די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

די "נארמאלע" אינטערנעט-מערכה - וועקער 8

שליחה דורך געפילטע פיש »

כ'וועל אנהויבן ווי א פראמינענטער בעל דרשן שוין מקדמת דנא, איינער וואס שטעלט זיך אויף זאגן אז ער איז עכט נישט קיין בעל דרשן, זיין טאטע איז אויך נישט געווען, שוין דורי דורות וואס זיין משפחה זענען נישט קיין עכטע בעלי דרשנים, אבער פארט בעט מען זיי זאלן דרשנ'ן ווען מ'מוז האבן איינער זאל רעדן ווען מ'קייט די טשיקען, גרין בינס, און מעשט פאטעטעס ביים שבע ברכות, כדי ס'זאל הייסן א שיינע שבע ברכות. הייבן זיי אלע אן מיט א "פותחין בכבוד האכסניא," צומאל איז דער אכסניא דער טאטע, אמאל דער זיידע, ווענדט זיך וועם מ'דארף לעקן אויפן מינוט, און טאמער איז ער געפערליך אויפגעקלערט קען אמאל די כבוד אכסניא ארייננעמען ביידע עלטערן, די וואס געפינט זיך אויפן אנדערן זייט מחיצה אויך. איז פותחין בכבוד דער וועקער, און איר מייסטער רעדאקטאר [tag]אבטולמוס[/tag]. ער האט אהערגעשטעלט א נומבער וואס שטעלט אין שאטן אלע פריערדיגע נומבערס, כ'האב מיך באלעקט מיט יעדעס ארטיקל עקסטער. מיט מיין אייגענע ארטיקל האט ער געמאכט אזא שיינעם דזשאב, עטס וויסט דאך ווי אזוי איך שרייב, אביסל צומישט, נישט מסודר, און ער האט געמאכט סדר דערפון, כ'האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען מיין ארטיקל דעם יום טוב, ער האט געמאכט א מענטש דערפון, און די קרעדיט קומט זיך פאר די וועקער שטאב, רעדאקטארס, עדיטורס, גראפיקער, און מיטהעלפער.

כ'קען באשטיין צו הערן פידבעק פונעם עולם, וואס דער עולם זאגט דערויף. ווער ווייסט? אפשר וועט הרב טויבער אליינס וועלן צוריק ענטפערן?

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר