דורך אבטולמוס » זונטאג יאנואר 29, 2017 10:50 am
א גוטן טייערע חברים,
דער פרישער וועקער איז אט אט דא. קול דודי הנה זה בא!
ווי כ'האב שוין עטליכע מאל געזאגט וועט דער פרישער וועקער זיין אויף א מדריגה וואס עוד לא נראה כבושם הזה. אומגעהויערע כוחות זענען אריינגעלייגט געווארן אז דער וועקער זאל ארויסקומען אויסגעפיצט און אויסגעשארפט, א הערליכער אויסוואל פון ארטיקלען פון יעדן סארט, מחקר, היסטאריע, הומאר, פאעזיע, וויסנשאפט, געשעענישן, הילף, ועוד ועוד. אזוי אויך האבן מיר דאס מאל א כלי מהודר ומפואר אהערגעשטעלט דורך דעם מייסטער גראפיסט @אלקנה, וועלכער איז שוין פקיע שמיא מיט זיין מאיעסטעטישער ארטיסטישער ארבעט אינעם "פה-סח" תשע"ו. דאס מאל איז אלקנה ארויף צו נאך העכערע שטאפלען, אפצושפיגלן דעם זעלטענעם קאליבער פון די ארטיקלען אינעם וועקער.
נאכ'ן הערן די הצעות פון די טייערע חברים וועלכע קוקן ארויס אויף דער הצלחה און המשכה פונעם וועקער, האבן מיר אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז דער וועקער זאל קענען געדרוקט ווערן אויף א הערליכן פארמאט און פארקויפט ווערן כראוי וכיאות אויף עמעזאן. דער גראפיק איז אהערגעשטעלט געווארן דווקא אז ס'זאל זיין הערליך און געשמאק אין דעם געדרוקטן פארמאט, און מיר האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז דער וועקער זאל זיך טאקע דרוקן אויף א קריסטאל קלארן און פראקטישן אופן.
דורך טוישן אונזער פאקוס אויף פיזישע קאפיעס אנשטאט דיגיטאלע, נעמען מיר דעם וועקער צום נעקסטן שטאפל. אין אונזערע שמועסן מיט צענדליגער חברים האבן מיר זיך איבערצייגט אז ריכטיג צו נעמען די צייט דורכצולייענען און צו אפרישיעיטן די הערליכע ווערק פונעם וועקער מוז מען האבן א פיזישע קאפיע. אנדערש גיט מען א מיש דורך אויפ'ן קאמפיוטער אדער טעלעפאן, מ'האט טאקע א באלדיגע הנאה, אבער מ'האט נישט דעם שבת נאכמיטאג, אדער אנדערע רואיגע מאמענטן, ריכטיג מעיין צו זיין און קוועלן פון די רייכע אוצרות.
מיר האבן אוועקגעשטעלט דעם ריטעיל פרייז פונעם וועקער אויף 7.99, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס איז אן אויסגאבע פון כמעט 150 עמודים פון בלויז ארטיקלען און גראפיק אויפ'ן העכסטן קאליבער – אן קיין שום אנאנסן אנצופילן בלעטער. אז מ'קויפט דעם וועקער דירעקט אויף עמעזאן, געבן מיר עס אוועק פאר בלויז 5.99, וואס איז קוים עטליכע פרוטות מער וויפיל עס קאסט אונז. די פאר איבעריגע גראשן וועט גיין צו שמירן די רעדער, און צו ערמעגליכן אז וועקער זאל קענען אנגיין אביסל גרינגער.
מיר האפן אז דער וועקער וועט ערשיינען ברוב פאר והדר אין די קומענדיגע שעות – מעגליך מארגן, מאנטאג. דאס איז אן אויסגאבע וואס איר וועט האלטן אין דער האנט, און נישט קענען אראפלייגן פון דער האנט!
- בייגעלייגטע פיילס
-

דערקענסט נישט מיין ניק? קוק דא