און אויסנוצן די געלעגנהייט אריינצוברענגען שינויים וואס וועלן נאך מער פארבעסערן דעם וועקער, און פארזיכערן אז עס זאל קענען אנהאלטן פאר א לאנגער צייט.


איך האב גענומען אויף מיר צו שטיין בראש פון דעם פראיעקט, אין באגלייטונג פון די טייערע ידידים (עפ"י סדר הא"ב) @בר-כוכבא, @געוואלדיג, @ונבנתה העיר, @ליטוואק פון בודאפעסט, @פיקאסא, @שלום שטיסל, און @שמעקעדיג. מיר וועלן צוזאמען דינען ווי די רעדאקציע פונעם וועקער. (נאך א פאר הענט איז אייביג א הילף, און ווער עס קען צולייגן א האנט מיט סיי וואס, זאל זיך ביטע מעלדן.)

מיר האבן געעפנט דעם ניק @דער וועקער, וואס וועט דינען פאר אפיציעלע מעלדונגען, און אויף ארויסצושטעלן די פרישע אויסגאבעס. דער וועקער איז נישט נאר מיין ארבעט, נאר א קאלאבאראציע פון פילע חברים, און אט דער פאקט ווערט בעסער רעפרעזענטירט דורך א ניק פאר דער גאנצער רעדאקציע.

פארשטייט זיך אז אן קיינע שרייבער איז נישט דא קיין אויסגאבע. מיר קוקן ארויס אז דער עולם דא וועט זיך ווארעם אנרופן, אריינצושיקן ארטיקלען אויף אלע נושאים. מיר מאכן א רעוואלוציע אין דער וועלט פון היימישער לייען-מאטעריאל און אין פראדוצירן א שופר פאר די דעות פונעם ציבור. נעמט א חלק דערין!

אנשטאט ארויסקומען יעדן חודש, וועלן מיר ארויסקומען בערך יעדע צוויי חדשים אויף דעם פאלגנדן אופן: סוכות, חנוכה, ווינטער, פסח, שבועות, און זומער.

די קומענדיגע אויסגאבע וועט זיין אויף ווינטער, און דער דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז כ' טבת, מיטוואך פרשת שמות.




וואס איז דער וועקער, און פארוואס דארף עס ארויסקומען?

דער וועקער איז א פלאטפארמע פאר טאלאנט;
דער וועקער איז אן אוצר פון חכמה;
דער וועקער איז א שופר פאר'ן ציבור;
דער וועקער איז א קוואל פון אמת און אפנקייט.




א) די פלאטפארמע. דער וועקער איז א פלאטפארמע פאר יעדן מענטש וואס שפירט אז ער (אדער זי) האט א פעדער אין דער האנט, צו קענען ארויסגעבן זיינע גאט-געבענטשטע טאלאנטן. מיר ווייסן ווי שווער עס איז פאר א מענטש צו באקומען אנערקענונג פאר זיינע טאלאנטן – דאס איז אזוי אין דער גאנצער וועלט, און עאכו"כ אין אונזער געזעלשאפט וואו געברויכן וואס האבן נישט קיין דירעקטן שייכות מיט תורה ווערן פארזען און צומאל דערשטיקט.

מיר זענען דא אז יעדער מענטש וואס שפירט אז ער קען עפעס צוגעבן מיט זיין פעדער זאל וויסן אז ער האט אן אויסגאבע מיט א רעדאקציע וואס איז גרייט מיט אפענע הענט צו דינען ווי א פלאטפארמע פאר טאלאנט.

זאל עס זיין א בחור'ל צי א יונגערמאנטשיק, צי אפילו אן עלטערער מענטש וואס האט אייביג געשפירט אז ער האט וואס צו פארקויפן און די כלים וויאזוי עס צו פארקויפן – מיר ווילן אז די אלע זאלן וויסן אז זיי האבן א קבוצה שרייבער און בעלי מחשבה וואס וועלן זיי שטיין צו הילף, און זען אז זייערע טאלאנטן זאלן באקומען די ריכטיגע אנערקענונג.

דאס האט נישט דירעקט מיט קאווע שטיבל, נאר מיט'ן גאנצן היימישן ציבור. מיר אינעם וועקער ווילן העלפן פלעגן און האדעווען שריפטשטעלער.


ב) דער אוצר. די היימישע אידישע פרעסע זוכט צו באפרידיגן ווי מער לייענער, און נעמט כמעט נישט די ריזיקע צו דרוקן אינטעלעקטואלע ארטיקלען פון מחקר און היסטאריע כדי צו הייבן דעם אינטעליגענץ פון די לייענער. היות דער עיקר ציל פון רעדאקציעס איז אנצופילן בלעטער, און געבן ווי מער ארטיקלען, האבן זיי נישט קיין דרך ארץ פאר ארטיקלען וועלכע פארמאגן א געוואלד מיט ארבעט, און זיי שאצן ארטיקלען נאר לויט וויפיל "קערעקטערס" זיי פארמאגן. א נארישער לופטיגער ארטיקל פון 25,000 אותיות וואס האט גענומען איין שעה צו שרייבן, טראגט מער געוויכט און חשיבות ווי א הערליכער פארש-ארבעט פון 15,000 אותיות וואס האט געקאסט צען שעה ארבעט.

דער שרייבער וואס קוועלט פון פארשן און שרייבן דארף אן אויסגאבע וואו שווערער ארבעט ווערט אנגענומען מיט כבוד און רעספעקט, און די לייענער דורשטן און טאנצן אריין מיט אייפער אנצופילן דעם קאפ מיט חכמה און וויסנשאפט. דער וועקער איז א קוואל פון חכמה און וויסנשאפט; דער פלאץ וואו דער חכם געפונט א היים מיטצוטיילן מיט דער וועלט זיין ארבעט.


ג) דער שופר. מיר ווייסן זייער גוט אז די היימישע פרעסע דינט נישט באמת די אינטערעסן פונעם ציבור, און רוב אמת'ע פראבלעמען וועלכע דארפן דיסאינפעקטירט ווערן דורך זון-ליכטיגקייט קענען נישט אויסגעשמועסט ווערן. דער וועקער איז דאס ערשטע מאל וואס מיר, מענטשן וואס זענען נישט פון דעם "עסטעבלישמענט", קענען זיך לאזן הערן מיט אונזערע דעות, און וואו מיר קענען אויסשמועסן אונזערע פראגעס און קווענקלנישן איבער אלעמען וואס ליגט אויפ'ן סדר היום אדער אונזער געוויסן. מיר קענען שרייבן אויף יעדער נושא וואס איז וויכטיג ארויפצושטעלן אויף דער ארענע.

אינעם וועקער קענען מיר מעורר זיין אויף ענינים הצריכים חיזוק, און מיר קענען לאזן הערן מיינונגען וועלכע ווערן אקטיוו דערשטיקט. דער וועקער איז אויך א שופר פאר יעדע סארט מיינונג – לאו דווקא חידוש'דיגע. נאר דא דארפט איר נישט ציילן יעדעס ווארט אז עס זאל שטימען מיט פארגעשריבענע אגענדעס, און איר קענט אויסגיסן אייער הארץ און מוח אויפ'ן פאפיר, און לאזן אפקלונגען אייערע געדאנקען.

מיר זענען דא צו לאזן הערן ווייטאג און צער, אבער נאך מער פון דעם: קאנסטרוקטיווע מחשבה צו העלפן מאכן דעם לעבן בעסער און געזונטער ברוחניות ובגשמיות.


ד) דער קוואל. פאר דער תקופה פון דעם "רענאסאנס", האט מען נישט צוגעטיילט קיין שום חשיבות פאר מעלער. מאלן איז אנגעקוקט געווארן ווי א ביליגער ארבעט וואס נידריג-ראנגיקע מענטשן האבן געטון פאר די וואס האבן באשטעלט. דער רענאסאנס האט געברענגט אנערקענונג פאר דעם מאלער ווי אן אינטעלעקטואל – א מענטש וואס דרוקט אויס טיפע געדאנקען אין דעם וועג פון זיין מאלן און מיט וואס ער מאלט. מ'האט אנגעהויבן שעצן דעם טאלאנט און אנגעהויבן אנערקענען אז "ארט" איז נישט א מלאכה; עס איז א חכמה ומלאכה.

שרייבעריי איז נישט אנדערש, און באמת קענען מיר געפונען צוויי סארטן שרייבער. דער שרייבער וואס פאטשקעט אפ זיין ארטיקל ווייל דאס האט עמיצער באשטעלט פאר זיינע צרכים, אדער דער שרייבער וואס מיט זיין פענע גיסט ער נשמה. דער ערשטער שרייבער קען גרינג געפונען זיין פלאץ אין דער היימישער פרעסע, וואו ער וועט שרייבן לויט די באפעלן פון יענע רעדאקציעס. דער צווייטער שרייבער דארף שרייבן פאר'ן "וועקער" – אינעם וועקער קענט איר נעמען וועלכע נושא עס איז אייך נאנט צום הארץ, און עס באשרייבן לויט די נאטן פון אייער נשמה.

ווי יעדער ערנסטער אויסגאבע, פארמאגן מיר א סעט פון פרינציפן וויאזוי ארטיקלען דארפן געשריבן ווערן, דאס רעכנט אריין דאס נישט ערלויבן ניבול פה אדער געדאנקען וועלכע זענען גענצליך ארויס פון די ראמען פון ארטאדאקסישער אידישקייט. אינערהאלב די פרינציפן, איז די רעדאקציע פונעם וועקער נאר דא אייך צו העלפן לטובת דעם קוואליטעט פון דעם שרייבן, אבער נישט מסרס צו זיין אדער צענזורירן אייערע ווערטער, און ארויסגעבן דיקטאטן לויט א סעט פון ענגע פרינציפן געבויט אויף ביזנעס-חשבונות אדער פחד פון עקסטרעמיסטן.



מיר דא אין דעם "וועקער" ווילן א פלאטפארמע וואו מ'זאל קענען רעדן פון יעדער וויכטיגער נושא, וואו יעדער מיט טאלאנט זאל באקומען אנערקענונג, און וואו מ'זאל קענען שרייבן אפן און ברייט פון סיי וואס – אן דורכגיין צענזור און פארקרימענישן. מיר זענען דא פאר אייך, און מיר ווילן הערן אייער שטימע אין אונזערע בלעטער.

שיקט אריין אייער ארטיקל פאר דער קומענדיגער אויסגאבע. ווי פריער איר שיקט אריין, וועט אונזער שטאב פון מגיהים און גראפיקער זיך קענען בעסער אפגעבן דערמיט. דער דעדליין איז כ' טבת, אבער מיר נעמען אן בייטראגעס אנגעהויבן פון היינט!
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:38 pm

יחי @ראובן ואל ימות!

שכח.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3910 מאל

הודעהדורך שושן פורים » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

גיימער גיין אין מקווה, אנטון דעם צאנז'ן גארטל מיטן טילעפ און מאכן א ברכה בשם ומלכות "ברוך הטוב והמטיב" @ראובן בכורינו אתה כוחנו וראשית......
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 861 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:26 pm

ס'איז מיר א גרויס כבוד צו זיין א מעמבער פון די נמנו חבריו לדבר מצוה.
יעדע געבענטשטע זאך איז א שותפות פון אלע איהרע אינוועסטארס.
זייט זיך משקיע דערין, שרייבט'ס מאמרים אויף וואס ס'ליגט אין הארצ׳ן, און זיי אונז אלע משתף אין אייערע געדאנקען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:32 pm

מיר שטייען אין א תקופה וואס איז דא א איבערפלוס פון טאלאנט אין די אידישער שפראך גוטע פענעס גיסן זיך בשפע רב אבער צו דעם דורכשניטליכן אידיש רעדנדער וואס לעכצעט דערנאך קומט עס נישט אן, נאך א שטיק צייט גיבט ער אויף זוכן און זיינע קינדער גייען שוין ניטאמאל לעכצען דערנאך ווייל זיי ווייסן שוין ניטאמאל וואס טאלאנט איז. אין דעם זעלבער תקופה איז דא א איבערפלוס פון לייען מאטריאל אין אונזער אידישער שפראך, אבער אלעס דינט און צילט אויף א גאנג וואס נישט דער לייענער און נישט דער שרייבער האלטן דערביי אבער אז סאיז דא א צענזור פארשטייט יעדער אז דא האט מען געמוזט דאס און יענץ ארויסלאזן און טוישן די מציאות למחצה ולשליש.

ווי דער שטייגער פון יעדע באוועגונג איז דא אזאנע וואס האלטן נישט ביים שלום מאכן מיטן מציאות און טאקע פון אט די מענטשן האט זיך געשאפן אונזער שטיבל, די טאלאנט וואס געפינט זיך דא איז נישט בנמצא און קיין איינע פון די אידישע אויסגאבעס אנגעהויבן פון וועכענליכע צייטונגען וואס טוישן די דאטום פונעם צעהלימער יערליכע מלוה מלכה פון תשע״ו צו תשע״ז אנצופילן צוויי הונדערט עמודים און גענדיגט ביי די דזשורנאלן למיניהם וואס באשטייט פון באשרייבן רבי'ס זינגערס נייע סידיס אדער מלחמות וואס זענען פארגעקומען 300 יאר צוריק און אייגן געמאכטע שערוריא'ס. דאס רוב פון די ארטיקלן איז אזאנע וואס סהייבט נישט אן צו זיי נוגע אדער אינטערסאנט פאר די ליינער נאר מיט די הילף פון א גוטע אריינפיר און א גוטע שרייבער מיט די פאקט אז בעסערס איז נישטא וועט עס זיין אינטערסאנט איינמאל מ'ליינט עס שוין אבער זיי וועלן קיינמאל נישט אריינלייגן עפעס וואס איז אינטערסאנט פאר אירע ליינער מתחילה נאך פארן אנהייבן ליינען, עפעס וואס דער מענטש וואלט געקענט באשטיין צו וויסן און ליינען דערוועגן אדער נאכגיין די פאקטן.

סאיז ראובן וואס האט נארוואס אנאנסירט א פריידיגע מעלדונג מיטן המשכה פון אונזער אויסגאבע דער וועקער. כ׳האט געהאט די זכיה צו האבן א טייל מיט די גרינדונג פונעם וועקער דורך חברינו הרב @שש משזר און מיטן איבערפלאנצונג דורך @ראובן. ס׳האט וויי געטאהן ווען שש משזר האט געמאלדן אז זיין ארבעט פארן וועקער קומט צו א ענדע אבער ב"ה אז סגייט האבן א קיום דוררך חברינו ראובן וואס איז שוין היינט וועלט'ס באקאנט מיט זיינע רייכע איפארמאטיווע יושר׳דיגע אשכולות דא אין שטיבל און פון דא איז עס ארויסגערינען צו די ברייטע וועלט.

ווען ס׳קומט צו די נושא פון אידישע לייען מאטריאל קען מען ממש וויינען, אז מ׳געבט זיך א קוק מיט וואס אונזער יוגענט אונזערע קינדער/בחורים ווערן געפיטערט כאפט פשוט א עקל און א ציטער צו דאס דעמעדזשט נישט זייערע אומרייפע מוחות, דאס איגנארענץ און שקר מיט וואס די אידישע מאגעזינען זענען פיל איז א בושה פאר דאס שפראך אידיש, ווען אימער מ׳נעמט נאר אזא אויסגאבע אין די האנט זעהט מען ווי אנגעפיקעוועט דער אידישע מארקעט איז מיט א דורכגעפוילטע פרעסע, מבויעט שקר על שקר און משעמט זיך ניטאמאל צו שרייבן דערוועגן. ס׳קומט מיר ממש צו לאכן ווען איך דערמאן זיך פון א ארטיקל מיט אן איינקעל פון ר' סנדר דייטש וואס איז כהיום פון די הויפט רעדאקטירער פונעם איד ווען מהאט אים געפרעגט אין א אינטערוויו אלץ רעדאקטער וועלכע הנהגות ער האט געהערט פונעם זיידן האט ער געזאגט אז דער זיידע האט אים געלערנט אז ווען מקען דעקן א א נייעסל פון מדינות ישראל לטוב און לרע מוז מען עס דעקן לרע, גראדע איז ער פון די בעסטע וואס דער אידישער שפראך פארמאגט אויפן מארקעט אבער דאס ברענגט נאכאמאל ארויס ווי אידישע מידיע צילט.

איבריג צו זאגן אז דאס עצם פאקט פון אויפנעמען ב. טויב צו י.מ. סופר אדער ש.ב. מרגליות אלץ אונזערע פארשטענדליכע ווארט זאגער אין האקעלע ענינים איז ממש א ליצנות, גיי פרעג א מיינונג אויף די שיטות ודיעות פון סיי וועם אין דעם קרייז ווי דער באטרעפענדער געהערט, ס'וועט נישט זיין איינער וואס וועט זיך אידענטיפיצירן דערמיט, ניטאמאל מיט די דיינים פון דעם חסידות אדער מיטן רבין זענען זיי שוה בשוה ווען אימער ס'איז נאר דא דארט סיי וועלכער ענין וואס מ'איז דאן ווייסן אלע פון קליין ביז גרויס די שיטה פון ב. טויב אדער די אנדערע קעגן דעם פירער פון די חסידות, און דאך זענען זייי די אויסדערוועלטע פאר די לעצטערע יארן פון וועם אונזערע קינדער הערן א קרומען דבר ה' וואס אויסער דעם שרייבער אליין קען זיך קיינער נישט אידענטיפיצירן דערמיט.

דעריבער איז א שמחה צו הערן אז דער וועקער גייט האבן א קיום און גייט ווייטער פיטערן די וואס פארשטייען צו א גוטע ארטיקל און די וואס ווילן הערן ליינען עפעס געהעריג אויסגעהאלטן אומצענזורירט, און פארשטייצעך די וואס זוכן חכמה און באגעניגן זיך נישט מיט אלטע אויסשניטן פון אמאליגע היסטוריה אז דאס זאל זיין די בעסטע וואס זיי קענען ליינען, און ס'איז מיר א כבוד צו האבן א טייל דערין.




א פרייליכן חנוכה
שלום שטיסל
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1741 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1806 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:45 pm

זייער שיין הרב שטיסל.

איהר זענט באהאווענט אין א מושג וואס הייסט אויף ענגליש eats shoots and leaves? ס׳וואלט אייך, און אונז אלע, געקענט צונוץ קומען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך שמערל » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 7:01 pm

ווען ראוב'נס בלויזע מודעה איבער א אויסגאבע, איז א גרעסערע הנאה צו ליינען פון סיי וועלכע עקזיסטירנדע אויסגאבע... די רייכקייט און הויעכע קאליבאר איז עפעס שלא מעלמא הדין.

עניוועיס כ'האב אלס א שטארקע רצון צו שרייבן עפעס, אבער ליידער בלייבט עס אלס ביים רצון, ווען איך וויל שרייבן האב איך נישט פון וואס, און ווען איך האב שוין יא האלט איך נישט דערביי... אפשר איז שייך (כ'בעט שוין איבער פארן מטריח זיין) ארויסצוגעבן רעקאמענדאציעס וואספארא סארט ארטיקלען די רעדאקציע האלט וואלט געווען א תועלת צו שרייבן?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1355 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:11 pm

ס'איז דא אן עצה. ברגע ס'פאלט עפעס אריין אין קאפ און מ'האט צייט דערצו, הייב אן שרייבן. וועסט שפעטער פאררעכטען צו מסדר זיין. יעדער זאך הייבט זיך מיט איין טריט.

מיין שמועס מיט א צומישטען יונגערמאן האט זיך אנגעהויבען מיט א שמועס וואס איך האב געהאט אויפ'ן טלפון מיט איינעם. א טאג נאך דעם איז מיר געוואויר געווארען אז יענער איז א מחלל שבת פון א חסידישער שטוב. דעמאלס האב איך פארשטאנען וואס זיין טענות האבען געמיינט, און אין קאפ האב איך איהם אנדערש געזאגט, און איך האב עס אריינגעלייגט אין קאמפיוטער. א שטיק צייט שפעטער ווען דער וועקער האט געבעטען אן ארטיקל, האב איך געהאט וואס איבערצוארבעטן.

וממני ילמדו וכן יעשו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 9:36 pm

יישר כוח @ראובן!
עורו עורו עד היסוד! דער וועקער זאל ווייטער זיין א שופר פאר די מערהייט פון כלל ישראל. איך פיל אז מיט די פראפעשענעל רעדאקציע וועט דאס בעזהי"ת זיין א דבר של קיימא.

כה לחי!
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 710
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1735 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 755 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 12:02 pm

גם אני מצטרף בברכת הדיוט צו ידידינו @ראובן וואס האט גענומען על שכמו די עבודה קשה פון ממלא זיין דעם חסרון פון די היינטיגע לייען מאטעריאל, און ממשיך דרכו זיין די שווערע ארבייט פון שש משזר ע"ה,

בעת ווען ס'איז החושך יכסה ארץ, כלל ישראל קוקט צו מיט ווייטאג ווי די מטורפים עקסטרעמיסטן למיניהם טוען פארשפרייטן זייערע מיאוס'ע העץ קאמפיין מאטעריאלן בארבע כנפות הארץ און טוען אנרייצן אינגע קינדערלעך אנטקעגן זייערע ערליכע עלטערן רח"ל, און מאכן חוזק פון יעדן מענטש וואס גייט נישט אין זייער שפאן מיט כל מיני נידריגע קאריקאטורן, די סיקריקים מישן זיך אריין אין אלע היימישע אויסגאבעס, פון די וועכנטליכע צייטונגען ביז די טעגליכע דבר יום ביומו'ס מיט נייע אויפגעמאכטע חומרות און כלומר'שטע איסורים געטריבן ביי אגענדעס פון געוויסע, און פשוט און גראד פארדרייט דעם ריכטיגן אריגינעלן אידישקייט צו א שאריא רעליגיע פון פאלשע פרומקייט, איז אזא וועקער כמים קרים על נפש עייפה, דער עולם איז אויסגעהונגערט צו הערן אביסל אמת'ע דיבורים, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'.

ראובן, העם אתך! מיר וועלן מחזק זיין מיט אלע יכולת צו שטיין צו הילף פאר אזא וויכטיגע צוועק.
נעגעל וואסער האט געשריבן:כה לחי!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15272
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18486 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 4:36 pm

בשורה טובה!

עס פריידט אונז צו מעלדן אז אין אונזער גראפיק שטאב האט זיך אנגעשלאסן א גרויסער גראפיק-שטערן וואס וועט צוזאמען מיט ידידינו @פיקאסא שיחי' נאך פיל מער פארשענערן און פארבעסערן דעם אויסזען און אויסשטעל פונעם וועקער. ‎

תורה מפוארה בכלי מפואר.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 843 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 6:03 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:יחי @ראובן ואל ימות!

שכח.


יום בשורה היא לנו! דער עצם נאמען @ראובן רופט ארויס פראפעשיניליזם.

וגם אני הק׳ אצטרף בלי״נ.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 6:31 pm

קינד_אן_קייט האט געשריבן:
וגם אני הק׳ אצטרף בלי״נ.

ממנו ילמדו וכן יעשו.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 7:14 pm

יום בשורה הוא לנו אז דער שופר פאר די שטילע רוב וועט ווייטער קענען אי״ה דינען איהר ציהל/אונזער ציהל, וישועת ה׳ כהרף עין.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 01, 2017 6:57 pm

עס זענען שוין אריינגעקומען עטליכע הערליכע ארטיקלען, און איך האלט מיט די ארבעט וואס גייט אריין אין עטליכע ארטיקלען. איך זאג אייך, איר ווילט האבן א חלק אין דעם קומענדיגן וועקער!

אז איר האט א פרישן געדאנק צו ברענגען צום טיש, איז א שאד אז עס זאל נישט ווערן אראפגעשריבן און מיטגעטיילט מיט די טויזנטער לייענער פונעם וועקער. שרייבט אראפ אייערע געדאנקען, און מיר וועלן עס צוזאמען מיט אייך איבערגיין און פארזיכערן אז עס זאל זיין פאסיג געדרוקט צו ווערן אין א פראפעסיאנעלער אויסגאבע.

אויב איר דארפט געדאנקען וואס צו שרייבן, שרייב מיר אין אישי, און כ'וועל פרובירן ארויסצוהעלפן.

די ארבעט וואס שש האט אריינגעלייגט איז שוין געטון געווארן, און דאס איז אונזער יסוד אויף וואס מיר קענען יעצט ווייטער בויען. מיר לייגן אריין פרישע כוחות צו מאכן דעם וועקער שענער און בעסער ווי קיינמאל בעפאר. די ארטיקלען, דער תוכן, די הגה, די גראפיק, די פראפעסיאנאליזם -- אלעס גייט דורך א גענצליכע איבערמאכונג.

שיקט אריין אייער ארטיקלען צו vekerjournal@gmail.com
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » זונטאג יאנואר 01, 2017 8:07 pm

אויף וואסערע ענינים איז אינטרעסאנט צו שרייבן?
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 01, 2017 8:18 pm

וואס אימער: אריגינעלע געדאנקען, שרייבערישע ווערק, ביאגראפיעס פון פערזענליכקייטן און שילדערונגען פון געשיכטעס וועלכע וואלטן נישט באשריבן געווארן אין דעם "שטערן", עצות, פערזענליכע ערפארונגען, פאעזיע, ועוד.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג יאנואר 01, 2017 9:16 pm

איך האב שוין געבעטן שש בשעתו, געב עפעס איידיעס פון ספעסיפישע נושאים וואס מ'קען קאווערן.

איך ווייס פשוט נישט וואו אנצוהייבן און וואס פאסט אריין אין אזא מעגעזין. אסאך געדאנקען ווירבלען אין קאפ, און מדארף פשוט הערן א ליסטע וואס איז שייך אדורכצוטון.

ישר כוח פארן אננעמען די גרויסע פראעקט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1087 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1615 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 10, 2017 12:33 am

איך וויל איבער'חזר'ן א נקודה וואס כ'שמועס אביסל אויס אנפאנג פון דעם אשכול: דער וועקער זוכט נישט דייקא גרויסע ארטיקלען. א פראכטפולער קלאסישער ארטיקל קען באשטיין אפילו בלויז פון 3000 קערעקטערס.

אויב איר האט א שיינער געדאנק וואס איר ווילט מיטטיילן מיט'ן ציבור, קנעט עס שיין אויס, און מאך דערפון אן ארטיקעלע. עס דארף אן אנפאנג, א סוף, און פלייש אינדערמיט.

אוודאי זענען ריזיגע מחקרים און ברייטע ווערק גאר חשוב, אבער עס איז דא א מקום פאר אלעם. אדרבה, געוויסע ארטיקלען דארפן זיין קורץ, און אז מ'רעדט זיך איין אז נאר אויב עס איז לאנג איז עס עפעס ווערד, נעמט מען זיך קייען שטרוי, און מ'מאכט עס קאליע.

די חשיבות פון אן ארטיקל איז נישט דער סכום קערעקטערס, נאר דער ארבעט און מחשבה וואס ליגט דערין.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:23 pm

רבותי, עס איז נאך דא ווייניגער ווי א וואך ביז דעם דעדליין.

דער אבסאלוטער דעדליין איז קומענדיגער מיטוואך.

איך בין נישט געוואוינט צו גוזמאות און סופערלאטיוון, אבער גלייבטס מיר אויפ'ן ווארט -- עס קומט אן אויסגאבע וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. עס זענען שוין ארייגעקומען א צאל אויסנאם-הערליכע ארטיקלען, און מיר פאנגען אן עטליכע נייע קאלומס, בנוסף צו קטלא קניא'ס "חצי נחמה".

דער גראפיק דעפארטמענט שלאפט נישט. אלעס ווערט פריש איבערגעארבעט מיט אפדעיטעד מאדערנע גראפיק, אז דער וועקער זאל צעוועקן אלע צעלן פון דעם גוף. שפייעכץ וועט אייך רינען פון מויל ווען איר וועט זען וואס דא גייט פאר.

און לאמיך אייך זאגן, די גרעסטע סורפרייזעס האב איך נאך אפילו נישט בארירט דא.

איז הערט מיר צו רבותי, איר ווילט אייערע ארטיקלען אין דער אויסגאבע. דאס גייט אנקומען נאנט אין ווייט, ווייל קיינער גייט דאס נישט וועלן פארפאסן.

עס איז נאך דא 5-6 טעג. כאפט אריין, שרייבטס, ענדיגטס צו, זייט מגיה, און שיקט אריין אייערע סחורה!
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:37 pm

איי מאסט סעי, כ'בין זייער עקסייטעט. יישר כח!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9528 מאל

הודעהדורך הוגה » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:51 pm

דער גרעסטע אויפטו (אויף יפוצו) וועט זיין ווען עס וועט פארקויפט ווערן אין געשעפטן אין אלע היימישע געגנטער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2904
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6695 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 3:18 pm

קודם דארף מען איינער וואס איז גרייט צו טוהן דער פוס ארבעט דערצו. פשוט גייען צום ניוז-סטענד און ערלעדיגען. איך וואוין נישט אין א אידיש רעדענדיג שטאט, און קיין איינס וועט זיך נישט פארקויפט ווערען דא. אבער די וומסב"ג, לאנדאן און מאנסי אידען ווערען געבעטען זיך איינצומעלדען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

וזרח השמש!

הודעהדורך שש משזר » זונטאג יאנואר 15, 2017 6:16 am

איך בין אזוי פרייליך! יום בשורה היה לנו, ווען חברים יקרים האבן מיר איינגעמאלדן אויף אימעיל אז אין קאווע שטיבל זיצט א העלד, און שלאפט נישט.

ידידי היקר והחשוב החכם @ראובן האט איבערגענומען די לייצעס, און צוזאמען מיט א גאר ערפארענער שטאב האבן זיי מחליט געווען ווייטער צו פירן דעם העכסטס פראפעסיאנאלן זשורנאל אין אידישן וועלט - "דער וועקער".

האמת אגיד, ווען איך האב אנגעהויבן מיטן אמאליגן 'חלום' פון א זשורנאל, האב איך גלייך געלייגט אן אויג אויף אונזער ראוב'לע... זיין חכמה און קלארקייט האט מיר באגלייט פונעם ערשטן וועקער ביזן לעצטן וועקער וואס איך האב אנגעפירט. ביי יעדן איינציגן זשורנאל האב איך געהאט נוצן פון פרישע געניאלע געדאנקן וואס ראובן האט מיר געזאגט.

זעענדיג דאס, האב איך אים עטליכע מאל קלאר געשטעלט אז איך גיי אויפהערן צו פירן דעם פראיעקט נאך א האלבע יאר, און ער זאל זיך צוגרייטן איבערצונעמען די לייצעס לכשיבוא הזמן... הגם איך גלייב אז ראובן האט מיר בשעתו נישט אנגענומען צו ערנסט, און ראובן איז לכתחילה נישט געווען אינטרעסירט צו פירן דעם פראיעקט, האט איך אבער יא ב"ה געהאט א טביעות עין צו וויסן ווער עס גייט למעשה זיין דער אחד יחיד ומיוחד וואס איז פאסיג פאר אזא ארבעט, ווי אנפירן און שטיין אין שפיץ פון א 'וועקער' רעדאקציע.

דערפאר מה גדלה שמחתי צו זען ווי דער אלטער ארי שבחבורה, ראובן בכור לשבטי ישראל, האט טאקע מחליט געווען צו שטיין אין שפיץ פון אזא וויכטיגע זשורנאל וואס דינט ווי דער לעצטער רוף זיך צו דערוועק"ן, און איך האף און איך גלייב אז אונטער זיין קאדענציע וועט דער וועקער שטייגן צו פרישע שטאפלן וואס זענען נאך פריער נישט געווען.

כאטש וואס איך רעד דא היבש שפעט, דארף איך פארט ארויסגעבן מיינע הרהורי ורגשות הלב דערוועגן, גלייך נאכן צוריקקומען צו באזוכן אונזער געשמאקער ווינקל - קאווע שטיבל.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » זונטאג יאנואר 15, 2017 6:18 am

עוד אחת אדבר בזה.

איך פריי מיך צו האבן א חלק אינעם נייעם וועקער, מיטן אפשרייבן א לענגערן שטיקל מחקר איבער אן אינטרעסאנטער נושא.

עס איז שוין אריינגעשיקט געווארן צו ידיד היקר ראובן, א שטיק צייט צוריק.


זאל דער וועקער ווייטער וועקן, [אפילו אזעלכע וואס שלאפן מחודש לחודש]...
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט