בלאט 1 פון 1

הרב מ' פילאפ אינדארסירט די וועקער מיט זיין אייגנארטיגע שפראך

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 11:01 am
דורך שלום שטיסל
צווישן די פולע דעקונג וואס דער וועקער האט באקומען אין די לעצטע חודש, צווישן זיי די פארווערטס ליפא שמעלצער ועוד, שטרייכט ארויס די ספעציעלע יוניק דעקונג וואס דער וועקער האט באקומען אין די וועכענטליכע קאלום פון ב. טויב אין דער איד, צווישן זיינע וועכענטליכע פראזן פון אשר קרך מיט עמלק מאכט ער גאנץ קלאר וואס ער מיינט, ווי אויך דערקענט זיך א בקיאות אינעם וועקער מדאשקע לדאשקע.

צווישן אנדערע ווערט דארט שטארק ארום גערעדט איבעדעם וואס אינעם פאריגן וועקער איז געשטאנען וועגן נאך שיטות הראשונים איבער די י"ג עיקרי אמונה, לויט הרב ב. טויב זענען די אנדערע שיטות הראשונים כפירה ממש.

אויך ווערט שטארק אונטערגעשטראכן וואס רבי מנשה פילאפף שרייבט דארט אז פון לייקענען די י"ג עיקרים קען מען צוקומען צו ציונות.