‎ וועקער קאסע - הכרת הטוב

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

‎ וועקער קאסע - הכרת הטוב

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]טייערע חברים שיחיו,
מ'שטייט שוין היינט אט אט ביים ניינטן נומער פונעם וועקער, וואס קומט ארויס מיט אומדערמידליכע פלאג דורך די חשוב'ע חברי המערכת. מ'האט שוין אין דער פארגאנגענהייט געשריבן ווי וויכטיג עס איז צו שמירן די רעדער מיט נדבות, אבער יעצט איז עס געקומען נאך מער אויפ'ן אויבערפלאך ווען עס האט זיך געמאכט א פראבלעם מיט גראפיק און אויסשטעל.

עס שטעלט זיך ווידעראמאל ארויס ווי ביטער שווער ס'איז ארויסצוגעבן אן אויסגאבע פון אזא קאליבער אן קיין בעיסיק קאסע. בעיקר איז דאס וויכטיג פאר גראפיק.

כאטש יעדער וואס איז אינוואלווד אינעם וועקער טוט עס בשמחה, איז אבער וויכטיג צו געבן אן ערנסטן מתן שכר פאר דעם גראפיקער.

די הכנסה וואס קומט אריין פונעם פארקויפן איז ממש גארנישט. אין די געשעפטן גייען אוועק אלע הכנסות פאר די געשעפטן און דעם דיסטריביוטער, און אויף עמעזאן בלייבט איבער ממש עטליכע צענט פאר יעדן קאפיע.

דערפאר זענען מיר אנגעוואנדן אויף יעדן וואס האט א געפיל פאר אונזער אויסגאבע און קען זיך ערלויבן א קלענערע אדער גרעסערע נדבה, זאלן זיך משתתף זיין.

פאלגנד זענען חשוב'ע חברים וואס האבן זיך שוין משתתף געווען אין דער פארגאנגענהייט, און האבן זיך אויך יעצט משתתף געווען מנדבת לבם הטוב.

[tag]גליקלעך[/tag]
[tag]דער גאלדענער אדלער[/tag]
[tag]מפוזרי[/tag]
[tag]וואלווי[/tag]
[tag]נולד מאוחר[/tag]
[tag]יין שרף[/tag]

ווער עס וויל זיך משתתף זיין, זאל מיך ביטע שיקן א מעסעדזש אין אישי, ולמצוה גדולה יחשב[/justify]

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר