די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:28 pm

כ'וועל אנהויבן ווי א פראמינענטער בעל דרשן שוין מקדמת דנא, איינער וואס שטעלט זיך אויף זאגן אז ער איז עכט נישט קיין בעל דרשן, זיין טאטע איז אויך נישט געווען, שוין דורי דורות וואס זיין משפחה זענען נישט קיין עכטע בעלי דרשנים, אבער פארט בעט מען זיי זאלן דרשנ'ן ווען מ'מוז האבן איינער זאל רעדן ווען מ'קייט די טשיקען, גרין בינס, און מעשט פאטעטעס ביים שבע ברכות, כדי ס'זאל הייסן א שיינע שבע ברכות. הייבן זיי אלע אן מיט א "פותחין בכבוד האכסניא," צומאל איז דער אכסניא דער טאטע, אמאל דער זיידע, ווענדט זיך וועם מ'דארף לעקן אויפן מינוט, און טאמער איז ער געפערליך אויפגעקלערט קען אמאל די כבוד אכסניא ארייננעמען ביידע עלטערן, די וואס געפינט זיך אויפן אנדערן זייט מחיצה אויך. איז פותחין בכבוד דער וועקער, און איר מייסטער רעדאקטאר @ראובן. ער האט אהערגעשטעלט א נומבער וואס שטעלט אין שאטן אלע פריערדיגע נומבערס, כ'האב מיך באלעקט מיט יעדעס ארטיקל עקסטער. מיט מיין אייגענע ארטיקל האט ער געמאכט אזא שיינעם דזשאב, עטס וויסט דאך ווי אזוי איך שרייב, אביסל צומישט, נישט מסודר, און ער האט געמאכט סדר דערפון, כ'האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען מיין ארטיקל דעם יום טוב, ער האט געמאכט א מענטש דערפון, און די קרעדיט קומט זיך פאר די וועקער שטאב, רעדאקטארס, עדיטורס, גראפיקער, און מיטהעלפער.

כ'קען באשטיין צו הערן פידבעק פונעם עולם, וואס דער עולם זאגט דערויף. ווער ווייסט? אפשר וועט הרב טויבער אליינס וועלן צוריק ענטפערן?
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7401 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:35 pm

מיין פעיוועריט ארטיקל, בפרט אז איך האב שוין געהאט אנגעיאגט צוריק צוהערן פון ״הרב״ טויבער׳ס דרשה. :like
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך חצוצרות » מיטוואך אפריל 19, 2017 2:50 pm

פון וואס כ'האב דערווייל געליינט איז די נארמאלע אינטערנעט מערכה עלית על כולנה, א מאמר וואס פארווירקליכט דעם האמת עד לעצמו.
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:29 pm

אן קיין ספק דאס בעסטע ארטיקל אינעם וועקער. עס האט מיר גערינען שפייכעטץ ווי ג. פיש ציעט אראפ די הויזן פונעם בעל דרשן מיט Hard facts און שליידערט אים אראפ די שטיגן פון דמיונות.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1905 מאל

הודעהדורך ברוך בער » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:47 pm

דאס זעלבע דא, שטערקסטע ארטיקל ביי מיר. געשריבן הלכה למעשה ווייזט אויף דאס צביעות און פאלשקייט. הלואי דיסטריביוט איינער דעם ארטיקל אין די שוהלן וואס איז יעצט עקסלוסיוו גראונד פון די סיקריקן גרופעס למיניהן.

לעניות דעתי דארף דער ארטיקל אן אויסנאם מען מוז עס פאוסטן אנליין, זאל עס גיין וויירעל.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך אפריל 19, 2017 4:01 pm

כ'האב נאכנישט געליינט די גאנצע וועקער, אבער דערווייל איז דאס ביי מיר אויך די בעסטע ארטיקל. איך געדענק נאך א טאג נאכדעם ווי די באבוב-45'טער האבן גערעש'ט פון די גאנצע אסיפה, זיי האבן אנגעקוקט יעדער וואס האט א סמארטפון ווי די גרעסטע משוגענער. ס'האט אויסגעזען ווי הרב טויבער האט מען ספעציעל גערופן צו איבערצייגן געפילטע, און ער האט טאקע מצליח געווען פאר איין נאכט.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1418 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מיטוואך אפריל 19, 2017 4:26 pm

דער ארטיקל איז געווען דאס געשפרעך איבעראל ווי כבין געווען דעם יו״ט, אין מקוה, אין ביהמ״ד, ביי משפחה, דער עולם האט געקוואלן ווי שיין און פשוט דער וועקער צולייגט דעם טויבער אלץ גארנישט מער ווי א שעמלאזער מיסיאנער וואס איז אדיקטעד צו ברעינוואשן מוחות!

@געפילטע פיש האסט געמאכט א מעסטער דזשאב!
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 480
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 392 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 19, 2017 4:51 pm

כלבאשבוע האט געשריבן:דער ארטיקל איז געווען דאס געשפרעך איבעראל ווי כבין געווען דעם יו״ט, אין מקוה, אין ביהמ״ד, ביי משפחה, דער עולם האט געקוואלן ווי שיין און פשוט דער וועקער צולייגט דעם טויבער אלץ גארנישט מער ווי א שעמלאזער מיסיאנער וואס איז אדיקטעד צו ברעינוואשן מוחות!

@געפילטע פיש האסט געמאכט א מעסטער דזשאב!

אזוי? אפשר דארף איך גיין אין מקוה אפטער. :)


א שויעך אייך פאר אלע קאמפלימענטען, מיר איז אבער סאך מער געפאלן אסאך אנדערע ארטיקלען. בצלאל כהן איז א שטארקע זאך-על אף וואס ס'איז שווער איבערצושטייגן א מארק שפירא אינטערוויו, שפינאזע, קטלא, יואב, לעבאווישט, אונז קעגן זיי, דכרניא (ווי וואנט מאר, פרעד!), אלטער'ס ספרים סטאר, התנגדות אין חסידות, גאולה געדאנקען, חוה פויגל, תרתי דסתרי, אלע פיינע שטיקלעך איינס ביי איינס. אה, וויאזוי קען מען פארגעסן, מזל טוב אדמדם.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7401 מאל

Re: די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:02 pm

ווען איך האב דאס אנגעהויבען ליינען שבת נאכמיטאג אין בעט, האב איך געטראכט אז נאך צוויי זאצען וועל איך איינשלאפען. דערווייל, יענער נאכמיטאג בין איך נישט געשלאפען. איך האב עס דורכגעליינט און שפעטער פארציילט פאר יעדעם.

די טענות זענען צוטיילט אין דריי. די ערשטע, די סקול פון די קולט פון משוגעים איז א טענה שאין עליה תשובה, ווי אויך די טענה פון אטענטשען ספען.
די אנדערע טענות זענען נישט אזוי למעשה׳דיג. יא, טויבער איז א שקרן, אבער ווען אדיקטשען וואלט געווען א פראבלעם, איז זיין צביעות נישט קיין תירוץ. אזוי אויך לגבי שייכות צו קינדער. טאמער דאס איז א נושא, מאכט נישט אויס אז די שומרים קארטלעך זענען די זעלבע פראבלעם.

נאר אז טויבער איז אן ע"ה און א ליגענער איז באשטעטיגט הונדרעט פערצענט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8432
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7900 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:22 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אנדערע טענות זענען נישט אזוי למעשה׳דיג. יא, טויבער איז א שקרן, אבער ווען אדיקטשען וואלט געווען א פראבלעם, איז זיין צביעות נישט קיין תירוץ. אזוי אויך לגבי שייכות צו קינדער. טאמער דאס איז א נושא, מאכט נישט אויס אז די שומרים קארטלעך זענען די זעלבע פראבלעם.


גערעכט אז אין דעם הינזיכט האב איך אביסל געהארגעט דעם מעסענדזשער, אנשטאט מקבל זיין ממי שאמרה, אבער ס'איז מער פון דעם. נישט נאר איז זיין פלוצים'דיגע אינטערעסע אין די נאנטע קשר צווישן עלטערן און קינדער דעם עפיטאם פון היפאקריטסווע, נאר די גאנצע איידיע אז דאס איז א וויכטיגע זאך קומט נאר פון די אפענקייט צום ברייטערן וועלט, א זאך וואס די רבנים זענען לוחם דערגעגן מיט צאן און נעגל. אבער ביזט גערעכט. אפשר וואלט איך זיך געדארפט האלטן צו פראוועבעל טרוקענע פאקטן, און לאזן מיין סוביעקטיווע אפיניען פאר א צווייט מאל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7401 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אפריל 19, 2017 9:39 pm

א פערזענליכע דאנק אייך @געפילטע פיש פארן נעמען די מיה און אנטפלעקען די פאלשע פיש

בדידי הוי עובדא, איינע פון מיינע קינדער קומט מיר דערציילען אז זי וויל מאכען א קבלה מיט א חברטע נישט צו ליינען יודישע לייען מאטיריאל געדרוקט אויף ענגליש נאכ'ן נשפע ווערען דורך א דרשה פון נישט קיין אנדערער ווי דער מר"ה דעובדא און באוויסטער מחנך הרב טויבער.

קודם האב איך איר קאמפלימענטעד פארן וועלען מאכן א קבלה און דערנאך אבער ארויס געברענגט אז דעת תורה בכל המדינות געוען פונקט להיפך. גדולי ומנהיגי ישראל האבן אייביג געפאבלישט צייטונגען בין ביודיש בין בלע"ז ובין בכל לשון שהוא, דער אמרי אמת, סאטמערער רב, הגרש"ר הירש, וכו' וכו' בכל מקומות שהם האבן סאפלייד לייען מאטיריאל פאר יודען.

דערנאך האביך ארויס גענומען מיין טראמפ קארד.

די קלארע דעת תורה ארטיקעל פונ'ם וועקער וואס אנטדעקט די פארפוילטע עלעמענטען. איך האב געפרעגט מיין טאכטער צו דער טויבער האט אפשר געליינט וועגען די סקול אין סיליקאן וועלי אדער די סטאטיסטיקס פון עדיקשען אין צאינה ראינה?

ווי גוט האבן חז"ל געזאגט שוחט משום מאי מחייב, משום צובע, משום נטילת נשמה...

נאכאמאל, א דאנק פאר'ן געוואלדיגען ארטיקל!
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2797 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אפריל 19, 2017 10:04 pm

גאר א שיינע ארטיקל. פיין און טריקן. איך הער וואס ליטוואק זאגט. אבער איך האלט אז די האסט ריכטיג אויסגעוועלט. למעשה. הרב טויבער האט אפעלירט צו די געפילן. איר האט אפעלירט צו די לאגיק. יעצט דארף מען א העניך וואס זאל מאכן אן ארטיקל וואס אפעלירט צו פילינג'ס באזירט אויף אייער לאגיק.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1697
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 949 מאל

הודעהדורך בעל בעמיו » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:03 am

הרב פיש, דיין ארטיקל איז אייזן שטארק. ס'האט מיר פארשאפט אן עונג יו"ט. כה לחי.

די פרטי פרטים וואס די לייגסט אראפ איז געוואלדיג. אבער איך האלט אז דער כללית'דיגער נקודה מיט וואס מענטשן גייען אוועק פון דיין ארטיקל איז אז טויבער און זיינס גלייכן האלטן דעם עולם פאר גולם. טויבער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך אויפצושטעלן פאר אן עדה פון הונדערטער אידן און פארקויפן אפענע שקרים. דער רא"ש ברענגט א מאמר העולם אז הרוצה לשקר ירחיק עדיו. ווען איינער וויל זאגן א שקר וועט ער דאס נישט טאן ווען ער ווייסט אז ס'זענען דא מענטשן וואס קענען אויפווייזן זיין שקר. אז טויבער קען פארקויפן זיינע שקרים פאר א רבים, מיז זיין אז ער האלט אז קיינער דארטן וועט אים נישט אפפרעגן, אז קיינער וועט נישט גוגלען זיינע פאקטן, אז יעדער וועט אפקויפן דעם גאנצען טאץ גארביטש וואס ער פארקויפט. ווען טויבער האט ווען דאס מינדעסטע רעספעקט פאר'ן ציבור, וואלט ער זיך נישט געוואגט דאס צו טאן. "דאס" איז די נקודת הדברים וואס דיין ארטיקל דעקט אויף. און אויף דעם קומט זיך דיר א יישר כוח.
בעל בעמיו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך גלייב מיר » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:43 am

לגבי די טענה אז ער האט פארדריידט די פאקטן איבער די וואלדארף שולע, דאס איז נישט זיין שולד ער האט פשוט איבערגעליינט א שטיקל ניו יארק טיימס וואס דער שרייבער דארטן האט פארדריידט די פאקטן.
גלייב מיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:11 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 21, 2017 11:02 am

גלייב מיר האט געשריבן:לגבי די טענה אז ער האט פארדריידט די פאקטן איבער די וואלדארף שולע, דאס איז נישט זיין שולד ער האט פשוט איבערגעליינט א שטיקל ניו יארק טיימס וואס דער שרייבער דארטן האט פארדריידט די פאקטן.

נו, פאר דעם קומט זיך שוין פעטש פאר דעם ריכטעל. ס'דא גענוג פעטש צו טיילן פאר ביידן. אבער בנוסף צום טיימס ארטיקל לייגט טויבער צו א נופח שקרים משלו, ווי שוין געשריבן אין ארטיקל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7401 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג מאי 16, 2017 5:12 pm

לתועלת הענין ולבקשת הרבים וועל איך בקרוב ארויפשטעלן דעם וויכטיגן ארטיקל לחלקו ביעקב ולהפיצו בישראל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג מאי 22, 2017 10:54 am

איך האב געסערטשט אנליין איבער דעם סקול. און עס איז אמת אז די גרינדן פון די סקול האט צו טון מיט אמונות טפלות און ראסיזם. אבער די פאקטן אז זיי פארבאטן טעכנעלאגיע, שיינט צו זיין אביסל אנדערש וויאזוי @געפילטע פיש האט געשריבן.

לויט די וועבסייט פארבאטן זיי צו האבן אינטערנעט אפילו אינדערהיים, און בכלל נישט קיין צוטרירט צו אינערנעט ביז די 16. און עס זעט אויס אז די עלטערן וואס שיקן אהין ווילן אויך געניסן פון דעם אז קינדער זענען אויסגעשאלטערט פון טעכנעלאגיע אינגאנצן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1905 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג מאי 22, 2017 4:38 pm

דער ארטיקל וואס דו צייכנסט צו איז פונעם זעלבן שרייבער פונעם טיימס ארטיקל. אפשר איז עס גאר דער זעלבער ארטיקל. געפילטע האט שוין אנגעוויזן אז דער ארטיקל האט אומקראנטע אינפארמאציע.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג מאי 22, 2017 5:18 pm

אדאנק פארן אויסקלארן. עס וואלט געווען ראטזאם אז ג.פ. זאלן ציטירן די מקורות, אויף וואס ער האט געבויעט זיין ארטיקל.

בד"וו דער טיימס ארטיקל איז געשריבן דורך MATT RICHTEL, און דער גארדיען ארטיקל איז געשריבן דורך Matthew Jenkin. זעלבע שרייבער?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1905 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג מאי 22, 2017 5:24 pm

ביסט גערעכט. מיין טעות.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג מאי 22, 2017 5:28 pm

דער פולער ארטיקל, להפיץ בתפוצות ישראל להגדיל תורת אמת ולהאדירה.
בייגעלייגטע פיילס
Veker 8 - Berel Tauber.pdf
(1.68 MiB) אראפגעלאדנט 254 מאל
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג מאי 22, 2017 5:34 pm

קוק דעם יוטוב קליפ, וועסטו זען א שמועס מיט א סיליקען וואלי פאטער, און טיטשערס פונעם סקול. עס זעט זיך קלאר ארויס אז זיי זוכן אויסצומיידן די טעכנעלאגיע.

ג.פ. האט אראפגעשטעלט דעם סקול אלס ריין געצנדינעריי, וואס פארמאגט א הייפעלע סטודענטן, און טוען דאס בלויז צוליב ספירוטאלע אנשאוינגען אא"וו. לויט זיכעריי אויף גוגל האנדלט זיך עס פון א סקול וואס איז טאקע מבוסס אויף קרעפ, אבער פארמאגט א ריזן נעץ פון סקולס. און טעק עלטערן שיקן אהין דוקא אויסצומיידן דעם טעכנעלאגיע.

https://www.youtube.com/watch?v=fUxLKik3zNA

באמת דארפן מען אפטיילן Technology און Electronics. די שאלה איז פארוואס ווילן זיי אהין שיקן, איז דאס צוליב מ'זאל זיך נישט באנוצען מיט Electronics, נאר נוצן אלטע מעטאדן. אדער זוכן זיי אויסצומיידן דוקא דעם Technology.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1905 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג מאי 22, 2017 5:41 pm

קיינער לייקנט נישט אז די שולע האט א פראבלעם מיט טעכנאלאגיע, נאר ג. פיש טענה'ט אז מ'דארף דאס לייגן אין קאנטעקסט מיט זייערע אנדערע משוגעת'ן ווי געצנדינעריי און אנטי-וואקסיניזם, און אינעם קאנטעקסט פון וואס זיי טוען יא אין שולע אנשטאט טעכנאלאגיע, און דער פאקט אז ס'איז באמת א גאר קליינע שולע, און ווייט נישט א פלאץ וואו א סכום ניכר פון טעכנאלאגיע פירמע פירער שיקן זייערע קינדער. צו דעם קומט צו דער פאקט אז אפילו זיי פארשטייען אז עווענטועל דארף מען יא לערנען קאמפיוטערס און אינטערנעט מיט די קינדער, ווי זיי טוען טאקע אין שולע גופא.

און פארשטייט זיך אז דאס איז נאר איין פון טויבער'ס גוזמאות, שקרים און סתם אנשרעק-מיטלען אין זיין דרשה.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג מאי 22, 2017 6:04 pm

און דאס אז געציילטע טעכנעלאגיע פירער שיקן אהין איז דאס נאר צוליב דעם. זיי האבן פשוט נישט געפונען קיין אנדערע סקול וואס זאל דאס טון. דאס אז אפאר גרויסע טעק פירער שיקן אהין צוליב דעם, אט דאס איז סיבה צו זאגן אז זיי זוכן נישט קיין טעכנעלאגיע פאר זייערע קינדער. נאר דע חלק איז אינטערסאנט פון די גאנצע שמועס.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1599
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1905 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג מאי 22, 2017 6:25 pm

פרייוויליג האט געשריבן:איך האב געסערטשט אנליין איבער דעם סקול. און עס איז אמת אז די גרינדן פון די סקול האט צו טון מיט אמונות טפלות און ראסיזם. אבער די פאקטן אז זיי פארבאטן טעכנעלאגיע, שיינט צו זיין אביסל אנדערש וויאזוי @געפילטע פיש האט געשריבן.

לויט די וועבסייט פארבאטן זיי צו האבן אינטערנעט אפילו אינדערהיים, און בכלל נישט קיין צוטרירט צו אינערנעט ביז די 16. און עס זעט אויס אז די עלטערן וואס שיקן אהין ווילן אויך געניסן פון דעם אז קינדער זענען אויסגעשאלטערט פון טעכנעלאגיע אינגאנצן.


ליין איבער דעם גארדיען ארטיקל. די פאראגראף וואס דערמאנט וואס דו זאגסט, אז ביז זעכצן טארן זיי נישט האבן צוטריט צום אינטערנעט, אפילו אינדערהיים, רעדט וועגן א צווייטע שולע אין לאנדאן, די לאנדאן עקארן שולע.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7401 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט