ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער 8)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער 8)

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דינסטאג אפריל 25, 2017 9:25 pm

אין א המשך צו @ראובן'נס ארטיקל אינעם פאריגן וועקער, איבער דער ספרים געשעפט פון הגה"צ יצחק מאיר אלטער הי"ד איידעם פונעם אמרי אמת מגור, ווי מען האט אנגעבליך פארקויפט דארט ספרי השכלה ציטירנדיג פון אן אנאנס פון דער אידישער ליכט

האב איך אין דעם פרישן וועקער פילפאכיג פארברייטערט דעם שמועס מיט אונטערעסאנטע אנעקדאטן איבער דער גערער הויף בכלל אין איבער דער ניו יארקער ספרים געשעפט בפרט, זייענדיג מחדש פרישע פרטים וואס באלייכטן די מיסטעריע.

ווער עס האט הנאה געהאט און האט וואס צו צולייגן איז מכובד. אויב האסטו סיי וואספארא הערות, קאמענטארן, קאנסטראקטיווע קריטיק שרייבט עס דא.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1924 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3693 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:26 am

נאר מעורר זיין, א שותף אין די געשעפט איז געווען הרב לייב ריינמאן. ער איז דער פאטער פון הרב יעקב יוסף ריינמאן (אבנר גולד) שליט"א וואס זיין בילד איז געווען אין דער פה סח 2 פון פאראיאר׳ן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7088 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:23 pm

יאפ, כ'האב אים דערמאנט אינעם ארטיקל. לייביש איז געווען מער דער תורה'דיגער רוח אינעם געשעפט זייענדיג א שיינער יודע (ומחבר) ספר.

ריינמאן האט קודם געהאט זיין אייגענער ספרים געשעפט ביז ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט די גאלדמאנס.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1924 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3693 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 1:41 pm

אן אייניקעל פון ראדאמישלא רב געווען. זיין זוהן זאגט מיר אז צו ביזנעס האט ער פארשטאנען א קאדאכעס, אבער ספרים האט ער געקענט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7088 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:29 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אייניקעל פון ראדאמישלא רב געווען. זיין זוהן זאגט מיר אז צו ביזנעס האט ער פארשטאנען א קאדאכעס, אבער ספרים האט ער געקענט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די ספר שופרא דשטרא דאכצעך איז אויך פון דע משפחה. נכון?
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1646
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2278 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:33 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ווער עס האט הנאה געהאט און האט וואס צו צולייגן איז מכובד. אויב האסטו סיי וואספארא הערות, קאמענטארן, קאנסטראקטיווע קריטיק שרייבט עס דא.


ולו דומי' תהילה. שטארק הנאה געהאט און מער ווי קאמפלימענטס אויף די אריגענעלקייט פון די ארטיקל, די גרינטליכע ריסערטש, און גאר אינטערסאנטע פאקטן קען איך נישט זאגן !!
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1646
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2278 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:42 pm

וואלווי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אייניקעל פון ראדאמישלא רב געווען. זיין זוהן זאגט מיר אז צו ביזנעס האט ער פארשטאנען א קאדאכעס, אבער ספרים האט ער געקענט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די ספר שופרא דשטרא דאכצעך איז אויך פון דע משפחה. נכון?

פון דער זוהן וואס איך האב דערמאנט, הרב יעקב יוסף. ער האלט אין מיטען שרייבען שופרא דקניינא, שופרא דשיעבודא, שופרא דסהדותא און נאך. איינער איז שוין ביים דרוקער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7088 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אפריל 26, 2017 4:51 pm

ער'ז דער זעלבער וואס האט ארויסגעגבן די בוק פון די אימעיל קאנווערסעשאן'ס מיט דער רעפארם רב?

געראדע נישט עפעס א מעכטיגע בוק, ס'גייט אהין און צירוק א גאנצע צייט מר כדאית ליה וכו'
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1646
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2278 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 5:27 pm

יא, דאס איז געווען די טענה אויף איהם. ער ווייזט ניטאמאל אויף אז ארטאדאקסיא איז אויסגעהאלטען.

ער האט א ספר עה"ת אביר יוסף וואס ער באציט זיך צום מעשה אין די הקדמה. ער איז א חבר\חברותא מיט ר׳ מתתיהו סלומון און זיין שונאים האבען אויסגענוצט די געלעגענהייט צו קלאפען ר׳ מתתיהו.

ער פלעגט שרייבען ביכער אויף ענגליש פאר יונגע ליינערס אונטער׳ן נאמען אבנר גולד. ער האט ממציא געווען א גזע פון רבנים פון א שטאט ׳פוליטשעוו׳ אין אוקריינה אין דער זיבענצדיגע יארהונדרעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7088 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך אפריל 26, 2017 7:21 pm

די 'פאליטשאווער גאלדענע קייט' איז געווען א פארזעצונג וואס איז געלאפן אין די באלייכטונגען יארן צוריק.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 7:33 pm

דעת תורה האט געשריבן:די 'פאליטשאווער גאלדענע קייט' איז געווען א פארזעצונג וואס איז געלאפן אין די באלייכטונגען יארן צוריק.

אויף אידיש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7088 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך דעת תורה » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:43 pm

יא
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 26, 2017 11:23 pm

איך האב זיי געליינט אויף ענגליש אלס אינגעל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7088 מאל

הודעהדורך חצוצרות » פרייטאג אפריל 28, 2017 5:33 pm

זייער אן אינטערסאנט שטיקל היסטאריע ווי רבישע קינדער, און פילע גרויסע רביס אליין האבן זיך נישט אנגעלייגט אויפ'ן ציבור נאר פארקערט, זיך געזוכט אליין צו מפרנס זיין און זאגאר קענען צוגעבן צום ציבור.
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג מאי 08, 2017 11:28 pm

את חטאי אני מזכיר אז איך האב נאכנישט געליינט דער "וועקער" גליון 8. ואם כבר נתבאר זה שמה נא להתעלם ממנה.

מכתוב מה'אמרי אמת' לחתנו הרב י"מ לעווין זצ"ל. מתוך ספר ליקוטי יהודה, לפרשת קדושים.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20170508_232359-1074x1630.jpg
IMG_20170508_232430.jpg
באניצער אוואטאר
יין שרף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 3691 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2264 מאל

Re: ווען דער 'גערער הויף' האט פארקויפט מחקר והשכלה (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 09, 2017 6:25 am

גם אין הקיבה מעכלת בשוה [THUMBS UP SIGN][THUMBS UP SIGN][THUMBS UP SIGN]

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7487
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7088 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג יוני 12, 2017 12:28 am

אין דער בלאט פארגאנגענער וואך פרשת נשא איז געווען באשריבן די אוצר הספרים געשעפט פון גאלדמאן.

ווער עס קען דאס אריינסקענען אדער מיר שוקן פריוואט, תבוא עליו ברכה.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1924 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3693 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג יוני 13, 2017 1:53 am

געווען זייער טריקען, חוץ פון די טייטעל און די געדאנק פון די ארטיקל, האבען זיי גארנישט געשריבן וואס איז געשטאנען אין וועקער.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1646
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2278 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דינסטאג יוני 13, 2017 11:43 am

ווער איז דער "הרב מא'..." וואס דער אמרי אמת דערמאנט אינעם בריוו?
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

האבן די איידעמער פונעם "אמרי אמת" פארקויפט ספרי השכלה?

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מיטוואך יאנואר 24, 2018 11:45 pm

אין דער סעריע פון:
בימים ההם
דאס געדרוקטע ווארט פון אמאל

האבן די איידעמער פונעם "אמרי אמת"
פארקויפט ספרי השכלה?

איך האב גאר שטארק הנאה געהאט צו ליינען דעם ארטיקל וועגן הרב יצחק מאיר אלטער ז"ל (דער וועקער, נומער 7) אין דער "בימים ההם" סעריע. ס'איז צום באוואונדערן ווי פון א קליינעם אנאנס האט דער שרייבער, @ראובן, צוזאמגעשטעלט דעם רייכן ארטיקל.

אנקוקנדיג דעם אנאנס אז עס ווערן פארקויפט 'ספרי חקירה' און 'ספרי השכלה' אין דעם אלטער ספרים געשעפט, בין איך בכלל נישט געווארן אנציקט. ווייל דאס קען ווערן אפגעטייטשט אלס אזוינע פארעווע ביכער ווי מאטעמאטיק און דאס גלייכן. פון מיינע ידיעות פון אידן וואס פלעגן איינקויפן אינעם געשעפט אין די זעכציגער יארן, האב איך געוואוסט אז דער געשעפט האט דעמאלט קיין 'ספרי השכלה' נישט פארקויפט.

אבער גרובלענדיג עטוואס טיפער און נאשנדיג עטוואס מער, שטעלט זיך ארויס אז אין די פריע יארן פון דעם געשעפט איז יא פארקויפט געווארן ספרי השכלה - און כ'קען באשטעטיגן ראובנ'ס השערות, און נאך שטערקער פון דעם!

ר' יצחק מאיר אלטער'ס ספרים געשעפט איז גאר געווען דער גערער רבי'נס ספרים געשעפט, ווי ראובן האט דערמאנט א השערה, און נישט שמחה מרדכי גאלדמאנ'ס געשעפט. און צווייטנס, אין זיין געשעפט האט מען יא פארקויפט ביכער פאר רבנים און משכילים בענעזאם!

אז א רבי'שער נאמען זאל פיגורירן איבער א געשעפט איז גאנץ מאדנע און אויפפאלנד. עס איז אבער אנדערש ווען מען קוקט מיט פוילישע, בפרט מיט גערער, ברילן. אין דער גערער משפחה, איז יעדער איינער געווען אין ביזנעס, חוץ איין קינד פונעם אמרי אמת. דער אמרי אמת אליין ביזן ווערן רבי איז געווען אין ביזנעס מיט זיין ברודער רבי משה בצלאל, ווי זיי האבן געהאנדלט מיט פארקויפן רעגירונג באנדס פאר פוילישע גוים. אזוי אויך אלע זיינע קינדער זענען געווען סוחרים.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז געוויסע גערער גבירים, ישעיה פריוואס און יואל וואגמייסטער, א שטייגער, האבן פרובירט משכנע זיין דעם רבי'ן אז ס'איז נישט פאר זיין כבוד צו ארבעטן, און אז זיי וועלן אים שטיצן; האט דער אמרי אמת געענטפערט: "ווייל אונז זעמיר רבי'שע קינדער דארפן אונז אנקומען צו מתנת בשר ודם?" און "אז איר וועט מיר נישט לאזן האבן קיין נארמאלער מכובד'דיגער פרנסה וועל איך מיר מוזן נעמען א פראסטערע פרנסה." יא, דאס איז געווען דער מהלך אין גער אין הלכת בנש"ק, און דער בליק אויף מתנת בשר ודם.

צוריק צום ענין. נאכן איבער נעמען די ראביסטעווע פון מלכות גער איז דער אמרי אמת שוין נישט געווען אליין דירעקט פארמישט אין די געשעפטן, אבער ער איז נאך ווייטער געבליבן א שותף, און אזוי אויך געעפענט פרישע ביזנעסער, לאזנדיג די טעכנישע פרטים פאר אנדערע צו ערלעדיגן. איי, צו וואס האט ער געדארפט די געלטער, ער האט דאך געהאט פדיונות? דער הסבר איז אזוי, דער גערער רבי האט פארמאגט אן אימפעריע וואס האט זיך געקענט פארמעסטן מיט קליינע מלוכות! צענדליגער גבאים, יועצים, שטיבלעך אין די הונדערטער, אייניקלעך, רבנים, פאליטיקער, שליחים, מו"צים, טיש זיצערס, עסקנים, קנאקערס, וואס מען האט זיי געדארפט מלביש ומאכיל זיין. דאס האט געקאסט א מאיאנטעק, פדיונות געלט האט דער רבי נישט גענומען בשיטה. האט דער אמרי אמת געמוזט ברענגען געלט דורך ביזנעס.

דער אמרי אמת איז געווארן א שותף מיט עטליכע רייכע אידן אין דער האלץ אינדוסטריע, צווישן זיי ר' יוסל קאץ א מחותן מיטן גערן הויף. ריזיגע קוואנטומען האלץ פון די וואהלינער וועלדער האט מען אימפארטירט קיין דייטשלאנד און ענגלאנד, און די רווחים זענען געפלאסן ווי געוואונטשן. דערנאך האט דער רבי געעפענט א ספרים געשעפט אין ווארשא מיטן נאמען "אלטער'ס ספרים געשעפט". אויפן ספרים געשעפט איז געווארן באאויפטראגט דעם רבינ'ס באליבטער איידעם הרב יצחק מאיר אלטער. ר' יצחק מאיר וואס איז געליגן ראשו ורבו אין ספרים, אטעמענדיג ספרים יעדער רגע אליינס פארמאגנדיג א בית הדפוס, איז ווי פארשטענדליך געווען דער פאסיגסטער קאנדידאט צו פירן די ספרים פארקויפעכץ - וואס האט געברענגט פרישע רווחים פאר דער גערער מלוכה.

צייט איז פארביי, פונעם גערער הויף איז באשלאסן געווארן אז מען גייט אנהייבן עקספארטירן ספרים קיין אמעריקע, און אזוי דאפלען די רווחים פון די ספרים.

אומר ועושה. ר' יצחק מאיר אלטער האט זיך ארויפגעשארט די ארבל און   האט אנפאנג 1920 געעפענט א ספרים-געשעפט - וואס זאל דינען אלס א פליגל אויפן אמעריקאנער קאנטינענט -  אויף 110 סאפאלק סטריט.

downloadfile-18.jpeg

הסוחר ר' יצחק מאיר אלטער אלס יונגערמאן.


ר' יצחק מאיר, פון דער אנדערער זייט אטלאנטיק, האט אויפגענומען זעליג קעללער, א היימיש אידל פון 146 קיעפ סטריט אין וויליאמסבורג, זאל פירן דעם געשעפט אין אמעריקע. קורצליך דערנאך האט אים צבי זאב סיגעל איבערגענומען. דער וועלוול סיגעל איז געווען א שיין באלבאטיש אידל, א גערער חסיד, וואס האט געדינט אלס פרעזידענט פונעם גערער רעליעף קאמיטע.

און  צוגאב פון סיגעל'ס פאזיציע אלס מענעדזשער פונעם געשעפט, איז געווארן אויפגענומען אן ארבעטער, א יונגערמאנטשיק גאר, שמחה מרדכי גאלדמאן, וואס זאל זיין דער מענעדזשער און באדינען די קאסטומערס אינעם געשעפט.

ביידע, מר. סיגעל און שמחה גאלדמאן, זענען געווען פון די גרינדערס פונעם גערער שטיבל אויף איסט בראדוועי. דער אייגענטומער מיט אלע ארבעטער זענען געווען גערער חסידים. זעט אויס אז דער געשעפט האט  געדינט אלס א קליינע גערער באזע אין ניו יארק.

downloadfile-19.jpeg

דער גערער רעליעף האט זיך געפירט פון אלטער בוק סטאר.


מיט די פרישע רווחים פונעם ניו יארקער געשעפט, און נאך רווחים פון עטליכע דירות וואס מ'האט איינגעהאנדלט אין ירושלים, איז געלט געפלאסן אינעם גערער הויף בגדול. מיט אזא אימפעריע און אזויפיל רווחים, שטימט שוין דער טיטל "ראקעפעלער פון פוילן" מיט וואס דער אמרי אמת איז אפט  באצייכנט געווארן!

פון גערער הויף אין שפיץ פון ר' יצחק מאיר אלטער, האט מען אנגעהויבן שיקן קאנטעינערס פול מיט ספרים קיין אמעריקע. א גרויס טייל פון די ספרים זענען געווען יקרי ערך, זעלטענע אומבאקאנטע ספרים, ספרים וואס זענען געקומען פון גערער רבי'ן אליין! די צאל ספרים וואס מען האט אהער געליפערט זענען געווען ריזיג אין צאל. א יאר אריין אין געשעפט האבן זיי פארמאגט אזויפיל ווי הונדערט טויזנט ספרים!

downloadfile-22.jpeg


"מיר האבן גענוג ספרים צו  קענען סופלייען גאנץ אמעריקע מיט ספרים… איר מיינט דאס איז אלעס? מיר האבן אין סטארעדזש נאך 20 קאנטעינערס ספרים," האט דער מענעדזשער מר. גאלדמאן דערציילט פאר א נייגעריגן  רעפארטער פונעם 'אידישער טאגעבלאט' וואס האט אפגעשטאט א באזוך אינעם געשעפט.

א רעפארטער פון דעם 'מארגען זשורנאל' האט באשריבן יצחק מאיר אלטער'ס געשעפט, און ער האט עס באצייכענט ווי 'דער' אידישער ביבליאטעק אין אמעריקע. אזוינס וואס פארמעסט זיך מיט די גרעסטע ביבליאטעקן. דער געשעפט האט פארקויפט ספרי מוסר, הגדה, חקירה, השכלה.

אין אן אנאנס פונעם געשעפט פארציילן זיי אז דאס איז דער איינציגסטער געשעפט וואו מען קען טרעפן רבנים און משכילים זוכן נייעס - און מ'טרעפט.

downloadfile-30.jpeg
downloadfile-30.jpeg (50.68 KiB) געזען געווארן 1338 מאל

אנאנס איבער רבנים און משכילים זוכן נייעס.

זוכנדיג צווישן עליס איילענד רעקארדס צי דער ר' יצחק מאיר האט אמאל באזוכט אמעריקע, האב איך געטראפן אז יא. יאנואר 1, 1925 איז אריין געקומען א יצחק מאיר אלטער-האכבערג (פוילישער נאמען פאר משפחת אלטער).

downloadfile-13.jpeg

רעקארד נומ' 29 פון יצחק מאיר.

מערקט דעם אנגעגעבענעם אדרעסס.


קוקנדיג פאר ר' יצחק מאיר'ס אנגעגעבענע דעסטינאציע זע מען טאקע 110 סופאלק סטריט, דער אדרעסס פון זיין ספרים געשעפט. ס'איז מיר אבער געווען אינטערעסאנט צו זען דעם זעלבן אדרעסס געשריבן א שורה אונטער  דעם; כ'געב א קוק זע איך אז ר' איטשע מאיר לעווין, ר' יצחק מאיר אלטער'ס שוואגער, איז אויך דא פארן זעלבן צוועק. ווי ראובן האט דערמאנט איז ר' איטשע מאיר געווען א שותף אינעם געשעפט.


דארף מען נאר וויסן וואס עפעס זענען די צוויי איידעמער פון גערער רבי געקומען אין 1925 צום געשעפט אין אמעריקע...
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1924 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3693 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט