בלאט 1 פון 1

דער נחשון - הרב בצלאל כהן, וועקער 8

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 03, 2017 11:42 pm
דורך ראובן
דער אינטערוויו מיט הג"ר בצלאל כהן איז מלא וגדוש מיט אריגינעל געדאנקען און טיפע באטראכטונגען. הרב כהנ'ס בליק איז גאר אינטערעסאנט אויף אזעלכע טאפיקס ווי חרדיזם, דעת תורה, חינוך, לימוד התורה, און נאך א סך.

בעיקר איז א גאר שטארקע אינספיראציע צו הערן פון א מענטש וואס טוט "למעשה". אנשטאט וויינען און קרעכצן האט ער ארויפגעקאטשעט די ארבל, און ער טוט! און דאס אלעס טראץ די רדיפות און טעראר.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 1:08 pm
דורך איש את רעהו
וויפיל חתונה געהאטע משפחות איז שוין פון זיין ישיבה פארהאן?
איז שוין דא א בערך'דיגע בליק וויאזוי זיינע תלמידים וואקסן ?

הודעהפורסם: מאנטאג אפריל 24, 2017 11:39 pm
דורך ראובן
פאשקעווילן קעגן הרב כהן.

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:13 am
דורך איש את רעהו
אין נ.י. וויל עמיצער אויף שנת תשע"ח עפענען אזא סארט ישיבה.

Re: דער נחשון - הרב בצלאל כהן, וועקער 8

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:48 am
דורך טרויבן88
ראובן האט געשריבן:פאשקעווילן קעגן הרב כהן.

בילד

Re: דער נחשון - הרב בצלאל כהן, וועקער 8

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 25, 2017 6:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער שרייבט די פאשקעווילען? פוצען די צעהן איז די פראבלעם?!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג אפריל 25, 2017 7:29 am
דורך קאווע טרינקער
שטארק הנאה געהאט צו הערן כלי-ראשון פון הרב כהן איבער זיינע פעולות לטובה.
מיין הערה: ס'זעהט מיר אויס, ווי אויסער זיין שיטה אין "תורה ודרך ארץ" און אז חינוך דארף זיין realistic, אנגרייטען דעם בחור מיט תורה ועבודה. דאס כשלעצמה וואלט מן הסתם נישט אזוי אויפגערייצט סתם המון עם אקעגן אים.
אבער אויסער דעם האט רב כהן "שיטות" אין ענייני יהדות וואס זענען תלוי בהשקפה ואיכא מאן דפליג.
דאס וואס ער שרייבט בעניין בין אדם לחבירו, איך ווייס נישט וואספארא דירעקט שייכות ס'האט מיט די עצם concept פון א חכמי לב ישיבה, אבער ס'נישט קיין חידוש אז אנדערע זאלן דערשפירן דא אז דא מאכט זיך את פרישע משכיל...
אין אנדערע ווערטער, ס'קוקט מיר אויס, אז די התנגדות איז נישט בלויז פארן מייסד זיין א ישיבה וואס לצד לימודי קודש לערענט מען quickbooks און די בחורים שפילן ball.

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 26, 2019 11:36 am
דורך כלבאשבוע
ר׳ בצלאל פארלאזט די ישיבה חכמי לב, הרב האכמאן גייט איבערנעמן

Re: דער נחשון - הרב בצלאל כהן, וועקער 8

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 24, 2019 11:40 pm
דורך חוקר ודורש
רבי בצלאל איז כסדר מהנה דעם ציבור אויף פעיסבאק ,דאס איז זיין לעצטע פאוסט.

IMG_4524.jpg


דאס וואס ער שרייבט וועגן דעם הספד פון קפלן אויף הרצל איז שוין געווען געשריבן אין די וועקער נאמבער 9, אינעם הערליכן ארטיקל אויף הרב אברהם אליהו קפלן ז״ל.


Sent from my iPhone using Tapatalk

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 25, 2019 1:04 am
דורך ריכטיג
למעשה בין איך חולק אויף ר' בצלאל, אין אלגעמיין גילט לדעתי דעם כלל פון בנין נערים סתירה, הרב קאפלאן איז געווען א זעלטענע אויסנאם. הערצל איז געווען געלונגען מיט איין נקודה, נעמליך ער האט מצליח געווען אויפצוברענגען א טעאריע וואס האט געשאפן א באוועגונג. אויסער דעם איז ער געווען אן אומגעלונגענע מענטש, זיין דמיון פון אלטנוילאנד איז געבליבן א דמיון, און אפילו זיינע רעאליסטישע פארשלאגן אין באזעל וכו' זענען כמעט גארנישט געווארן. איך זעה בכלל נישט אז ער זאל ווערד זיין דעם טיטל "מנהיג".