"וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:10 pm

ראובן האט געשריבן:די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.

שמואל שמעלקא וועבער.



געוויסע קענען געדענקן מיין פסעוודאנים, פון די 'טומאת נדה' ארטיקל אין א פריערדיגן וועקער.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:31 am

לאמיך איבערגעבן בקיצור נמרץ מיינע איינדרוקן איבערן נייעם וועקער.

קודם כל, @ראובן טייערע, דו האסט באוויזן א קונץ וואס נאר אזא קונצן מאכער ווי אונזער ראוב'לע קען באווייזן. א הערליכע זשורנאל מלא וגדוש מיט תוכן, מיט הערליכע גרעפיקס, יופי בתוך יופי.

יעצט לעצם הענין: מ'קען קלאר זען אז דער וועקער רוקט זיך אביסל מער לינקס, און אנדערע האבן מיר אויך אנגעמערקט דערוועגן. עס איז קלאר אז עס איז א נייע הנהלה מיט נייע געדאנקען און אינספיראציעס, און פאקטיש ווען "יענער" נעמט אחריות, באלעק איך מיך די פינגער מיט די קאנטראווערסיעלע ארטיקלען, און נאך מער - מיט ראובנ'ס אגענדע...


איצטער לאמיר אדורכטון די ארטיקלען גופא. אויב כ'דארף אויסוועלן די פינף בעסטע ארטיקלען פונעם וועקער, וועלן די פאלגענדע ארטיקלען בלי ספק געווינען מיין שטימע [כ'רעכן נישט אריין מיין "לועג לרש" ארטיקל :D ]:

1. "שו"ת זאב יטרף" [פארפאלן, ס'איז א חידוש און עפעס מקוריות!] פון @וואלווי, 2. "נאר יאוש איז פארהאנען" פון @ונבנתה העיר [אן אלטן קראש, וואס זאל איך טון?...], 3. "דאס געראנגל" פון איינער וואס געבט נאכנישט ארויס זיין אידענטיטעט [די חוצפה און טשעלענדזש], 4. "א בריק ערגעצוואו" פון @קינד-און-קייט [זיין אויספיר מעסעדזש], 5. און פארשטייט זיך - "חכם וסופר" אויף מארק שפירא פון @ראובן [בעיקר די חוצפה וחתירה פון ראובן זעלבסט].


לדעתי צייכנט זיך דער וועקער אויס מיט די מערסטע קריעטיוויטי. די שלל נושאים זענען גאר געשמאק, און כמובן אז ראובן האט זיכער געמאכט דאס אויסצושטעלן אויף אזא פארנעם מיט געוויסע קאלומ'ס און רובריקן, א שטייגער ווי מאזאאיק [איי לאוו איט!], מושי'ס ווינקל [גוטע געדאנק], בימים ההם [קען זיך נאך אויסרייבן], און עצה פלייצע [צריך תיקון].

@רויטע וואנצעס מאכט מיר לאכן מיט זיין קארלירטע חסיד, אבער דער אדמדם האט שוין חזקה צו ציען שמייכלען אויף לעפצן מיט זיינע פאעזיעס. @כעלם'ר מגיד שניידט שטיקער מיט זיין העיר אשר בלבה חומה, הגם די געמישעכץ צווישן אלטע מליצות און מאדערן עברית איז עפעס נישט גוט געקלעבט לפי טעמי. ונבנתה'ס צענטער צום גראוויטי האט געשלעפט מיין מח ווי מיט גראוויטי. ניין, כ'האב עס נישט געכאפט. ביטע עלאברירן פאר אזעלכע שוואכע קעפ ווי מיר.

די איידימער פונעם אמרי אמת מיט א געשעפט וואס פארקויפט ספרי השכלה, איז גאר גוטע פארש ארבעט, און גאר א שוואכע נקודה וואס עס ברענגט ארויס.

"א ספעל טשעק אויף אידיש" פון @לאשיצער איז זייער א גוטע געדאנק, א שאד נאר אז ער פרעגט מיך נישט פריער וויאזוי דער חסיד'ישער אויסלייג איז... הפנים, אויף זיין חסיד'ישער אויסלייג קען מען זיך אויך דינגען.

מנשה'ס פילם איז אפשר א שיינע פילם, און דער אינטערוויו'ער - @כוכב? - פרובירט צו קיצלען, אבער סוכ"ס זע איך נישט די עומק פונעם אינטערוויו, וואס האט זיך פארט געלוינט פארן ענטפער אז ער וויל נישט אריינלייגן דעם סקווערן גאט ב"ה אין א פארלעגנהייט...

"שיימעס אין די גאסן" פון @ארי נוהם איז זייער זיס. כ'האב הנאה געהאט אז די גאנצע מעשה איז נאר צוצוקומען צו די לעצטע פאר שורות. ס'האט מיר דערמאנט פון מיין "חטא הידוע" אשכול.

אוי, ווי קען איך פארגעסן פון "דער 'דא' און דער 'יעצט'" פון אמת45, איינס און א גוטס!

די שמועסן מיט ר' יחיאל זענען זייער אינטרעסאנט, הגם איך דינג זיך היבש מיטן ידען ר' יחיאל'ס הנחות. יצחקו הנערים לפנינו און ס'וועט גיין פייער-ווערק. אגב, ס'איז צו איינגעהאלטן - אבער שמעקט עטוואס פון מושב זקנים. א ידען אין היסטאריע איז ער.

ויקם מלך חדש פון קטלא'ן איז גוט, אבער כבר מילתי אמורה אז פון קטלא'ן עקספעקט איך א שטיקל קטלא. פאליטיק זאל ער איבערלאזן פאר שוואנצאנים למיניהם וואס קענען נישט עפעס מער פון דעם.

דער צומישטער יונגערמאן, ראדימנער פראצעס, און קענסער, זענען דאך איתמחי גברא וקמיע מיט די פריערדיגע קאפיטלען, און זענען זייער זייער גוט.

"לועג לרש" וועט א צווייטער דארפן מפענח זיין מה טיבו. כ'זע נאר אויס ווי א יוון אין די סוכה. כ'בין דער איינציגסטער וואס האט געשריבן מחקר מיט אלע פירושים [אקעי, שו"ת זאב יטרף קען נכלל ווערן].

@בן נריהו האט מיך איבערראשט מיט זיין "איך מאך א שמחה! איך מאך א שמחה?" [דערמאנט מיך פון טול קורה, פאר ווער ס'געדענקט]. זייער שיין און ציפעדיג, וכבר אמרו קדמונים: מ'שפייט בלוט און מ'רעדט פון נחת.

וואס בלייבט איבער? די שיינע בילדער פון אלקנה. טאקע זייער שיין, אזוי שיין ווי זיינע וואונדערבארע גרעפיקס.


ייש"כ לכל הכותבים ומסייעים, והעומד בראשם ידידי החכם ראובן.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

דער ראדימנער פראצעס פיפטער פארזעצונג

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג פעברואר 13, 2017 6:28 pm

ס'איז ראטזאם צו ליינען דער פראצעס אינעם וועקער. ס'ליינט זיך סך בע'טעמ'טער און אין איינוועגס שטיצט מען דער וועקער מיטן עס קויפן.

פאר ווער ס'וויל קאמענטירן און לייקן, אזוי אויך פאר @הוגה'ס 'גרין גייענדע' חסידים האב איך דא שוין ארויפגעשטעלט דער פיפטער פארזעצונג. ליינט מיט הנאה:

viewtopic.php?p=362678#p362678

_____
א גרויסן יישר כח @ראובן. א פלעזשור ווען דו נעמסט קעיר פון אן ארטיקל
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3910 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:19 pm

וועמען דארף איך סאלוטירן פאר די ראבערט מאזעס ארטיקל, עפעס נישט נארמאל. קטלא קניא האט מיך געהאלטן ביי די זייטן, געלאכט און געלאכט. א ספעל טשעק אין אידיש איז געווען גאר זיס.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1633
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1405 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2048 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג פעברואר 13, 2017 9:28 pm

שש משזר האט געשריבן:מנשה'ס פילם איז אפשר א שיינע פילם, און דער אינטערוויו'ער - @כוכב? - פרובירט צו קיצלען, אבער סוכ"ס זע איך נישט די עומק פונעם אינטערוויו, וואס האט זיך פארט געלוינט פארן ענטפער אז ער וויל נישט אריינלייגן דעם סקווערן גאט ב"ה אין א פארלעגנהייט...

וואס איך האב נישט געקענט פארנעמען איז די בולשיט פון עקטן אויף א סעקולערע פילם, אבער געבט גאר שטאק אפבאכט צו רעדן מיט א פרוי, וועמען וויל ער דא געפעלן? פיין ער וויל נישט אנרירן א פרוי, אבער געבן אן אינטערוויו, אזש אז מען דארף עס מאכן עקסטער און נאכדעם צוזאמשטילן, ב"ש היכי דמי.. און נאכדעם געבט ער אן כאילו דאס איז געמאכט פאר די גויאישער וועלט, און מיר ערליכע אידן האבן מיט דעם נישט קיין שיכות. אין וועכע וועלט לעבט ער? הקיצור איך בין שטארק צומישט געווארן פון די אינטערוויו, וואס די מעסעדזש איז, וואס וויל ער, וועמען וויל ער. הגם עס האט גאנץ גוטע ריוויוס נישט אוועק צו מאכן.


דא קען מען וואטשען די מאווי בחנם
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1633
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1405 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2048 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » דינסטאג פעברואר 14, 2017 5:23 am

פרייוויליג האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:מנשה'ס פילם איז אפשר א שיינע פילם, און דער אינטערוויו'ער - @כוכב? - פרובירט צו קיצלען, אבער סוכ"ס זע איך נישט די עומק פונעם אינטערוויו, וואס האט זיך פארט געלוינט פארן ענטפער אז ער וויל נישט אריינלייגן דעם סקווערן גאט ב"ה אין א פארלעגנהייט...

וואס איך האב נישט געקענט פארנעמען איז די בולשיט פון עקטן אויף א סעקולערע פילם, אבער געבט גאר שטאק אפבאכט צו רעדן מיט א פרוי, וועמען וויל ער דא געפעלן? פיין ער וויל נישט אנרירן א פרוי, אבער געבן אן אינטערוויו, אזש אז מען דארף עס מאכן עקסטער און נאכדעם צוזאמשטילן, ב"ש היכי דמי.. און נאכדעם געבט ער אן כאילו דאס איז געמאכט פאר די גויאישער וועלט, און מיר ערליכע אידן האבן מיט דעם נישט קיין שיכות. אין וועכע וועלט לעבט ער? הקיצור איך בין שטארק צומישט געווארן פון די אינטערוויו, וואס די מעסעדזש איז, וואס וויל ער, וועמען וויל ער. הגם עס האט גאנץ גוטע ריוויוס נישט אוועק צו מאכן.


דא קען מען וואטשען די מאווי בחנם

ביי מיר גייט עס נישט.
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

הודעהדורך החוקר » דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:51 pm

ראובן האט געשריבן:אויב ס'וועט זיך פארקויפן א קליינער סכום קאפיעס, לאמיר זאגן אונטער 500, שטעל איך עס נישט ארויף. אויב ס'וועט זיין 500 מענטשן אדער מער - דאס הייסט גענוג מענטשן וואס אפרישיעטן דעם ארבעט און זענען גרייט צו צאלן אזא מינימאלער סכום, וועל איך עס אפשר יא ארויפשטעלן אין א פיר-פינף וואכן ארום.

סתם פאר נייגעריגקייט, האלט עס נאך אינטערן 500 בענטש מארק, אדער העכער. טאמער איז עס נאך אינטער 500, קוקט אויס ווי עס גייט אנקומען אהין אין די קומענדע צוויי דריי וואכן צו נישט?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 895
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 684 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » זונטאג פעברואר 19, 2017 8:29 pm

מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » זונטאג פעברואר 19, 2017 8:31 pm

אופס, ס'שוין נישט דארטן.
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג פעברואר 19, 2017 8:46 pm

מיר'ער בחור האט געשריבן:אופס, ס'שוין נישט דארטן.

נעקסט טיים לייג מיט א סקרינשאט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2329
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1950 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1407 מאל

Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

הודעהדורך החוקר » זונטאג פעברואר 19, 2017 8:48 pm

זאג נאך, וואס איז דארט געשטאנען פריער?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 895
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 684 מאל

הודעהדורך מיר'ער בחור » זונטאג פעברואר 19, 2017 8:56 pm

איינער האט גע'קוואוט א אימעיל וואס ער האט באקומען, וואס האט אדווערטייזט אז א נייע זעלבסטשטענדיגע מאגאזין איז ארויס געקומען .... מיט א פיקטשער פונעם וועקער אין ווי מ'קען עס קויפן, און אויף דעם האט איינער מגיב געווען #טאמעוואטעאלערט.

קורקלענד האט געשריבן:
מיר'ער בחור האט געשריבן:אופס, ס'שוין נישט דארטן.
:shock:
נעקסט טיים לייג מיט א סקרינשאט.

נעקסט טיים, מערצעשעם בקרוב....
מיר'ער בחור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 28, 2016 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג פעברואר 24, 2017 1:29 am

@שש משזר ביזדערווייל האב איך נאך נישט געטראפן ווי צו קאמענט'ן אויף דיין ארטיקעל וועגען לועג לראש לשיטת הרמב"ם וועלעך דא שרייבן.

קודם כל, ס'איז א געוואלדיג ארטיקל עכטע שמעתתא געשריבן על פי אמת און תוכן'דיג. צווייטענס ס'איז זייער שיין געשריבן סיי די לשון און סיי די סדר. נאו סארפרייזעס היר, שש בתקפו.

לעצם הנושא, די דיוקים און שוועריקייטן אונ'ם רמב"ם זענען שטארק און ס'קלאר אז דער רמב"ם גייט נישט צו מיט דעם פשוט'ן לועג לרש פון די גמרא. בשעת'ן ליינען האב איך אויך געקלארט אין דער גאנג פון דיין מסקנא אז דער רמב"ם איז דן די הלכות פון די מצוה הנעשית און ס'האט גארנישט מיט די מתים אין בית החיים. די ענפערסט זייער גוט אז ס'האט צו טוהן מיט טומאת המקום, אבער לענ"ד פעלט אן אויסבעסערונג, ווייל טומאת המקום פון מתים און א בית החיים איז נישט א שטער פאר דברים שבקדושה סתם אזוי ווייל מען לערנט משניות און מ'זאגט תהלים דארט, וכדומה. די זעלבע זאך איז מיט וואשען די הענט נאכ'ן ארויס קומען פון א בית החיים איז נישט מחמת א טומאה אזוי ווי בית המרחץ אדער אויפשטיין אונדערפרי ווי מ'מעג אפילו נישט זאגען דברים שבקדושה און מ'פירט זיך ניטאמאל אנצורירן מיט די הענט אן נטילת ידים.

אפשר האט עס צו טוהן אז ס'פאסט נישט דארטן צו טוהן פארשידענע זאכען מחמת טומאת המקום. עכ"פ זיי ממשיך דיין מהלך און פיר אויס.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3319 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:51 am

נאך איינער האט אונז נאכגעמאכט מיט אויסגאבעס. קוקט'ס דא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

הודעהדורך קלוגע יודל » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 3:50 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך איינער האט אונז נאכגעמאכט מיט אויסגאבעס. קוקט'ס דא

מיר זעהט עס אויס ווי א יערליכען פורים גליון.
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 409
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 3:55 pm

איך האב געמיינט א וויץ, בארואיג זיך. קומט יעצט פורים, עכ"פ ביי אונז אין דער ליטא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9100 מאל

Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:03 pm

אין דער וועקער ביי ''בימים ההם'' איז דא א פאעם ''א אינגעל א קליינס''. שרייבט יענער 'דאס ווארשעווער אינגעל איז טויט'. ער מיינט אפשר נישט דעם אינגעל דייקא נאר דער גרעסערע בילד אבער דוכסט זיך מיר אז דער אינגעל מיט הענט דער אין דער הייך (האט גע')לעבט לעצטענס.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1016
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג מערץ 10, 2017 8:34 am

אוודאי לעבט ער, עס איז הרב לאו פון א״י.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!

הודעהדורך גראף » פרייטאג מערץ 10, 2017 11:06 am

געוואלדיג האט געשריבן:אוודאי לעבט ער, עס איז הרב לאו פון א״י.

דער יונגל איז הרב לאו?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1016
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג מערץ 10, 2017 1:58 pm

יא
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4881 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג מערץ 10, 2017 3:04 pm

נא, דאס איז נישט הרב לאו.

https://he.m.wikipedia.org/wiki/תמונת_הילד_היהודי_מגטו_ורשה
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10342 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג מערץ 10, 2017 3:07 pm

הרב לאו איז אן אנדערע בילד, ביים באפרייאונג פון בוכענוואלד.

בילד
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3727
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7597 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג אפריל 02, 2018 2:04 am

ראובן האט געשריבן:. די שרייבער זענען מכובד זיך צו אידענטיפיצירן אלס די בעלים פון די וועקער פסעוודאנימען.

גמליאל שמילאוויטש
וועקער #18 - סטעי טונד!
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5958 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט