מחאה אדירה: "שיימעס" וואלגערן זיך אין די גאסן! (וועקער 7)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

מחאה אדירה: "שיימעס" וואלגערן זיך אין די גאסן! (וועקער 7)

שליחה דורך ארי נוהם »

[center]מחאה אדירה: "שיימעס" וואלגערן זיך אין די גאסן![/center]
[center]קארעספאדאנט: ר' אריה ברומער.[/center]

טייערע אידן, לא עת לחשות! מיר דארפן ארויסקומען בקול צעקה קעגן די שרעקליכע בזיון הקודש וואס קומט פאר שוין די לעצטע יאר צייט, וואס לא פחות ולא יותר קומט פאר א סיסטעמאטישע בזיון פון "שמות", וואס אנטהאלטן אין זיך דברי תורה, אין זיי וואלגערן זיך אין די גאסן.

איך האב דאס באמערקט א לאנגע צייט צוריק, ווען גייענדיג אין גאס האב איך געזען ווי א שטיקל שמות פליעט פארביי, איך האב דאס ניטאמאל געקענט דעריאגן, אבער א שטיק צייט שפעטער האב איך נאכאמאל געזען די זעלבע שמות, און איך האב אנגעהויבן חושד זיין אז יש דברים בגו.

נאך א קורצע אויספארשונג, האט זיך די זאך ארויסגעשטעלט במלוא כיעורה: די "שמות" נישט נאר וואס זיי וואלגערן זיך אין די גאסן, נאר זיי קומען אן אין טריפה'נע גוי'אישע געגנטער וואס קענען מעגליך אריינגיין אין די גדר פון מקום פריצותא, וואס האבן א דין ווי א מקום טינופת וואו מ'טאר נישט ארויסזאגן קיין דבר שבקדושה, און דא איז עמטליך דא "שמות" אין אזעלכע פלעצער. שומו שמים!


איך טראכט צו מיר: דא גייען הונדערטער וואלונטירן און קריכן אין די גוי'אישע לענדפיעלדס, זוכן א פאר תפילין וואס איז פארלוירן געגאנגען, כאטשיג ס'איז כמעט נישטא קיין שאנס עס צו טרעפן [און מ'האט עס טאקע נישט געטראפן], און דא גייען פארביי טעג און וואכן וואס עס קומט פאר אזא שרעקליכע בזיון הקודש, ואין פוצה פה ומצפצף!!!

נאך א שטיקל דיטעקטיווער ארבעט, בין איך געוואויר געווארן יד מי היתה במעל הזה. טראצדעם וואס איך ווייס דער נאמען פונעם מענטש וואס איז שולדיג, בין איך חס אויף זיין כבוד און איך זאג נישט קלאר ווער דאס איז, הגם מ'וועט ממילא כאפן ברמיזה ווער דער חברה'מאן איז. אזויפיל דארף מען יא ארויסברענגען, אז עס איז קלאר געטון געווארן במזיד ל"ע, און ווי אייביג איז עס א פארשוין וואס איז גרייט זיך צו פארקויפן פאר אפאר דאלער, זיך נישט רעכענענדיג מיטן פאקט אז ער איז עתיד ליתן את הדין דערפאר.

איך האב פרובירט צו רעדן מיט יענעם, פרעגן וואס איז פשט פון אזא שרעקליכער עוולה, אבער יענער האט גאר אנגעשטעלט א פנים ווי א תם, זאגנדיג אז ער טוט אויף לשם שמים! דהיינו, לויט זיין קאמפליצירטע חשבון קומט עפעס ארויס א תועלת אז מענטשן קענען זען די דבר שבקדושה ווען עס וואלגערט זיך אויפן גאס, און אזוי קען עס זיי מעורר זיין פאר תורה און אידישקייט...

ווען די חכמים האבן געזאגט אז מ'קען מטהר זיין את השרץ בק"ן טעמים, האבן אפילו זיי אין זייער וואוסטן חלום נישט גע'דמיונ'ט וואו ווייט מענטשן טרויען זיך צו גיין! דאס איז אבסורד, אבער יענער קוקט מיך גאר אן ווי דער שגץ: "דו פארשטייסט נישט אליינס אז אזוי זעען אידן אביסל תורה?!".

אומגלויבליך, אבער דאך א פאקט!


ווער עס גלייבט מיר נישט, און האלט אז איך מאך אויף מעשיות, איז עס א סימן אז ער וואוינט נישט אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג, און אויך אז ער קומט כמעט נישט אויף קיין וויזיט אין איינע פון די צוויי אידישע געגענטער, ווייל יעדער איינציגער מענטש וואס וואוינט אין ב"פ אדער וומסב"ג וועט זיין עדות צום אומגלויבליכן ערשיינונג פון בזיון התורה אויפן העכסטן פארנעם.

איך פארשטיי וואס איר טראכט יעצט: "דער איז אינגאנצן פארריקט, איך וואוין שוין פאר דרייסיג יאר אין וויליאמסבורג עיר המחאות, איך האב נאך אזאנס נישט געזען, און בטוח אני באלה המוחים אשר בעיר, אז זיי וואלטן נישט אדורכגעלאזט קיין שאנס צו מוחה זיין קעגן א נייע פירצה בחומת הדת".

אלזא, די דזשאוק איז אויף אייך, ווייל איר זעט דעם סיסטעמאטישן בזיון דברי תורה אויף א טאג-טעגליכן אופן, איר ווייסט אויך קלאר אז דאס קומט אן אין מבואות המטונפים לויט טייל פוסקים, און איר טראכט אפילו נישט אז דאס איז א בזיון הקודש.

יא יא, איך רעד פון די טרויעריג-באקאנטע, גרויזאם בארימטע, אלט-צוזעצטע, "בארא פארק-וויליאמסבורג באסעס".


שוין איבער א יאר צייט, וואס די ווענט אירע ווערן פארשמירט מיט סלאגאנען וועגן "אמן", "ברכות", און "אמן יהא שמיה רבא". דאס איז זייער זיס און שיין, בעיקר פיל שענער ווי די אלטע ווענט פאררויכערט שמוציג און נאכגעלאזט, ווי די טראנספארטאציע קאמפאני איז טרויעריג בארימט פאר די לעצטע יובל שנים.

אבער ווייניג וואס האבן אויפגעכאפט, אז אפטמאל כאפן זיך אריין געהעריגע דברי תורה אויף די דרויסנדיגע באסעס ווענט, א שטייגער ווי "כל העונה אמן יהא שמיה רבא, מקרעין לו גזר דינו של שבעים שנה", און ענליכעס. די מאמרי חז"ל זענען דברים שבקדושה, און וואלגערן זיך אויף די גאסן.

ניין, נישט נאר די גאסן פון ב"פ און וומסב"ג, נאר אויך די גאסן "אינצווישן". גוים דרייען זיך דארטן, צווישן זיי אויסגעלאסענע שיקסעס, וואס מ'טאר נישט זאגן קיין דברי תורה נעבן זיי, און האבן א דין ווי "מבואות המטונפות", און דא דרייט זיך ארום א באס מיט דברי תורה אנגעפירקלט אויף איר, און עס איז ווי איינער זאל זיך ארומדרייען מיט א ס"ת נעבן א פריצות'דיגע שיקסע, ה"י!


ווען מיר ווילן אז אזא פירצה זאל זיך אפשטעלן, וועט דער מאן דהו געוויס אנשטעלן א פנים ווי א תם, זאגנדיג אז ער וויל אונז מהנה זיין מיט דברי תורה, און אונז צוברענגען צו זאגן אמן מיט כוונה, אבער מיר ווייסן שוין אז פון שלעכטס קומט נישט ארויס קיין גוטס, און די סטרא אחרא וועט אוודאי מיטקומען, און חוץ מזה איז עס א מצוה הבאה בעבירה.

אלע געבעטן פאלן אויף טויבע אויערן, וחזקה אויפן בעה"ב פון די באס קאמפאני אז ער האט טויבע אויערן צו בקשות פונעם ציבור.

דערפאר איז העכסט צייט ארויסצוקומען בריש גלי, מוחה זיין בריש חוצות קעגן דעם שוידערליכן בזיון הקודש, קעגן דעם וואס דברי תורה דרייען זיך טאג טעגליך במבואות המטונפות, און קעגן דעם וואס אזא שרעקליכע זאך קען פארקומען לעין השמש, און ברענגט זיכער א שרעקליכער חרון אף רח"ל.

מי לה' אלי!


ובשכר זאת, מי יודע?, אפשר, אפשר וועלן מיר שוין זוכה זיין צו זען א נארמאלע באס פאר די אויגן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר