דער קאלירטער חסיד (וועקער 7)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

דער קאלירטער חסיד (וועקער 7)

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מיין חסיד'ישער העמד ווייס
מיין הארץ אבער פיל מיט קאליר
מיין הויזן שווארץ
אבער פילפארביג איך שפיר

מיין בעקיטשע פון זייד
א יארמולקע שיהא מורא
די גארטל קונצלעך גענייט
אבער איך פון גאר אנדערע סחורה

מיין הוט פון ביבער פעהל
א שטריימעל פון סויבל עקן
ווי א קעניג מיין געשטעל
נישט דא וואו זיך פארשטעקן

מיינע פיאות געדרייט
מיין קאפ אבער גראד
די טלית קטן אויסגעשפרייט
זייער גרויס מיין בארד

דער טלית צום באהאלטן
פון די וועלט אנטלויפן
די הארץ צומאל א קאלטן
מ'קען ווערן פארפרוירן

שיינע האלבע שיך
די עבודה גארנישט גאנץ
די זאקן ביזן דיכט
א נאכמאך טאנץ

צו סליחות אלע לויפן
מיט יראה און מורא
אין הארץ איך טו זיך פרייען
אהבה איז מיין תורה

אתרוג אן פלעק געטראפן
די לולב פארמאכט
די קאפ אבער אפן
די רינגלעך אפגעשוואכט

שמחת תורה אויף איין פלאץ
דער צדיק אינדערמיט
איך גאר צובראכן אין הארץ
א רקידה'לע עס ציהט

פון רבי'ן נאר א שטראל
בטל צום גרויסן ליכט
איך אבער אן אינדעווידואל
בשבילי נברא, איך האב געוויכט

'אחד' היה אברהם איך בענק
אן אינדווידואל ווערן
גוי 'אחד' בארץ איך דענק
ה' 'אחד' טיף דערהערן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר