וועקער קריטיק - קטלא קניא

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2070 מאל

וועקער קריטיק - קטלא קניא

שליחה דורך אישתישבי »

שוין שוין, כ'האב שוין באקומען דער וועקער, גלייך ביים אנהייב זעה איך קטלא קניא, נו, בין איך עקסיידעט, אבער א בראך, קטלא קניא שרייבט פאליטיק, שוין וועגען טראמפ, גראדע איז ער מורא'דיג צוטראגן אז דער אמעריקאנער פאלק וואס האט געברענגט לינקאלן און דזשעפערסאן, האט געקענט ברענגען א מלך זקן וכסיל ווי טראמפ.

בין איך געווארען אנטוישט, קטלא קניא'ס פעדער האט א מעלה שאין דוגמתו, ער פארשטייט דער חרידישע מיינדסעט עפעס געוואלדיג, און כמעט אלע זיינע שרייבונגען איז דא חידושים, וואס אפילו איך חכם, עהעם, זעה דארט, חידושים אין דער מהלך המחשבה פין דער חרידישע מענטשהייט, מיט א טוויסט פין ליצנות, אוי, כ'בענק נאך קטלא קניא.

אבער דא איז געקומען א טראמפ, וואס האט געמאכט א מיידעל היטען שבת, און א פעשער מענטש פארלירן וואג, געמאכט קטלא פאר א נארישער פאץ שרייבער וואס ווייסט צו קריטיקירן טראמפ ווי יעדער סטופיד ליבעראלע דעמאקראט וואס קען נעבעך נישט אראפשלינגן אז א דעמאקראטישע פרוי האט פארלוירן די וואלען צו א געמיינע מושחת ווי טראמפ.

קאמאן קטלא. דערמאנסט מיר פין ראביני, וואס זאגט פאר עקאנאמישע אנאליזן, אבער זייט טראמפ האט געוואנען האט אים אנגעכאפט א פאליטישע רוח צפונית, און אנשטאט פארזאגען די עקאנאמיע זאגט ער ווי משוגע טראמפ איז. העלא, כ'בין נישט אינטרעסירט וואס די ראביני האט צו זאגען וועגען טראמפ, כ'וויל הערען וואס די האסט צו זאגען וועגען די עקאנאמיע. הער אויף צו רעדען וועגען טראמפ, ווייל ס'איז נישט דיין ליניע. ס'איז כמעט ווי ר' אהרן וועט זיך נעמען שעלטען באבוב 45.

און דער זעלבע צו חתן דינן קטלא קניא, כ'בין נישט אינטרעסירט וואס די האסט צו גרעפסען וועגען טראמפ. ווען די וואלסט כאטש חוזק געמאכט וויאזוי די חרידישע עולם האלט פין טראמפ, על מה ולמה, מיט זאפטיגע טיפע הבנות למה הלך החרדי אצל הטראמפ, החרשתי. אבער האסט עס אויך נישט געטוהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר