יואליש האט געשריבן:הוא ב' טויב הוא ישראל מ. סופר?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
איינער ווייסט אפשר ווי מ׳קען עס קויפען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איש את רעהו האט געשריבן:@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.
איש את רעהו האט געשריבן:@מושב זקנים האט אריינגעשיקט צו הרב מ.פ די וועקער
די שטוב מענטשן זאגן אז מושב האט טעלעפאניש אויך זיך פארבינדן מיטן רב
די ארטיקעל איז די גענויע ווערטער מיט וואס מושב האט דא געגעבן גערעכט אז די וועקער איז משכיליש.
moshav zekeinim האט געשריבן:און וועגן דעם צינישן תגובה וועגן סושי, קענסט לאכן אבער עס איז דא א מקום צו קלערן אז סושי איז חוקות הגוי. יעדער תקופה האט זיך געהאט זיינע גדרים קעגן חוקות הגוי, אז מען זאל נישט אריין פאלן בזהמת הגוי און דאדורך פארלירן דעם אידישן ניצוץ.
ווען עבודה זרה איז געווען דאס וואס האט באדרויעט כלל ישראל זיי אריין צושלעפן בשיקיצי העמים, איז יעדער אביזריה דעבודה זרה געווען גאר הארב,
ווען די גריכישע חכמת יוונית האט באדרויעט צו פארשוועמען כלל ישראל בנבלי הגוים און אויסצורייסן דעם איידעלן אידישן פינק האט מען געלייגט דגוש קעגן אלעס וואס שמעקט מיט חכמת יוונית.
ווען ראציאנאליזם האט באדרויעט כלל ישראל איז געלייגט געווארן א דגוש קעגן ראציאנאליזם, אזויווי מען זעהט אז אפילו דעם רמב"ם'ס מורה נבוכים האבן גדולי פראווינציע פארברענט מחשד זה.
שפעטער ווען השכלה און מאדערנקייט און ציונות האבן באדרויט אויסצורייסן דעם אידישן שורש, האבן גדולי ישראל חושש געווען גאר שטארק.
היינט בעוונותינו הרבים איז יצרי דאמעריקא דאס וואס פארגרעבט און רייסט אויס דעם אידישן תוכן פון א איד, די אמעריקאנער פארגרעבטקייט און ליידיגקייט דאס נעמט דאך אוועק יעדער אידישער טעם פון אונז. די גאנצע אמעריקאנע לוקסוס בכלל און די פרעסעריי בפרט. אזעלעכע מאכלים ווי פרעינקפורטערס און פיצא כאטש זיי האבן זיך שוין פון לאנג אריין געריסן ביי אונז זענען זיי דאך ריכטיג פארגרעבטע מאכלים וואס פאסט פארן אמעריקאנעם שטרויזאק און פאסט גארנישט פארן אידישן מענטאליטעט.
אויך סושי איז א מאכל דירעקט ארויס פון די גויאישע אמערקאניזירטע פרעס מארקעטס, עפעס א טשייניזער מאכל אימפארטירט קיין אמעריקא להגדיל הפרעס. דער מאכל דערמאנט גויאישקייט, אמעריקאנישקייט און אומאיידלקייט, דער היפך פון א איד.
פארוואס דארף א היימיש אידיש קינד עסן אזעלעכע מאכלים וואס האט קיין אידישן טעם נישט, צו פעלט דען היימישע געשמאקע נארהאפטיגע מאכלים אז מען דארף אריין ברענגען די גויאישע מאכלים.
אמערקאניזם איז דער נסיון הדור, און סושי איז א חלק דערפון. איך וואלט געזאגט אז סושי איז א טייל פונעם היינטיגן חוקות הגוי.
קל וחומר האט געשריבן:ועוד, סאטמער רב'ס גאנצע אנטי ציונות סלאגען איז געווען 'וויבאלד ס' גרעניצט זיך מיט די י"ג עיקרים'.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט