"דער וועקער" איז א זשורנאל וואו מיר קענען דיסקוטירן אונזערע דאגות און פראבלעמען, אן אלעס אונטערשטויסן דעם קאָץ. הגם עס איז וויכטיג צו רעדן און שמועסן וועגן פראבלעמען, איז נישט קיין עסק נאר צו זיין פארנומען מיט'ן נעגאטיוו, און מ'דארף אויך רעדן -– א סך -– וועגן עצות וויאזוי איבערצוקומען די פארמעסטונגען.
עטליכע יאר צוריק האב איך אנגעהויבן "
פראיעקט למעשה" טאקע פאר דעם צוועק, צו שרייבן און רעדן וועגן הילף און עצות צו קענען אנגיין מיט'ן לעבן אין די יעצטיגע שווערע מצבים.
אין לויף פון די יארן האב איך שוין געהאט די זכיה ארויסצוהעלפן צענדליגער חברים ברבים אין די בלעטער פון קאווע שטיבל, אין אישית און אין אימעיל, מיט פארשידענע שוועריגקייטן און דאגות. איך האב נישט פאר אלעמען אן עצה, אבער דאגה בלב איש ישחנה, שמועסן און אויסשמועסן ברענגט אז דער פראבלעם זאל זיך קריסטאליזירן און צומאל קען עס ברענגען צו א בליץ אין מוח.
אבער מיין קאריערע איז פיל קלענער ווי דער קאריערע פון דעם בארימטן דענקער און שריפטשטעלער קטלא קניא, וועלכער שרייבט שוין איבער זיין און אונזער לעבן פאר כמעט 15 יאר. ווער עס האט נאר אמאל געלייענט קטלא'ן ווייסט אז חוץ זיינע אויסערגעווענליכע שרייבערישע כוחות האט ער א זעלטן טיפן איינבליק אין די פרטים און ניואנסן פון אונזער לעבן. קטלא האט שוין איבער די יארן געהאט געלעגנהייטן צו רעדן מיט אומצאליגע היימישע אידן, און טיף אויסגעשמועסט מסגר נפשם.
אנגעפאנגען פון דעם קומענדיגן וועקער, ברענגען מיר קטלא קניא אז ער זאל מיט זיין טיפן טראכט און חכמת החיים ענטפערן פאר אחינו בני ישראל מיט זייערע לעבנספראגעס און דאגות. דער נייער קאלום וועט טראגן דעם נאמען "
חצי נחמה", ע"ש צרת רבים חצי נחמה און דאגה בלב איש ישחנה -- דאס רעדן זעלבסט ברענגט שוין א שטיקל נחמה.
מיר לאדענען יעדן אריינצושיקן זייערע פערזענליכע פראגעס צו
vekerjournal@gmail.com, און דער קעניג פון חסידישע שרייבער וועט אויסקלויבן די פאסיגסטע און נויטיגסטע צו ענטפערן בטוב טעם ודעת.
מיר האפן אז דאס וועט זיין נאך א ביישטייערונג צום קאלעקטיוון גוטס, און אויפטון פאזיטיוו און פערזענליך אין דעם לעבן פון אונזערע לייענער.