תורה ומדע האט געשריבן:דאס אז די רבנים און אדמורים האבען געמאכט טעותים מאכט זיי נישט ווינציקער. א מענש איז נאר א מענש... רוב מנהיגים האבען געמיינט די טובת הכלל, און די אחריות פונעם כלל ישראל איז זיי באמת געלעגען אויף די פלייצע.
זאת ועוד, טעותים זענען ניכר למביני מדע לאורך כל הספעקטרום פון פרומקייט, ללמדך אז קיינער איז נישט פערפעקט.
האועבער, דאס פטר'ט אונז נישט פון אוועקשטעלען דער נעקסטער דור מיט מער אפציעס און מער ברייטקייט. ולמשל אויב פאר אונזער דור איז בעסער אז בחורים זאלען נישט חתונה האבען איידער די 25 נאך ווען זיי האבען קונה שלימות געווען בתורה, יראה, השקפה, און אויך א מעסטערס דעגרי אין א פרנסה-געבערדיגער פילד, דארף דאס געטוהן ווערען מיט די בעקקינג פון רבנים. וה"ה אויב דער מציאות פארלאנגט אז א פארפאלק זאל נישט האבען אסאך קינדער איידער זיי האבען, חאטש א פלאן אויף, א פרנסה נקיה וקלה מיט א דאך איבערן קאפ, איז נישט. און דאס דארף זין דער אפיציעלער פאליסי פון דער געזעלשאפט. וכהנה וכהנה.
איך זעי נישט פארוואס מ'דארף עפעס טוהן מיט די ארומיגע געזעלשאפט. אז מ'האלט תורה ווי עס דארף צו זיין, פון וואנעט ווייסטו אז מ'דארף עפעס מער. ווען מ'לייגט גארנישט צו און מ'נעמט גארנישט אראפ, ווייסט מען אז מ'דארף אויסלערנען תורה און נישט אויסלערנען שקר, מ'דארף אויסלערנען א פאך אבער נישט ווערען קיין חלק פון די אלגעמיינע וויסענשאפט יעגעריי, מ'דארף זיין ארנטליך און אויסגעהאללטען און זיך פיהרען מיט מדות און איידעלקייט. נאר ווען מ'האט ארויסגעריסען די אלע אידישע תורה'דיגע מושגים האט מען געדארפט צולייגען א נייעם רעליגיע פון 'קידוש ה'' און אלגעמיינע בילדונג כדי זיך צו ראטעווען פון די טונקעלקייט פון די אלע וואס נוצען די תורה פאר זיך.
דער תורה דארף נישט קיין הילף, הפך בה והפך בה דכולא בה.