ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה? (וועקער #9)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה? (וועקער #9)

הודעהדורך יששכר » פרייטאג יולי 28, 2017 10:53 am

שלום עליכם אלע חשובע קאווע שטיבל מיטגלידער.

שוין א לאנגע צייט וואס איך דריי זיך דא ארום, איך ליין און איך שעפ פון די גרויסע אוצרות פון מחשבה וואס ליגט דא באגראבן אין שטיבל; ווען עס האט אבער אנגעהויבן ארויסצוקומען דער וועקער, האט דאס מיר אינגאנצן איבערגענומען. ענדליך וואס ס'איז שוין דא צו ליינען א היימישע אויסגאבע וואו יעדער קען שרייבן מיט'ן גאנצן אמת אן קיין חשבונות. אזויפיל אינטערעסאנטע טעמעס, און געשמאקע ענינים, ווערן אויסגעשמועסט איבער די בלעטער פונעם וועקער, אז ס'איז ממש א ברכה צו מאכן.

עס האט געדארפט אריבערגיין עטליכע וועקערס אז איך זאל זיך כאפן אז איך קען אויך אריינשיקן מיינע מחשבות, מיינע איבערלעבענישן, זיך ארויסגעבן אביסל פון הארץ צום פאפיר, אן צו דארפן אריינרעכענען זייטיגע חשבונות ווי אזוי מענטשן וועלן מיר אנקוקן, און צי דער רעדאקטער וועט באוויליגן אריינצושטעלן מיינע שורות.

אינעם ארטיקל גיי איך איבער אביסל פון מיין ערפארונג; פון ווען עס האט מיר אנגעהויבן קיצלען אין מח ספיקות אין דאס וואס מען האט מיט מיר געלערנט אלע יארן, ביז ווען איך האב באשלאסן אז טראץ די אלע קווענקלענישן, דארף איך אין סך הכל קוקן אויף מיר אליין, זען וואס ס'איז גוט פאר מיר, וואס וועט מיר מאכן דאס לעבן בא'טעמ'ט אויף די וועלט.

קאמפלימענטן און קריטיק, קאמענטארן און באמערקונגען, זענען וועלקאם.
יששכר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 16, 2017 12:50 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג יולי 28, 2017 1:31 pm

.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3671
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך יתרו » מוצ"ש יולי 29, 2017 10:32 pm

אויסגעצייכענט!!! די בעסטע ארטיקל ביזדערוייל (כהאב שוין געליינט א אפאר)
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 661
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 581 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מוצ"ש יולי 29, 2017 11:59 pm

וויאייפי טשולענט וועט אלס בלייבען דעלישעס די עיקר איז אז די ביזט העפי פריילעך און צופרידען. וואטעווער ווארקס. מוט איז נישט פאר אלע. נאר נישטא נאך אזא צייט פון שקט און שלווה ווען די ווייב און קינדער זענען צוזייט און צושפרייט איבער די בערג. ווען די האסט יא די התגברות הנפש דערפאר געדענק אז דאס איז די צייט דערפאר. זינדיגן קען מען א גאנץ יאר.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 186
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 305 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:49 pm

יש"כ יששכר, די רעיון איז געוואלדיג, ס'איז קיינמאל נישט די שיטה וואס מאכט אויס, ס'איז די וועג ווי אזוי מ'לעבט!
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1667 מאל

Re: ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה? (וועקער #9)

הודעהדורך נעגעל וואסער » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 6:31 am

יישכר א יישר כח פארן שרייבן דיינע געפילן. העכסט געלונגענעם ארטיקל.
אבער כ'מיין אז איים מיסינג די פוינט. ווי קען מען פילען סיפוק פון א זאך וואס מ'גלייבט נישט דערין? דאס גאנצע סיפוק וואס איך שפיר ווען איך דאווען, לערן וכדומה איז נאר ווייל מ'האט מיך געזאגט אלע יארן אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן און אלס אנדערש איז הבל הבלים, און אלע גוים פילן נישט קיין שום סיפוק פון זייערע געמיינע תאוות. איך גיי נאך אלס פאר דעם, דערפאר פיל איך דערין סיפוק, און אויב כ'דאווען נישט אדער לערן נישט אפאר טעג פיל איך עס אינסייד. אבער אויב מ'גלייבט נישט אין דעם וואס איז שייך סיפוק. ס'נאר סיפוק על הצד אז ס'איז ריכטיג, אויב אזוי טוה עס שוין ווייל דאס איז ריכטיג צו טוהן.
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 419
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 457 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 10:55 pm

ישר כח. זעהר שיין. עמאציאנאל. געווען אן אמת'ע עונג שבת!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 10:56 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:יישכר א יישר כח פארן שרייבן דיינע געפילן. העכסט געלונגענעם ארטיקל.
אבער כ'מיין אז איים מיסינג די פוינט. ווי קען מען פילען סיפוק פון א זאך וואס מ'גלייבט נישט דערין? דאס גאנצע סיפוק וואס איך שפיר ווען איך דאווען, לערן וכדומה איז נאר ווייל מ'האט מיך געזאגט אלע יארן אז דאס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן און אלס אנדערש איז הבל הבלים, און אלע גוים פילן נישט קיין שום סיפוק פון זייערע געמיינע תאוות. איך גיי נאך אלס פאר דעם, דערפאר פיל איך דערין סיפוק, און אויב כ'דאווען נישט אדער לערן נישט אפאר טעג פיל איך עס אינסייד. אבער אויב מ'גלייבט נישט אין דעם וואס איז שייך סיפוק. ס'נאר סיפוק על הצד אז ס'איז ריכטיג, אויב אזוי טוה עס שוין ווייל דאס איז ריכטיג צו טוהן.

אפשר לתרץ מיטן לעצטע חלק פון לעיקוואד'ס ארטיקל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:14 am

באמת א שטארקע הערליכע ארטיקל!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1073
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט