די טאפלטע טראגעדיע פונעם יארהונדערט, וועקער 6 (אסיף)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

די טאפלטע טראגעדיע פונעם יארהונדערט, וועקער 6 (אסיף)

שליחה דורך געוואלדיג »

[center]די טאפלטע טראגעדיע פונעם יארהונדערט[/center]

[justify][center]ויהי אחרי המבול:[/center]

די וועלט פון נאכן וועלטס קריג ביז פאר בערך 25 יאר צוריק

ווען די קאנאנען גערודער האט איינגעשטילט איבער אייראפע און איבערן ווייטן פאסיפיק, ווען די מלחמה לוסט האט נאכגעלאזט, און ווען די ענדלאזע טייכן בלוט האבן ענדליך געזעהן אן ענדע נאך איבער פינף ביטערע פיינפולע יארן, האבן די וועלט פירער און די איבערלעבער אויפן פלאנעט 'ערד' זיך געטראפן מיט א גאר נייע וועלט.

א וועלט וואו אלע געוועזענע שונאים האבן יעצט געקענט זיין גוטע פריינד, און די געוועזענע פריינד - ביטערע שונאים. אזעלכע וועם מען האט ביז יעצט געזעהן נאך דורך דעם ביקס לעכל אלס א קויל ציהל, איז יעצט געווארן א בוזעם פריינד. מענטשליכע לעבן האט צוריק אנגעהויבן צו באקומען איהר פארדינטע ווערד, און די וועלט האט קוים אנגעהויבן צו באגרייפן אביסל וואס עס איז פארגעקומען, און וואס עס איז אלס אריבער אויף איהר.

א נייע וועלט האט זיך באוויזן פאר זיי מיט נייע האריזאנטן און נייע מעגליכקייטן. אלע אלטע שלום פאקטן האבן נישט געהאט קיין ווערד, און אלע מלחמה דערקלערונגען זענען געווארן אנולירט. די וועלט האט נאכאמאל באקומען א מעגליכקייט זיך צו באנייען, אבער די וועלט ווי די וועלט באשטייט פון גוטע און שלעכטע, אזעלכע וואס וועלן נוצן כח צו טעראריזירן און באהערשן זייער אידעאלאגיע איבער אנדערע, און אזעלכע וואס ווילן גוטס פאר זיי און פאר די וועלט.

פאר געוויסע פעלקער איז די נייע וועלט ארדענונג געווען א גוטע בשורה און א נייע אנהייב, ווי למשל מערב דייטשלאנד, גריכנלאנד, איטאליע, א.א.וו. אבער פאר אנדערע האט זיך אנגעהויבן א גיהנום. איך באציה זיך צו די לענדער וואס זענען געגאנגען מן הפח אל הפחת, פון אונטער די נאצישע שטיוול צו אונטער די קאמוניסטישע גן עדן.

יענע יארן ווערן געדענקט אלס יארן וואס די וועלט איז געווען צוטיילט אין צוויי: פרא-קאמוניזם אדער אנטי-קאמוניזם, ווען פון ביידע זייטן שטייען די גרויסמאכטן אמעריקע און רוסלאנד. אין יענע יארן קען מען ציען א שטריך פון פחדים פון קאמוניזם אין די פרייע וועלט, וואס איהר הויכפונקט דאהי איז מן הסתם געווען די מעקארטיזם היסטעריע וואס האט איבערגענומען אמעריקע אין יענע יארן, ווען מען האט יעדן איינעם חושד געווען אין זיין א באהאלטענער קאמוניסט.די וועלט מאפע איז אין יענע יארן געווען סטאביל. יעדער האט געוואוסט וואו הייבט זיך אן איין לאנד און וואו ענדיגט זיך די צווייטע, מען האט געוואוסט ווער איז א גוטער פריינד און ווער איז א שונא, און נאכמער נאכן צוזאמענפאל פון דער קאמוניסטישער פאראיין האט זיך אנגעזעהן מער פרידן און רואיגקייט אויפן וועלט ארענע. דער נוקלעארער געלויף האט נאכגעלאזט, און עס האט אויסגעזעהן ווי די וועלט ווערט מער איבערגענומען מיט פרידן.

[center]בבל – שבלל את הכל:[/center]

בא טוניזיע והעמידן על אחת – על חרבך תחיה

די וועלט מאפע האט זיך אבער דראסטיש געטוישט אין די לעצטע 5-6 יאר, אנגעהויבן מיט טוניזיע וואו א פרוכט פארקויפער האט זיך אונטערגעצינדן און מיט דעם אקט אונטערגעצינדן די אזוי-גערופענער "אראבישער פרילינג", וואס איז מער א פראסטיגער ווינטער ווי פרילינג.

כאטש די אראבישע פרילינג איז ביים אנהויב פון איהר וועג באטראכט געווארן היבש פאזעטיוו, אבער יעצט קוקנדיג אויף צוריק זעהט דאס מער אויס ווי אן אראבישע ווינטער פיל מיט בלאטע. חוץ פון אין טוניזיע זעלבסט וואו עס איז צום סוף געשטעלט געווארן עטוואס ארדענונג, מיט א כמו-דעמאקראטישע רעגירונג, האט די פרילינג והמסתעף נישט קיין טובה געטוהן פאר קיינעם, און קיין איין אנדערע לאנד שטייט נישט היינט בעסער פון פאר דעם.

זיי זענען אין די בעסערע פאל געבליבן די זעלבע ווי אמאל, ווי למשל אין עגיפטן, וואו עס האט אויסגעפעלט צוויי איבערקערענישן עס צוריקצושטעלן אזויווי פריער, מיט א מינוס פון טויזענטער לעבנס וואס זענען פארשניטן געווארן פאר קיין צוועק. אדער אין די ערגערע פאל איז עס דערווייל נאך געבליבן אין א טאטאלע כאאס, ווי אין ליביע, תימן, אדער סיריע.

ווען מען דערמאנט די אראבישע פרילינג, קומט ארויף אין קאפ אזעלכע מושגים ווי אייסיס, אסאד, סיריע, עגיפטן, ליביע, וכדו'. אבער לאמיר אביסל זיך קאנצעטרירן אויף די פערזענליכע אספעקט פון די אראבישע פרילינג, וואספארא ווירקונג דאס האט געהאט - און האט נאך יעצט - אויף פילע יחידים פון ביידע זייטן.

די אראבישע פרילינג האט פראדוצירט א מאס פליטים/רעפיודזשיס/ אנטלאפענע, וואס די וועלט האט שוין נישט געזעהן זייט די צווייטע וועלט קריג. כאטש וואס קיין פונקטליכע ציפער איז נאך נישטא, האלט אבער די נומער ביי ארום פינף מיליאן פליטים - צווישן אזעלכע וואס זענען נאר פליטים פון זייער הויז אבער זענען געבליבן אין זייער לאנד, און צווישן די פליטים וואס זענען אנטלאפן צו אנדערע לענדער. דאס איז אן אסטראנאמישער ציפער וואס ווערט זייער שווער באגרייפט. געווענליך ווערט דער נושא אדרעסירט אלס א פאליטישע נושא, סיי אין אייראפע וואו מען מוטשעט זיך מיטן אויפשטייג פון טעראריזם וואס דאס ברענגט מיט, ווי עס איז שוין היינט קלאר באשטעטיגט אז צווישן די מיליאנען פליטים געפונען זיך אויך אזעלכע וואס זענען נישט קיין טלית שכולה תכלת, און אלס רעזולטאט ווערט דאס זייער א פאליטישער אישו וואס האט געברענגט א שטארקער אויפשטייג פון רעכטע פארטייען - וואס צוזאמען מיט דעם ווערט אויך אן אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם, און סיי אין אמעריקע וואו עס ווערט אויך העפטיג דעבאטירט, צו מען זאל אריינעמען די פליטים, און אויב יא - וויפיל, וכדו'.

אבער איך וויל שיינען א ליכט דווקא אויף די אינדיווידואלן, די יחידים וואס זענען די דירעקטע געליטענע פון די סיטואציע. לאמיר זיך אביסל אריינלייגן אין זייערע שיך, און אנקוקן די טראגעדיע פון א מענטשליכע קוק ווינקל. דאס איז נישט כדי צו טוישן א מיינונג לגבי די פליטים, נאר כדי אונזערע חושים אלס מענטשן זאל נישט ווערן פארטעמפט פון זיך אנזעהן און אנהערן מיט אזויפיל בלוטיגע און קאשמארע בילדער.

לאמיר פראבירן צו טוהן מיטן פאפיר, דאס וואס יענע טיטשער האט געטוהן מיט אירע סטודענטן וועלנדיג זיי זאלן באגרייפן און האבן א שטיקל השגה וואס דאס מיינט צו אויס'הרג'ענען זעקס מיליאן אידן, און האט זיי באפוילן צוזאמצונעמען זעקס מיליאן פעיפער קליפס, וואס במושכל ראשון זעהט דאס נישט אויס ווי א צו שווערע אויפגאבע, אבער פרובירנדיג צו ערפילן איהר באפעל האבן זיי זיך אנגעטראפן מיט שוועריגקייטן, ווייל וועלכע געשעפט האט בכלל אזויפיל פעיפער קליפס?

די אקטיוויטעט פון די סקול איז געווארן וועלט-באקאנט, און פון די גאנצע וועלט האט מען אנגעהויבן אריינצושיקן פעיפער קליפס, און אפילו אזוי האט געדויערט א וויילע ביז ווען זיי האבן מצליח געווען צוזאמצונעמען זעקס מיליאן קליפס. אט אזוי האבן זיי באקומען א השגה אינעם פארטיליגונג פון א ריזן חלק פון כלל ישראל.

נע ונד תהיה בארץ

לאמיר באגלייטן די וועג פון די צוויי געשוויסטער, שאהעד און שאוקי, וואס זענען פליטים פון סיריע, פון זייער אנהייב ביז דער יעצטיגער ענדע.

כאטש וואס זיי זענען נאך רעלאטיוו יונג, נישט מער ווי דרייצן-פערצן יאר אלט, זענען זיי אבער היבש מער ערוואקסן ווי אנדערע קינדער אין זייער יארגאנג. עס איז נישט קיין וואונדער, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס לעצטע מאל וואס זיי האבן געפירט א געהעריגע מענטשליכע לעבנסשטייגער, איז געווען ווען זיי זענען געווען נישט מער ווי אכט-ניין יאר אלט! זינט דאן האבן שוין זייערע קארעלעך און באליס געזאמלט אסאך שטויב, אויב זיי עקזיסטירן נאך בכלל. די אזוי-גערופענע "פרילינג" האט זיי געטראפן אין יארע תשע"א, וואוינענדיג אין איינע פון די עלטסטע שטעט אין די וועלט: חאלעבּ, אדער ווי מען רופט דאס אויף ענגליש אלעפא, אדער אויף לשה"ק "ארם צובא". די שטאט איז היינט איין שטיק חורבה, און כמעט קיין איין גאנצע בנין איז נישט פארהאן אין די שטאט, וואס האט שוין געטוישט הענט כמה וכמה פעמים צווישן אסאד'ס כוחות און די כוחות פון זיינע קעגנער, וואס זיי אליין שלאגן זיך צווישן זיך אויף יעדע שטיקל לאנד.

שוין דאן - פינף יאר צוריק - האט זיך אנגעהויבן זייע לעבן אונטער די טעראר, וואס האט געמאכט אן ענדע צו זייערע קינדערישע יארן, און אויפגעטוישט שפילערייען מיט קארעלעך און באליס - צו א שפיל מיט פייער.

דאס ערשטע מאל וואס די מלחמה קאשמארן האט זיי געטראפן פערזענליך - שוין נאכן לעבן אונטער טעראר פאר פינף יאר - איז געווען בערך פאר א יאר צוריק, ווען א באמבע האט געטראפן דירעקט זייער הויז און געמאכט פון דעם א תל חרבות. זיי האבן איבערגעלעבט מיט די נשמה אין די הענט, און נישט אויפגעגעבן נאר איבערגעבויעט און פארראכטן דעם חורבן. אבער נישט מער ווי א חודש שפעטער איז זייער הויז ווידעראמאל געטראפן געווארן. נו, ניסים געשעהן נישט פאר אייביג, און זיי האבן מחליט געווען צו פארלאזן דאס פלאץ. זיי זענען שוין געווען אנגעזעטיגט פון זיך לייגן און אויפשטיין פאר פינף יאר, מיט באמבעס און קוילן.

גרינג צו זאגן אבער שווער צו טוהן. קודם דארף מען זיך גוט בארעכענען, וואס מען נעמט יא מיט און וואס נישט. די וועג נעמט אריין גאר גאר אסאך גיין צופוס, און יעדעס איבריגע משא מאכט שווערער דאס גיין. נאכן מחליט זיין וואס יא און וואס נישט האט זיך אנגעהויבן די וועג, עס זענען געגאנגען די צוויי קינדער שאהעד און שאוקי, מיט נאך א קוזין זייערע, און די עלטערן, מיט נאך א קליין ברודערל פון נישט מער ווי דריי יאר אלט.

מען הייבט אן די נסיעה, און די ערשטע שוועריגקייט 1 איז - פארשטייט זיך - אז קיין פובליק טראנספארטאציע איז נישט פארהאנען כהיום אין סיריע, און אויב ווילסטו ערגעץ גיין דארף מען נוצן די אייגענע צוויי פוס, אדער - אויב מען איז מזל'דיג - כאפט מען אינמיטן עפעס א היטש. די צווייטע שוועריגקייט איז, אז מען גייט אדורך טעריטאריע געהאלטן דורך פילע פארשידענע פראקציעס, און השי"ת זאל שומר ומציל זיין אויב מען געפעלט נישט פאר איינע פון זיי.

דער ערשטער פאנטשער איז געווען, ווען זיי האבן געדארפט אדורכגיין א טשעקפוינט פון אייסיס, און זיי האבן אפגעשטעלט די שיירה היות שאוקי'ס האר סטיל איז געווען 'סטייליש', און זיי האבן חושש געווען אז ער איז גאר א קריסט. נאר נאך וואס ער האט מצליח געווען זיי צו איבערצייגן אז ער איז א גלויביגער מוסלעמענער, וואס עסט אין חודש ראמאדאן נאר אין ביהכ"ס, האבן זיי באקומען די ערלויבעניש ממשיך צו זיין אין וועג. פון דארט האבן זיי גערייזט אריבער די גרעניץ קיין טערקיי - וואס איז גראדע נישט צו שווער, און זיי זענען געפארן דורך טערקיי'ס גאנצע לענג, פון מזרח צו מערב, מיטן ציהל אנצוקומען צום פארט-שטאט באָדְרוּם. אבער פליטים קענען זיך נישט דרייען פראנק און פריי, און מען האט זיי געפירט קיין איזמיר, זיי האבן אבער זיך ארויסגעכאפט און אפגעפארן קיין באדרום. ווידער שאוקי'ן האט מען יא געכאפט, און איהם צוריקגעפירט קיין איזמיר, א יונג דרייצן יעריג קינד אליין אין א פרעמד לאנד אפגעטיילט פון זיינע עלטערן. שאוקי האט זיך נישט געפוילט, און נאכאמאל פרובירט זיין מזל און צוריקגעפארן קיין באדרום.

וואס זוכט מען אין באדרום? באדרום איז זייער נאנט אריבער די וואסער קיין קוס. "קוס" איז אן אינזל, און איז איינע פון די אינזלען אינעם מיטללענדישן ים וואס באלאנגען צו גריכנלאנד. נישט מער ווי קנאפע צוואנציג קילאמעטער ים טיילט אפ פון טערקיי און גריכלאנד ביי יענעם פונקט, און די וואסער דארט איז עפ"י רוב רואיג, און אזוי מאכט דאס מעגליך צו שווערצן דעם גרעניץ אויך מיט פראוויזארישע מיטלען ווי גליידערס, קליינע שיפלעך א.ד.ג.

נישט אז עס איז נישט קיין לעבנסגעפאר, הונדערטער אויב נישט טויזענטער האבן שוין דארט געטראפן זייער טויט, אבער פארט ווערט די וועג באטראכט רעלאטיוו רואיג און פארזיכערט.

ענדליך איז געקומען דער טאג, וואס די שמוגלער האבן באשטימט אז עס איז פאסיג פאר די רייזע. אבער ווי פארשטענדליך, יעדע זאך וואס קען גיין שווער - גייט גיין שווער אויף אט די שווערע וועג. מען האט זיי מודיע געווען, אז זיי קענען נאר נעמען דריי פערזאנען, נו, קענען דאך נישט אלע גיין. האבן די עלטערן מחליט געווען צו געבן די ערשטע געלעגנהייט פאר די קינדער, און זיי האבן געשיקט די צוויי קינדער שאהעד און שאוקי, מיט זייער קוזין, צוערשט.

מען לאזט זיך ארויס אינמיטן נאכט אויפן וועג, און עס האט נישט לאנג געדויערט און דער מאטאר האט מחליט געווען צו נעמען זיין נאכט שלאף, מיט די צענדליגער אומגליקליכע מענטשן אויף איהם. מען פרובירט אהער און מען פרובירט אהין, און די פאניק איז אויפן העכסטן גראד. "מחוץ תשכל חרב" - מען האט מורא פון די טערקישע גרעניץ פאטראל, אז זאלן נישט אנטדעקן דעם שיפל, "ומחדרים אימה" - די שיף זאל נישט ווערן זייער אייביגע מקום קבורה.

נאך א שטיק צייט פרובירן אן קיין ערפאלג, האט מען אויסגעקליבן די שטערקערע מענטשן פון צווישן זיי, און מען האט זיי געגעבן די אויפגאבע צו נעמען מכל הבא ליד און זיי נוצן אלס שטעקענעס צו שטופן די שיף ווייטער, און אזוי האט מען מצליח געווען צו שטופן עטוואס די שיף נאך אביסל און נאך אביסל, ביז ווען דער טאג האט שוין אנגעהויבן טאגן. דאן האט מען שוין געזעהן פון דער נאנט, דער בארטן פונעם אינזל קוס. מיט די לעצטע כוחות האבן די ערשעפטע מענער געשטופט דעם שיפל ביזן טרוקעניש, און דער גאנצער עולם אויפן פראוויזארישן שיפל האבן אויסגעבראכן מיט הילכיגע פרייליכע געשרייען. דער ערשטער פאזע פון זייער וועג איז פאריבער מיט סוקסעס.

די צושויער, די איינוואוינער פון דעם קוס אינזל האבן זיך צוגעקוקט גלייכגילטיג צום ספעקטאקל. נאך אלעם איז דאס ביי זיי מעשים שבכל יום, און אפאר מאל א טאג. די פליטים פון זייער זייט האבן גע'יובל'ט און זיך געפריידט פאר א קורצע צייט, אבער אויך נישט פאר צו לאנג. זיי האבן נישט קיין צייט צו פייערן, זיי האבן נאך א ווייטע וועג פאר זיי.

די קינדער זענען נישט געווען קיין חלק פון די שמחה. זייער הארץ איז נאך איבערן וואסער מיט זייערע עלטערן, און זיי גייען נאכנישט אין ערגעץ. יעדן טאג זיצן זיי א גאנצן טאג ביים וואסער מיט די אויגן צום ווייטן האריזאנט: 'ווען דערנענטערט זיך שוין דאס אויסדערווארטעטע שיפל מיט זייערע עלטערן דערינען?', ווען אין די זעלבע צייט נעסטעט א פחד אין זייער הארץ, צו זייערע עלטערן וועלן דאס בכלל אדורכמאכן, אדער וועלן זיי - ווי פילע אנדערע - ענדיגן זייער רייזע אינמיטן ים.

גרויס איז געווען די שמחה, ווען די צוויי זייטן ים האבן זיך פאראייניגט. די עלטערן האבן זיך פאראייניגט מיט די קינדער, און זייער צוויי-זייטיגער פחד איז צונישט געווארן.

אבער עס איז נאכאלס נישט געווען באשערט פאר זיי רואיגקייט. יעצט דארפן זיי ווידער נעמען דעם וואנדער-שטעקן צו גיין צו זייער ציהל - דייטשלאנד, וואס ווי אן אינזל אין א ברויזנדן ים, איז דאס א מקום מקלט אין א קאנטינענט וואו פליטים זענען ווייט נישט וועלקאמען.

יעצט האט זיך אנגעהויבן זייער רייזע נוצנדיג זייערע צוויי פיס, קודם צום לאקאלן פליטים צענטער אין קוס - וואו זיי האבן זיך געדארפט איינשרייבן צו קענען נעמען א שיף קיין אטענס [אתונה], די גריכישע הויפטשטאט. נאך וואס מען איז איינגעשריבן, דארף מען ווארטן אויפן שיף, און אויף אן ערלויבעניש צו קענען מיטפארן מיטן שיף. איינמאל זיי זענען שוין געווען אין אטענס, האבן זיי זיך גענומען גיין קיין דייטשלאנד, און דא רעדט מען פון א וועג פון איבער צוויי טויזנעט קילאמעטער!!! צופיס...

זיי האבן זיך געדארפט אריבערשווערצן אמווייניגסטנס פינף! גרעניצן. אין געוויסע לענדער גרינגערהייט, און אין געוויסע לענדער - ווי סערביע - מיט גרויסע שוועריגקייטן און דורך זומפיגע געדעכטע וועלדער, זיך ארויסדרייענדיג פון די לאקאלע פאליציי און פון ברויזנדע ציווילע.

נאך לאנגע וואכן שלעפנדיג די פיס, דערזעען זיי זיך שוין ענדליך אין בערלין. אבער מיינט נישט, מען איז נאכאלס נישט פארטיג. יעצט דארפן זיי זיך איינשרייבן אין די רעגירונגס ביורא, און זיך איינקווארטירן אין א פליטים קעמפ, און ווארטן און ווארטן און ווארטן ביז זיי וועלן "האפנטליך" ווערן באשטעטיגט זיך צו באזעצן דארט, און אנהייבן א פרישן לעבן.

א שווערע דילעמא

ווי פארשטענדליך, ווען עס קומען און גייען אזויפיל מיליאנען פליטים, זענען דא צווישן זיי אויך ראדיקאלן און טעראריסטן, און די לענדער וואס וועלן זיי עווענטועל אריינעמען האבן געווענטליך נישט קיין וועג צו פארזיכערן אז זיי נעמען נאר אריין די עכטע פליטים און נישט די ראדיקאלן, און דאס ברענגט און פארמערט טעראר - ווי מיר האבן שוין געזעהן אין פראנקרייך, דייטשלאנד, נידערלאנדס, שוועדן, ענגלאנד, און נאך, און דער ארטיקל שרייבט נישט פאר קיין עצה אדער לעזונג צום פראבלעם.

פארט אבער איז דער אמת, אז די טעראריסטן באהאלטן זיך אין א מאסע פון מיליאנען אומשולדיגע מענטשן, וואס זייער איינציגע ציהל איז צו לעבן אביסל במנוחה, און צו האבן א דאך איבערן קאפ אן קיין באמבע סירענעס א גאנצן טאג און נאכט, און די טראגעדיע פון די אומשולדיגע מאסן איז נאכנישט געזעהן געווארן זינט די צווייטע וועלטס קריג.

אויך מצד די לענדער וואו זיי קומען אן איז דאס גאר א שווערן אריבערגאנג, ווייל דאדורך דעם ווערט אייראפע פארוואנדלט אין א דריטע וועלט קאנטינענט. די לענדער וואס זענען שוין פאר צענדליגער יארן געשטאנען סטאביל פינאנציעל און געזעלשאפטליך, טרעפן זיך דערטראנקען אין א ים פון פליטים און געוואלדטאטן, וואס שלעפן אראפ די עקאנאמיע און לייגן א לאסט אויפן לאנד.

לאמיר נעמען צום ביישפיל דאס לאנד שוועדן, א לאנד וואס איז זייער פרידליך און רואיג, מיט א שטארקער עקאנאמיע, וואס היינט צוטאגס זינקט זי מער און מער אין חורבן מיט יעדן פארבייגייענדן טאג. זי איז פארפלייצט מיט פליטים, וואס ברענגט ארויף זייער הויך די ארבעטסלאזע ראטע, און עס פארמערט געוואלדטאטן ווי אויף הייוון. דער מצב איז דארט אזוי שווער, אז פון א לאנד וואס האט געדארפט האלטן א מינימאלע פאליציי קראפט - זאגן זיך דארט אפ אזויפיל ווי פינף פאליציאנטן יעדן איינציגסטן וואך, און סוף יאר וועלן שוין האבן זיך אפגעזאגט דארט אריבער טויזנט פאליציאנטן.

אלזא קיין עצה ברענג איך נישט צום טיש, און אפילו ווען יא דאכט זיך מיר אז סיי קלינטאן און אויך טראמפ זענען נישט קיין אידיש ליינענדע... אבער לכה"פ זאלן מיר אלס אידן - די וועלטס וואנדערן טשעמפיאנען - אביסל אריינטראכטן, און אביסל מיטפילן מיט זייערע ליידן.

המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה וכו'.[/justify]
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר