פרייוויליג האט געשריבן:קוק דעם יוטוב קליפ, וועסטו זען א שמועס מיט א סיליקען וואלי פאטער, און טיטשערס פונעם סקול. עס זעט זיך קלאר ארויס אז זיי זוכן אויסצומיידן די טעכנעלאגיע.
ג.פ. האט אראפגעשטעלט דעם סקול אלס ריין געצנדינעריי, וואס פארמאגט א הייפעלע סטודענטן, און טוען דאס בלויז צוליב ספירוטאלע אנשאוינגען אא"וו.
איך האב געזאגט אז די גרינדער פונעם שולע האט געהאט אזעלכע שיטות, נישט אז עלטערן וואס שיקן היינט אהין גלייבן אין דעם. היינט האבן טאקע די שולעס א שייכות מיט די גלויבינגען בערך אזוי סאך ווי חסידישע חדרים האבן מיט חסידות. כמעט גארנישט.
פרייוויליג האט געשריבן:לויט זיכעריי אויף גוגל האנדלט זיך עס פון א סקול וואס איז טאקע מבוסס אויף קרעפ, אבער פארמאגט א ריזן נעץ פון סקולס. און טעק עלטערן שיקן אהין דוקא אויסצומיידן דעם טעכנעלאגיע.
טעק עלטערן? אז פון הונדערטער טויזענטער מענטשען אין טעק שיקן אפאר הונדערט עלטערן צו דעם סקול מיינט דאס אז "טעק עלטערן" שיקן אהין? אין סיליקאן וואלי בכלל זענען מסתמא איבער ניינציג פראצענט מענטשען וואס קענען זיך ערלויבן די טייערע שכר לימוד וואס זיי נעמען אין טעק. איז דאס אז זייער שולע באשטייט פון 75% טעק פאמיליעס בכלל נישט קיין חידוש.
פרייוויליג האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=fUxLKik3zNA
באמת דארפן מען אפטיילן Technology און Electronics. די שאלה איז פארוואס ווילן זיי אהין שיקן, איז דאס צוליב מ'זאל זיך נישט באנוצען מיט Electronics, נאר נוצן אלטע מעטאדן. אדער זוכן זיי אויסצומיידן דוקא דעם Technology.
גערעכט, ווי אויך דארף מען אריין נעמען אין חשבון די אנדערע מעגליכע אלטערנאטיווע מניעים וואס מאכט עלטערן אהין שיקן, ווי למשל וואקסינען.