אישתישבי האט געשריבן:שבת'ל טייערע,
זיי זשע מוחל, אבער כ'האב נישט געוויסט איר זענט א כעסן וואס ווערט גערעגט ווען מען דערמאנט מארמארישער. זעהט אויס נחום ווייסט יא עפעס וואס ער רעדט...
ממילא ווען איך ענטפער דיר דברים של טעם, און לייג טאקע צו אפאר מארמארישער טיטביטס, קענסטו נישט קומען מיר באשולדיגן אז איך מאך עד האמינאם אטאקע, ווייל אדרבה, בא להאשים ונמצא אשם, דו אליין ווען די שרייסט און פיקעוועסט, און דאס גאנצע וואס די האסט צו שרייבען איז אז א. מיין תגובה איז עד האמינאם, ב. מיין אידיש טויג נישט, דאס גופא מאכט דיר ווידער פאר א קלאסישער חסידישער יאץ וואס ווייסט נישט וויאזוי צו ענטפערן נאר דורך אטאקירען מיט עד האמינאם.
כ׳גיי דיר ענפערן נאר אויף די איין נקודה, ביי מיר איז נישט פארהאנען אזא מושג ווי ״יחוס״ און "זכות אבות" וכודומה, ביי מיר זענען די ליטאים, ספרדים, חסידים, צאנזער אייניקלעך, רוזינער אייניקלעך, פולישע, רוסישע, רומענישע, אמעריקאנע די זעלבע הומאנס, און איך בין נאר דן א מענטש לויט זיינע אינדיווילע כשרנות און זיין ביהעיווער, און בכלל מאכט מיר גאר א קליינע חילוק וואס דו האלטס פון מיר און פון מיין מארמארישע אפשטאם, די איינציגסטע זאך וואס באַדערט מיך יא (אויב עפעס), און פארוואס כ׳בין געווארן אין כעס ווי דו רופסט עס איז ווייל דו האסט אריינגעמישט
מיין אפשטאם ווען סקומט נישט אריין אין די שמועס בכלל, דרך אגב האסט בכלל נישט צוגעטראפן מיין ריכטיגע אפשטאם, איך בין נאר 25 פראצענט מארמאריש - רומעניע, 25 פראצענט אויבערלאנד - אונגאריש, 25 פראצענט רוסיש, 25 פראצענט אוקרייניש. סאיז סעיף צוזאגן אז איך בין א
פערטעל מארמארישער 
און איך זעה נישט קיין שום חסרון אדער בושה אין דעם, פארקערט אויב עפעס זענענן די מארמארישע געוועהן גאר וויואלע, זיסע תמימות׳דיגע אידן.
גראַדע איז נחום דער חכם א עכטע מארמארישער פון אלע זייטן, ער איז די זוהן פון הרה״ח ר׳ משה הערש ראזנבערג ז״ל. אייניקל פון די באוויסטע וויזניצע חסיד הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזנבערג ז״ל. נחומ׳ס טאטע האט מען גערופן ״משה שותק״ צוליב זיין אנגייענדיגע ״תענית דיבור״ וואס ער האט מקבל געוועהן אויף זיך וואס האט אנגעהאלטן פאר אזא דרייסיג יאר, א טייערע פארצייטישע חסידישע איד מיט אלע מפרשים, ער איז געוועהן א פלאם פייערדיגע חסיד פון זיין רבי׳ן דער אהבת ישראל פון וויזניץ און פון זיין אייניקל ר׳ מאטעלע זז״ג, ער פלעגט מיטפארן מיט מיין טאטע פון ווימסב״ג קיין מאנסי הושענא רבא פאר יאהרן לאנג, איך בין נאך געוועהן א קליין קינד דעמאלס, אויפן גאנצע וועג האט ער נישט ארויסגעקוקט קיין סעקונדע פון זיין תהילים, די איינציגסטע מאל ווען ער האט אויסגערעדט פון זיין תענית דיבור אין די אלע יארן איז געוועהן אויב מ׳האט גערעדט פון זיין רבי׳ן דעם אהבת ישראל, און ער פלעגט אסאך פארציילן פון זיין אויסערגעווענטליכע חכמה און זיינע גיטע מידות ,און איך האב טאקע געהאט די זכי׳ קונה צוזיין פירסט-הענד אסאך אינטערסאנטע סיפורים און זכרנות פון א מארמארישע איד וואס האט נאך קענען געלערנט דעם אהבת ישראל וואס האט א שטארקע חשיבות ביי מיר.
נחום האט אלץ בחור אויפוואקסענדיג אין ווימסב״ג, זיך צוגעטשעפט צו סאטמאר (נאך א מזל) און פארלאזט וויזניץ, זיין ברודער און זיינע שוואגערס זענען עכטע וויזניצע חסידים מיט אלע מפרשים, און אז ער איז א זעלבסט-האסער, א סעילף העיטינג מאראמרישער איז עס זיין פראבלעם...
איך בין וואס איך בין...