עס איז ממש נאכנישט געהערט אדער געזען געווארן, אז מען זאל טרעפן א סערוויס, אדער פראדוקט, וואס עמיצער זאל אהערשטעלן, אן ארויסנעמען א בענעפיט. זאל דאס זיין סיי וואס, אפילו אויף טרונקען קאווע ביי חצות, און זאגן תהלים, איז שוין היינט אוועקגעשטעלט גרויסע שנאר פירמעס, מיט סי-אי-או'ס און קאנפרענץ צומערן, פי-אר ריזן, מיט געשליפענע אגענטן.
פון אלס און אלעמען מאכן מענטשן געלט. פון אתרוגים קאמפאט, ביז אינשורנס אויף די אתרוגים קאמפאט. דער עולם איז מאני מיינדעד אויף שיליאן, ווער זאל דיר געבן א ניקל? יעדער איז דא פאר זיין "קעששש", ווי דער רבי זאל זיין געזונט ר' קעווין אלערי פירט זיך צו אויסדרוקן מיט עטליכע שין'ס וואס לויפן נאך.
אלזא עס וואונדערט זיך פון איין זייט, און פאדערט רעספעקט פון די צווייטע. זיך צוקוקנדיג ווי מענטשן לייגן אריין שעות, נאר אויף צו שפירן אז זיי טוען וואס זיי האבן צו טון, זיי ווילן ערפולן א חלל וואס נישט נאר איז מען דאס נישט מכיר טוב ווי עס באדארף צו זיין, נאר ס'רוב פון די ארטעדאקסישע אידנטום וואלט א שפיי געטון אויף די ארבעט, נישט אנערקענט, און מער געשעצט צו באקומען א לופטיגע רעבישע בילדער אויסגאבע ווי מען זעט א גראבע פעקל פלייש פון ארץ ישראל, ביים באזוכן אין זיינע מוסדות, וואס העלפן אים דורכשטופן, דעם אנדערן העלפט טאג (די שעות וואס ער איז נישט אין באנק, און האט נישט קיין מזוזות ווי צו קלאפן)
עס איז באמת עמעזינג, משוגע צו ווערן, זעענדיג וואס איין געזעלשאפט קען צוזאמטרייבן, די כוחות, און אמבציע וואס דער קרייז דא לייגט אריין, פשוט צו נעמען די טאלאנט וואס גאט האט געשאנקען און דאס ריכטיג נוצן, און שעצן, דאס איז טאטשי, און באגריסנסווערד.
אסאך לעיקס קומען נאטורליך, און אסאך לעיקס האבן מענטשן געבויעט, צו אריינברענגען עקאנאמיע צווישן זייערע דערפער.
די פראבלעם פון נישט געהעריג שעצן ריכטיגע טאלאנט, איז א ערנסטע לאך, און אט דא זענען פאראן העראאישע קעמפער וועלכע פילן אן די לאך מיט וואסער, זיי בויען א לעיק, קרעדיט צו שש משזר וואס האט אנגעהויבן מיטן ברענגען וואסער, און צו די וואס טוען נאכגיין אין זיינע פוסטריט, עס איז שוין דא א באזע, און יעצט קען שוין @ראובן נעמען א שיפל, און זיין די שיפס קאפיטאן אינעם וואסער וואס מיר האבן שוין באוויזן צו אהערשלעפן.
אלעס שיינע משלים, געדאנקען, און אבזערוואציעס, און עס קומט זיך א געוואלד מיט קרעדיט פאר די ערנערגישע און אמביציעזע כוחות וואס זענען איינגעשפאנט, אין דעם מיסיע פון "דער וועקער: געגאנגען ווייטער!" מיר וועלן קענען צייגן אונזערע קינדער אז זיי האבן יא מיט וואס צו שטאלצירן, און נישט יעדער איז געווען טייל אין בויען אזא פארפלאנטערטע לעבנסשטייגער, וואו זיי געפונען זיך, נאר עס האט גערודערט א שטימע פון מענטשן וואס זיי האט קיין שום מיטל נישט געקענט אפהאלטן פון טון דאס וואס עס איז ריכטיג.
מ'מאכט זאכן מעגליך.