שו"ת זאב יטרף: איז סינדערעלא געווען מותרת לבעלה? (וועקער 7)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5739 מאל

שו"ת זאב יטרף: איז סינדערעלא געווען מותרת לבעלה? (וועקער 7)

שליחה דורך וואלווי »

איז טאקע סינדערעלא געווען מותרת לבעלה?

האפענטליך האט דער תשובה וואס איז נארוואס געדרוקט געווארן אין דעם וועקער 7 פון שו"ת זאב יטרף בנוגע האי איתתא סינדערעלא תחי' געווארפען א ליכט אויף פארצווייגטע קאמפליצירטע שאלות וואס פלאגט דעם עולם התורה יארן לאנג א שטייגער ווי די מעשה פון קליווער גט ועוד, זה מתיר וזה אוסר כדרכה של תורה, לאמיר האפן אז דאס וועט מעורר זיין ריתחא דאורייתא בבי מדרשא לאיסוקי שמעעתא אליבא דהילכתא.

הק' וואלף ראב"ד האליוואוד (אינדערהיים ווען קיינער הערט נישט רופט מיך די רעבעצין ביים נאמען, וואלווי...)

נ"ב, די ארטיקעל איז טיילווייז אינספארירט געווארן דורך די אשכול: viewtopic.php?f=5&t=6288 ובמיוחד לפי שיטת חבירינו היקרים הני תרי צנתרי דדהבא החבר [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און החבר [tag]berlbalaguleh[/tag]. וז"ל הליטוואק, "ס'איז וויכטיג צו באטאנען אז רוב פאפולערע גויישע קינדער ביכער זענען פול מיט מוסר השכל'ס, נישט נאר אידישע.Thomas the tank engine, berenstain bears, curious George און אפילו Dr Seuss מיט Harry potter". וז"ל הבעל עגלה, א סאך פון די אלטע (קלאסישע) גוי'אישע קינדער מעשיות האבן א מוסר השכל. ווי ...האנסעל און גרעטעל: סנאו ווהייט: סינדערעללא: די 3 בערן: אפילו עלליס אין וואנדערלענד...!. עיי"ש ביתר שאת ושפ"י.

הנ"ל
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר