בלאט 1 פון 1

אבן הטוען - וועקער 9

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 10:17 pm
דורך ראובן
אינעם ניינטן וועקער ערשיינט א הערליכער ארטיקל פון ידידינו @חכימא, וואס טוט דורך אן אינטערעסאנטע און טיפע פילאזאפישע פראגע: קען דער רבוש"ע באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן?

באזירט אויף א מאמר פון הרב י. ד. סאלאמאן ז"ל, זעען מיר עטליכע שיינע מהלכים אויף דעם ענין וואס צענעמט די פראגע אויף קליינגעלט.

Re: אבן הטוען - וועקער 9

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 2:59 pm
דורך נעגעל וואסער
זייער א שיינעם ארטיקל. @חכימא האט באווייזן א שיין שטיקל. פון א שטיין געמאכט א גאנצע בראטל, און עס צונומען פון יעדער זייטל. כ'קלער נאר אזוי הויעך, עפעס ליגט מיר אין מח, נישט לאנג צוריק, האב איך אין א ספר געבליקט, איז געשטאנען דארט, א לענגערע ווארט, אויפן סתירה הידועה, צווישן ידיעה און בחירה, נאר טאקע געווענדליך, איז דאס ידיעה מכריח, אבער דער באשעפער איז דאך ווי מיר ווייסן, ער קען אלעס הייסן, און מיט אן אויסנאם דא, האט ער געזאגט קלאר, אז דא זאלן די צוויי, נישט זיין געבינדן נאר גענצליך פריי, אזוי האט יעדער איינער, א בחירה אן אייגענער. ווייל א כל יכול, מיינט אויך אז כביכול, קען שאפן ממש אלעס, אהן קיין שאלות, אויך אזא מין סארט יצירה, כדאי מיר זאלן האבן א בחירה.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:17 pm
דורך נולד מאוחר
@חכימא א קלוגער, זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקעל, שכוח.
דיין ערשטע תירץ טיילסטו אפ דו מושג כל יכול פונעם באשעפער. סהייסט מיר קענען פוגם זיין אונעם טיטל כל יכול אבער נישט אינעם באשעפר.
לויט דעם תירץ איז דער אייבישטער טאקע נישט קיין כל יכול?

סאיז דא אן ענדליך מושג עוגל מרובעת , דו ראשונים זענען דן אויב דער אייבישטיר קען עס באשאפן. ביי דעם איז קלארער אז סאיז נישט קיין חסורן אין גאט נאר א סתירה מניה וביה.

אין דיין הקדמה שפיערסטו וויכטיג צי קלאר מאכן א דע מה שתשוב כאולי דו שאלה קומט פון כופרים. סאיז סתם אזוי דא א מצוה פון וידעתו, דו שמועס איז א חלק פון דו מצוה.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:27 pm
דורך נולד מאוחר
תירץ 3. אונזער פארשטאנד איז אויך א נברא און קין נישט פארשטיין דעם בורא.

ווען גאט האט אונז מגלה געווען אז ער איז כל יכול האט ער דאס געזאגט פארן מענטשליכען שכל. ער האט געוואלט מיר זאלן זיין באיינדרוקט פון עם. סהייסט ער האט געוויסט אז מיר וועלן כאפן התפעלות דערפון. יעצט אויב זאגסטו אז סאיז נישט פאר אונז צי פארשטיין דאן רעד נישט דערוועגן צי אונז , סתם זאגן די ווערטער "כל יכול" און נישט פארשטיין וואס דאס מיינט, איז נישט קיין גרויסע אויפטו.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:21 pm
דורך נולד מאוחר
תירץ 4. נישט קענען איז אין געוויסע פעלער א פאזיטיווע זאך.

ברענגסט עפעס א סברא פון קענען ערמארדן א מענטש.
האלטס טאקע נישט אז דער מענטש וואס קען מארדען ווען מדארף און קען רחמנות האבן ווען מדארף, איז מער מושלם ווי דער מענטש וואס קען נישט טשעפנען א פליג?
קענען הרגנן איז נאך א יכולות, פארשטייט זוך ווענד זוך וויאזוי מניצט דאס.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 6:38 pm
דורך חכימא
נולד מאוחר האט געשריבן:@חכימא א קלוגער, זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקעל, שכוח.
דיין ערשטע תירץ טיילסטו אפ דו מושג כל יכול פונעם באשעפער. סהייסט מיר קענען פוגם זיין אונעם טיטל כל יכול אבער נישט אינעם באשעפר.
לויט דעם תירץ איז דער אייבישטער טאקע נישט קיין כל יכול?

סאיז דא אן ענדליך מושג עוגל מרובעת , דו ראשונים זענען דן אויב דער אייבישטיר קען עס באשאפן. ביי דעם איז קלארער אז סאיז נישט קיין חסורן אין גאט נאר א סתירה מניה וביה.

אין דיין הקדמה שפיערסטו וויכטיג צי קלאר מאכן א דע מה שתשוב כאולי דו שאלה קומט פון כופרים. סאיז סתם אזוי דא א מצוה פון וידעתו, דו שמועס איז א חלק פון דו מצוה.

1. יא. ריכטיג. אויב איז די באגריף כול יכול א סתירה מיני' ובי' (אזוי ווי אן עיגול מרובע) איז ער טאקע נישט קיין כול יכול.

2. הוא אשר דיברתי: טאקע דערפאר, מכח מצוות וידעת, איז דא א חיוב צו וויסן ("ודע") וואס צו ענטפערן פאר כופרי'שע שאלות וואס שווימען ארויף אויפן אויבערפלאך, בכדי זיך קלאר צו מאכן אין אמונה.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 6:42 pm
דורך לעיקוואד

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 6:48 pm
דורך חכימא
נולד מאוחר האט געשריבן:תירץ 3. אונזער פארשטאנד איז אויך א נברא און קין נישט פארשטיין דעם בורא.

ווען גאט האט אונז מגלה געווען אז ער איז כל יכול האט ער דאס געזאגט פארן מענטשליכען שכל. ער האט געוואלט מיר זאלן זיין באיינדרוקט פון עם. סהייסט ער האט געוויסט אז מיר וועלן כאפן התפעלות דערפון. יעצט אויב זאגסטו אז סאיז נישט פאר אונז צי פארשטיין דאן רעד נישט דערוועגן צי אונז , סתם זאגן די ווערטער "כל יכול" און נישט פארשטיין וואס דאס מיינט, איז נישט קיין גרויסע אויפטו.

פארקערט, די מענטש כאפט פיל מער התפעלות הערענדיג אז גאט ב"ה קען אלעס באווייזן, אפי' צוויי קעגנזייטיגע זאכן וואס זענען זיך סותר.
כלומר, ער איז אזא שטארקע בעל יכולת אז ער קען אפי' באווייזן זאכן וואס מיר פארשטייען נישט מיטן מענטשליכן פארשטאנד.

אזוי ווי מיר וואלטן געזאגט אז ווען גאט וויל ווען וואלט 1+1 געווען דריי און נישט צוויי, הגם אינז פארשטייען דאס נישט, דאך איז ער אזוי שטארק אז ער קען דאס אויך באווייזן. ודו"ק.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 6:53 pm
דורך חכימא
נולד מאוחר האט געשריבן:תירץ 4. נישט קענען איז אין געוויסע פעלער א פאזיטיווע זאך.

ברענגסט עפעס א סברא פון קענען ערמארדן א מענטש.
האלטס טאקע נישט אז דער מענטש וואס קען מארדען ווען מדארף און קען רחמנות האבן ווען מדארף, איז מער מושלם ווי דער מענטש וואס קען נישט טשעפנען א פליג?
קענען הרגנן איז נאך א יכולות, פארשטייט זוך ווענד זוך וויאזוי מניצט דאס.

ריכטיג. די משל איז נאר לסבר את האוזן און איז נישט פולקאם. מער פאסענדיג איז איינער וואס קען נישט עובר זיין אויף א סעיף שולחן ערוך קעגן איינער וואס קען יא.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 6:58 pm
דורך נולד מאוחר
איך זע נישט וואס ווערט בעסער ווען מרעט עובר זיין אויף ש"ע?
איינער וואס קען עובר זיין האט מער יכולות.

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:49 pm
דורך חכימא
אה"נ. איינער וואס קען ערמארדן א מענטש אדער עובר זיין אויף שו"ע האט טאקע מער יכולות, אבער זיין חבר וואס קען נישט איז מער א איידעלע און ערליכע כאראקטער. ודו"ק.

Re: אבן הטוען - וועקער 9

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:02 pm
דורך קל וחומר

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:52 pm
דורך נולד מאוחר
חכימא האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:תירץ 3. אונזער פארשטאנד איז אויך א נברא און קין נישט פארשטיין דעם בורא.

ווען גאט האט אונז מגלה געווען אז ער איז כל יכול האט ער דאס געזאגט פארן מענטשליכען שכל. ער האט געוואלט מיר זאלן זיין באיינדרוקט פון עם. סהייסט ער האט געוויסט אז מיר וועלן כאפן התפעלות דערפון. יעצט אויב זאגסטו אז סאיז נישט פאר אונז צי פארשטיין דאן רעד נישט דערוועגן צי אונז , סתם זאגן די ווערטער "כל יכול" און נישט פארשטיין וואס דאס מיינט, איז נישט קיין גרויסע אויפטו.

פארקערט, די מענטש כאפט פיל מער התפעלות הערענדיג אז גאט ב"ה קען אלעס באווייזן, אפי' צוויי קעגנזייטיגע זאכן וואס זענען זיך סותר.
כלומר, ער איז אזא שטארקע בעל יכולת אז ער קען אפי' באווייזן זאכן וואס מיר פארשטייען נישט מיטן מענטשליכן פארשטאנד.

אזוי ווי מיר וואלטן געזאגט אז ווען גאט וויל ווען וואלט 1+1 געווען דריי און נישט צוויי, הגם אינז פארשטייען דאס נישט, דאך איז ער אזוי שטארק אז ער קען דאס אויך באווייזן. ודו"ק.


אויב 1+1 =2 בהחלט, און אונזער שכל איז אבסעלאט, דאמאלטס הער איך דו גדלות און כאפ התפעלות אז גאט איז א כל יכול. אבער לויט ווי דו זאגסט איז אונזער שכל סתם א שפיל 1 1 איז נישט ממש 2 , כל יכול איז סך הכל אז גאט האט געמאכט אומזער שכל זאל ווערן נתפעל פון "כל יכול".
וואס איך מיין ציפרעגן איז אזוי, פונקט אזויווי דו מאכסט אוועק דו סתירה וואס מיר האבן אויף די כל יכול קאנסעפט, מיט דעם אז אונזער שכל איז נישט די סוף פסוק, ניץ איך דאס זעלבע טענה אויף דו התפעלות וואס איך דארף כאפן , אז גאט איז א כל יכול.

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:41 am
דורך ריכטיג
לעיקוואד האט געשריבן:http://www.rubinmass.co.il/?page=itempage&bookPage=148614

ייש"כ לעיקוואד. איינער ווייסט אפשר וואו מען קען דאס קויפן אין די טריי-סטעיט אומגעגנט?

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:44 am
דורך חכימא
נולד מאוחר האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:תירץ 3. אונזער פארשטאנד איז אויך א נברא און קין נישט פארשטיין דעם בורא.

ווען גאט האט אונז מגלה געווען אז ער איז כל יכול האט ער דאס געזאגט פארן מענטשליכען שכל. ער האט געוואלט מיר זאלן זיין באיינדרוקט פון עם. סהייסט ער האט געוויסט אז מיר וועלן כאפן התפעלות דערפון. יעצט אויב זאגסטו אז סאיז נישט פאר אונז צי פארשטיין דאן רעד נישט דערוועגן צי אונז , סתם זאגן די ווערטער "כל יכול" און נישט פארשטיין וואס דאס מיינט, איז נישט קיין גרויסע אויפטו.

פארקערט, די מענטש כאפט פיל מער התפעלות הערענדיג אז גאט ב"ה קען אלעס באווייזן, אפי' צוויי קעגנזייטיגע זאכן וואס זענען זיך סותר.
כלומר, ער איז אזא שטארקע בעל יכולת אז ער קען אפי' באווייזן זאכן וואס מיר פארשטייען נישט מיטן מענטשליכן פארשטאנד.

אזוי ווי מיר וואלטן געזאגט אז ווען גאט וויל ווען וואלט 1+1 געווען דריי און נישט צוויי, הגם אינז פארשטייען דאס נישט, דאך איז ער אזוי שטארק אז ער קען דאס אויך באווייזן. ודו"ק.


אויב 1+1 =2 בהחלט, און אונזער שכל איז אבסעלאט, דאמאלטס הער איך דו גדלות און כאפ התפעלות אז גאט איז א כל יכול. אבער לויט ווי דו זאגסט איז אונזער שכל סתם א שפיל 1 1 איז נישט ממש 2 , כל יכול איז סך הכל אז גאט האט געמאכט אומזער שכל זאל ווערן נתפעל פון "כל יכול".
וואס איך מיין ציפרעגן איז אזוי, פונקט אזויווי דו מאכסט אוועק דו סתירה וואס מיר האבן אויף די כל יכול קאנסעפט, מיט דעם אז אונזער שכל איז נישט די סוף פסוק, ניץ איך דאס זעלבע טענה אויף דו התפעלות וואס איך דארף כאפן , אז גאט איז א כל יכול.


די התפעלת ברויך מען כאפן פון דעם וואס ער איז א כול יכול. יעצט, רובא דרובא פון זיינע כוחות און יכולות זענען באגרייפ-באר פארן מענטשליכן פארשטאנד און ערוועקן א אומגעהויערע התפעלות, און אפילו די געציילטע כוחות וואס זענען נישט באגרייפבאר, זענען נישט קיין סתירה צו דער הנחה אז ער איז א כול יכול, נעמענדיג אין אכט אז אונזערע פארשטאנד איז באגרעניצט. יעצט די באגרעניצונג אליין קען ערוועקן התפעלות פון דעם מענטש'ס קליינליכקייט אנטקעגן דעם כול יכול.

אבן הטוען - וועקער 9

הודעהפורסם: דינסטאג אקטאבער 22, 2019 11:03 pm
דורך מי אני
דער מו״נ (ח״ג פט״ו-ט״ז) און אור ה׳ (מאמר ב כלל ג פ״א) זאגן אז עפעס וואס איז א סתירה מיניה וביה (כדוגמת זו) איז מהנמנע אף ממנו יתברך כביכול, און אז דאס איז נישט א חסרון [ליאות] מצד הבורא ב״ה ע״ש. ועיין בהתנצלותו של הרב ידעיה הפניני להרשב״א (בשו״ת הרשב״א ח״א סימן תיח), בענין סוג הנמנע השני ע״ש. (דאס האט פאראלעלן אין, להבדיל, אקינאס׳נס דאקטרין פון די נאטורליכע ידיעה כביכול פון הקב״ה לעומת זיין פרייע ידיעה כביכול.)

אבן הטוען - וועקער 9

הודעהפורסם: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:26 pm
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער טעאלאג ניקאלאס פון קוסא האט מגדיר געווען ג-ט אלס קאאינסידענשא אפאסאטאראם: אז ג-ט האט אין זיך כביכול אלסדינג, אפילו קעגנזייטיגע און פאראדאקסישע פראפערטיס בעניינזאם.

(ענליך צו דעם טרעפן מיר אויך אז דאס איז אויך א שטיקל חלק בכלל פון די ין און יענג פילאזאפיע; אז די היפך איז אויך בתוך איר פארקערטע.)