פרייוויליג האט געשריבן:אפגעריסענע רע-בנים פארשעמען די פנים פון כלל ישראל מיט אזא נארישע קול קורא. "וכ"ז ברור בענינו באשר בחרו שפת אידיש שלא נוכל לבקר בין טוב ורע".
א וועלטס געלעכטער.
א גליון צוזאמגעשטעלט פון נובעלע אינגעלייט. אבער "ברור בענינו". עס שטינקט ווי אלע קול קורא'ס. עמיצער מיט אומגעשוירענע וואנצעס האט אויפגעפענט א קול קורא טעמפלעט אויף ווינדוס 6, און ווילדערהייט אויפגעטוישט דער אלט פארשטויבטער ווארט ״דער שטערן״ מיט די ווערטער ״דער וועקער״. א פלאץ וואס האט שוין געמאכט די ארט פאר אפאזיציע צייטונגען מיט לדעת גליונות פון בעלזא. אט יעצט האט די מייזל סעלעקטעט די ווארט ״דער וועקער״ און עס אריינגעשטעלט צווישן די פסוקי משלי, אזוי אז עס זאל אויסקוקן ווי א קול קורא קעגן הרב קוק.
אבטולמוס האט געשריבן:פיינער אדווערטייזמענט.
עמעזאן האט געשריבן: (ידוע ווען רפאל האלפרין האט געזאמלט הסכמות אויף זיין אינציקליפידיע איז ער געווען ביי ר' שלמה זלמן, און ווען ער האט געוואלט ווייזען פאר רש''ז עפעס וואס איז געלעגן די אנדערע זייט טיש, האט ער פשוט אויפגעהויבן די שווערע טיש און ארומגעדרייט... רש''ז האט זיך אזאנס דערשראקן אז ער האט עם גלייך געשריבן וואס ער האט פארלאנגט אבי ער זאל עם שוין זעהן די אנדערע זייט טיר...
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'טאר נישט חוזק'ן, טייל זענען חשובע רבנים. אז זיי פארלאגן נאך א מהדורא אין ענגליש (על דרך זמן zman טובא...) , דארף מען דאס נעמען אין באטראכט.
גראף האט געשריבן:ווי הענגט דער צעטל?
געוואלדיג האט געשריבן:איז בכלל דא איינער וואס קען באשטעטיגן אז אזעלכע צעטלעך הענגען ווירקליך?
אייז קריעם האט געשריבן:קוקט דעם לעצטן פאראגראף.
טרענסלעיטעט אויף יודיש:
דער מקור פון דעם פראלעם איז אז מען האט אויפגעהערט צו לערנען ספרי רבוה"ק. די עצה איז אז מען זאל דינגען א מגיד שיעור פונעם פריערדיגן דור וואס זאל פארלערנען...."
דאס האבן לצים צוזאמענגעשטעלט.
שבת אחים האט געשריבן:שוין, ווער האט א ויואל משה/ על הגאולה צובארגן?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט