זמן חירותינו במשנת שפינאזע - וועקער 8

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3601 מאל

זמן חירותינו במשנת שפינאזע - וועקער 8

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב געלייענט דעם באהאנדלונג פון אברהם בענעדיקט ווי ער מאכט א קורצע סומערי איבער שפינאזע'ס פיליזאפיע און לערנט דאס שיין אריין אין דעם משנה אין לך בן חורין וכו'.

איך האב עס נישט אינגאנצן פארשטאנען. אין פארטיקולער: "שפינאזע איז אייגנטליך נישט מחולק אז דער מענטש האט א נשמה. אדרבה, ער וועט זיין דער ערשטער צו זאגן אז דער מענטש איז נישט בלויז גשם. דער חילוק איז נאר אז לויט שפינאזען'ן האט יעדע זאך אויף דער וועלט, פון דער פיצינקער אטאם ביז די גרעסטע גאלאקסיע, א נשמה. דאס איז די 'מחשבה' וואס איז די עסענץ פון יעדער זאך אין דער וועלט. ביים מענטש איז דאס בלויז צעברייטערט, אבער אין תוך איז דאס גארנישט אנדערש."

און ווי אזוי דאס גייט צוזאמען מיט די שטיקל שפעטער: "(עס דארף דא באמערקט ווערן אז כאטש פריער איז דערמאנט געווארן אז שפינאזע לייקנט אין דער אויסדערוועלטקייט פון דעם מענטש, קומט ער פארט צוריק צו דעם ווען עס קומט אויס לויט זיין פיליזאפיע אז דער מענטש איז דער איינציגסטער באשעפעניש וואס קען "וויסן גאט".)

איך וויל אויך פארשטיין וואס זענען די השלכות פון אזא שיטה בנוגע השגחה, שכר ועונש און טוב ורע.

ווען למשל אייסיס הרגעט מענטשן, אדער ווען א האלאוקאוסט פאסירט, פאסט באמת יא צוזאגן אז "דאס האט גאט אן אל קנא ונוקם אנגעברענגט"? איז דאס ווי כאילו א סוסייד אין וועלכע לעבן שעכט זיך אליינס? גאט הרגעט פון זיך? איז דאס א גאט וואס אנטפלעקט זיך אין די מערסט עקסטרימע חומריות, גענצליך מושלט ביי סיבות חיצוניות און גענצליך אומוויסנד פון זיך?

ווען טראגעדיעס געשעהן אפילו נישט דירעקט פון מענטשן איז דאס נאכאלס אקארדינג צו קאוז און עפעקט, קען דאס במילא אנגעקוקט ווערן ווי א וואליד השגחה צוליב וואס אלס איז גאט אין איינס אדער דער צווייטער פארעם?

צו להבדיל ווען מענטשן טוען גוטס איינער מיט די אנדערע אויף די מערסט אולטראואיסטיק שטייגער, איז עס אויף אן אמת אן אל רחום וחנון עושה חסד עם בריותיו כי רצונו רק להטיב (די ווערטער עפעס אזוי?) און מ'ען נאכדעם זאגן אז די אויבערטשער באצאלט, לוו עלי ואני פורע. און די זעלבע פארקערט, גאט בלייבט קיינעם נישט שולדיג, וואס מען טוט קומט שפעטער צוריק אהיים.

אדער עפעס אין מציאות געשעהט צו א מענטש וואס האט אים אויפגעראכטן איז ווייטער ווי פריער דער מציאות איז זיך מושגח און מען קען דאס אודאי באצייכענען ווי א מתנה מן השמים.

צו ווען א מענטש טאנצט פארהתלהבות און פארדביקהט גענצליך פארשלונגען אין עקסטאז פאר ליבשאפט צו א מצוה קען מען דאס אנרופן באמת א שטיק 'געטליכקייט און קדושה' זינט גאט איז ביידע, רצון און חכמה? אין אנדערע ווערטער, מען דארף ביידע פלעגן כדי צו וויסן גאט זינט מען דארף ביידע זייטן פונעם מטבע איקוואלי בכדי איר אנצורופן א מטבע שכולו שלם.

צו די מערער מען איז זיך מתבונן אין די חוקים פון די וועלט און מען טרעפט אויס; מען געפינט אויס, מען לערנט און מען אינווענט, איז פשט אז דאס איז א שטיק חכמת האל ווייל ווער דען קען אזאנס פארשטיין און אהערשטעלן אויב נישט גאט זעלבסט?

וואס איז מיט בחירה? איז פשט אז מען קען פארעמען מחשבה און לויט דעם אימפאקטן ווי אזוי מציאות שלאגט זיך אפ אויפ'ן מענטש? איך בין ספעציעל נישט קלאר דא. מען קען יא טוישן אדער נישט? מאי שנא זיך מאי שנא די וועלט ארום? און ווי אזוי רופט ער עס אן 'טוישן אין זיך' אז מען איז זיך מתבונן אין געוויסע 'מחשבות'? וואס מיינט ער: "אויב ער איז משפיע אויף זיך, צום ביישפיל ער איז זיך מתבונן אין געוויסע מחשבות וואס ברענגען אים תענוגים, דאן האט ער עפעס געטוישט אין זיך. אויב האט די בריאה משפיע געווען אויף אים, צום ביישפיל ער איז געווארן אן עושר און דאס האט אים געמאכט פרייליך דאן האט דאס געלט אים געטוישט." מאי שנא מחשבות תענוגיות מאי שנא חפצים תענוגיות?
און שפעטער: "היות אונזער פיזישע השפעה אויף דער דרויסענדיגע בריאה איז מינימאל..וכו'"

און ווען מענטשן פרובירן אפטיילן בין עבירות שבין אדם לחבירו לבין אדם למקום איז עס סתם אבי גערעדט?

און דער וויכטיגסטע, דאס איז אלעס פיין און וואויל אלס אינטרעסאנטע טעאריעס און פירושים אבער ווי אזוי לעבט מען למעשה אזא לעבן וויסענדיג דאס (די לעהרע) און פונדעסטוועגן דאך אויפפירן זיך אין א וועג וואס מען איז נאנטסטע וואס שייך צו 'וויסן גאט' אהן אפאלאגעטיקס, אהן זיך אליינס פאפן און אהן א פאליציי אדער אומשטענדן וואס צווינגען זיך מילא אויפצופירן אזוי אהן פארשטיין די אימפאקט דערפון?

איך האב דאס שנעל אפגעטייפט סאו כ'האף אז ס'מאכט סענס צו דער וואס האט אן אינטערעסע צו מגיב זיין.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר