בלאט 1 פון 1

אינטערוויו מיט שמואל היילמאן "דעם פארשער פון חסידים"

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:25 pm
דורך לאשיצער
איך וויל דא עפענען אן אשכול צו הערן אייערע רעאקציעס — פאזיטיווע אדער נעגאטיווע — אויף דעם אינטערוויו וואס איך האב דורכגעפירט מיט'ן סאציאלאג פון חרדים פראפ' שמואל היילמאן, וואס איז ארויס אינעם זומערדיגן נומער "וועקער". איך בין ספעציעל נייגעריג צו הערן פון די וואס האבן שוין געלייענט זיינע ביכער. יישר כוח!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 4:28 pm
דורך בן ישי
אינטערסאנט אנצומערקן אז דער באוויסטע שרייבער הרב שאול קליין האט לעצטענס אנגעהויבן א נייע סעריע שיעורים אויף קול מבשר מיטן נאמען "חצי שיעור" אין פונקט די וואך שעלט ער דארטן אויס דעם שמואל היילמאן אויף דעם וואס ער איז מסביר פאלטש אין מיט שנאה אינזער געזעלשאפט פאר די מידיא.
די שיעורים זענען 3-9-1 פון די מעין מעניא דערנאך דריקט 5 פאר דעם שיעור.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 7:56 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: איך האב דעם שיעור פון הרב/דר. שאול קליין אויף קול מבשר נישט געהערט. נאר איך ווייס 2 זאכן. והנה: 1) וואס הרב שאול קליין זאגט איז געבעקט מיט ריסוירטש. ווייל חוץ זיין געוואלדיג עקספיריענס אין חינוך. און אין חינוך מיוחד איז ער אן אינטעלעקטואל. 2) דר. שמואל היילמאן איז אזוי ווייט פון חסידות און חסידים אז ער טאפט נישט דעם דופק פון דעם וויברירנדיגן לעבן פן די גרופע. איך האב נאר געהערט שטיקלעך פון אן אינטערוויו מיט איהם פון א ווידיא וואס הייסט..."האסידים. עי ווארלד עפארט"...און ער האט דארט צוזאמגערעדט אזויפיהל שטותים און עם הארצות. ס'איז כאילו דער נ.י. פאוסט אדער דעילי ניוס זאללן שרייבן איבער א רעליגיעזע טעמע. ס'האט נישט קיין הענט און קיין פוס. די. נ.י.טיימס, לעומת זה. טראץ זייער בייזוויליגע רשעות, ווען זיי שרייבן איבער חסידים און חסידות באשרייבן זיי עס גרונטליך...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:24 pm
דורך לאשיצער
איך האב נישט געוואוסט וועגן דעם שיעור. א דאנק פאר אויפמערקזאם מאכן.
איך פארשטיי אז מ'האלט נישט פון היילמאנ'ס ארבעט. ליידער איז שאול קליין נישט קיין באקאנטער נאמען אין דער אלגעמיינער גוי'ישער וועלט. פון היילמאנ'ען ווייסט מען אבער יא. מ'לייענט אים. וויל איך וויסן: פאראן אנדערע נישט–פרומע פארשערס פון חסידים און חסידות וואס גיבן ריכטיג איבער די אמת'דיגע פאקטן?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:42 pm
דורך berlbalaguleh
לאשיצער: יא. איינער א פראפעסאר מינץ. איך האב אדורכגעליינט זיין בוך. ער געט זייער אן אביעקטיוון באריכט איבער חסידים און חסידות. או.קעי. ער איז דאך א היימישער. נאר זיין בוך איז מער נוטה אריינצוגיין אין די קליינע דעטאללן (פרטים הקטנים) פון די סקאנדאללן אין די היימישע גאס. פאר מיר איז גענוג געווען דער אינטערוויו מיט דר. היילמאן צו זעהן אז ער האט נישט דעם אינסייד סקופ פון חסידות און חסידים. ער באטראכט זיי ווי עפעס אן עקזאטישע חי'...!

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:52 pm
דורך ראובן
א גרויסן דאנק, @לאשיצער, פאר דעם שיינעם און פראפעסיאנעלן אינטערוויו מיט שמואל היילמאן. דזשאב וועל דאן!

איך האב שוין כמה פעמים אויסגעדרוקט מיין נעגאטיווע מיינונג אויף שמואל היילמאן -- ער איז א שלאבערישער פארשער און אן אויבערפלעכליכער לייענער און אבזערווירער. אזוי אויך זענען זיינע מידות נישט די שענסטע. אין דעם אינטערוויו אליין קען מען עטליכע מאל זען זיין אויבערפלעכליכקייט, צום ביישפיל ווען ער זאגט פאלש נאך ווער עס האט געשריבן דעם בריוו מיט קריטיק קעגן ראביסטעווע (איך האב דארטן צוגעלייגט א הערה צו פאררעכטן זיין טעות).

ווי בערל האט געזאגט איז דאס בוך פון דזשעראם מינץ, האסידיק פיפעל, א שטארקער און פארלעסליכער ארבעט.

Re: אינטערוויו מיט שמואל היילמאן "דעם פארשער פון חסידים"

הודעהפורסם: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 9:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי דארף מען ארויסנעמען פון די עניינים וואס רש"י זאגט אטנז, מטיבן של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. פארשער אויף אונזער געזעלשאפט טאפען א וואנט, און גלויבען נערישקייטען. מיינסט דען ווען זיי שרייבען זאכען וואס אונז ווייסען מיר נישט זענען זיי עפעס בעסער? ווען אמעריקאנער באשרייבען אראבער, ווען היסטאריקער׳ס שרייבען זייער ארבעט, קען מען אלס אננעמען מיט א גרויסע ספקנות. אי ווייל זיי מאכען געזעצען וואס און וועמען צו גלויבען לויט זייער באקוועמליכקייט, אי ווייל זיי טייטשען אלץ אין זייער וועלט, נישט אינדרויסען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 12:54 am
דורך ריכטיג
בין הדברים ווארפט היילמאן אריין אז סאטמאר רב האט געהאט רייבערייען מיט זיין טאטען און ברודער. מיט זיין ברודער באציהט ער זיך לכאורה בנוגע די רבנות אין סיגעט, אבער מיט זיין טאטע? איינער ווייסט פון עפעס א רייבעריי ציווישן סאטמאר רב מיטן קדושת יום טוב?

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 4:38 am
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: כאמור. ער, שמואל היילמאן נישט ער שטאמט פון א בארימטע חסיד'ישע משפחה. נישט ער איז געווען אויסגעקאכט מיט חסידישע הויפן און קהילות פון פאר די מלחמה. און זיין היינטיגע לייף סטיל איז גאר ווייט פון חסידים און חסידות. און ער איז אויכעט אן אויבערפלעכליכער ..."פארשער"... אזוי ווי ראובן האט שוין דערמאנט פריער. ממילא, האט ער אויפגעפיקט ערגעץ וואו א רומאר וואס איינער האט אריינגעווארפן איבער די אנגעבליכע מחלוקת צווישן סאטמאר'ע רב און זיין טאטע דער קדושת יו"ט. און ער האט נישט די כלים און נישט דעם וויללן דאס נאכצוגיין און אויסקלארן צו ס'איז דא א שמץ פון אמת אין דעם. דער סך הכול פון איהם און זיין בוך איז, אז זיי האבן א ווערט פון זיראו. ס'איז סתם געבלאזן הייסע לופט. אויב מענטשן מיט אזא מינדערוויכטיגע וויסנשאפט איבער א סובדזשעקט וואס זיי פרעדיגן שטענדיג קענען פארנעמען א פראמינענטע פאזיציע אין אקאדעמיע, זאגט דאס אונז זייער א סאך איבער די ווערט פון זיינע קורסעס וואס ער געט איבער פאר זיינע סטודענטן...!

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 5:59 am
דורך בן ישי
לאשיצער האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט וועגן דעם שיעור. א דאנק פאר אויפמערקזאם מאכן.
איך פארשטיי אז מ'האלט נישט פון היילמאנ'ס ארבעט. ליידער איז שאול קליין נישט קיין באקאנטער נאמען אין דער אלגעמיינער גוי'ישער וועלט. פון היילמאנ'ען ווייסט מען אבער יא. מ'לייענט אים. וויל איך וויסן: פאראן אנדערע נישט–פרומע פארשערס פון חסידים און חסידות וואס גיבן ריכטיג איבער די אמת'דיגע פאקטן?

הרב שאול דערמאנט די שלעכטע קאמענטארן וואס ער האט געזאגט פאר די פרעסע ביי די לעצטיגע לעיקוואד פרשה אין ביי אנדערע געלעגנהייטן.
עס איז כדאי אויסצוהערן, די גאנצע שיעור איז נישט מער ווי א האלבע שעה אבער כדרכו פון רב שאול איז עס א אנגעפאקטע געשמאקע אין אינפארמעטיווע שמועס.

Re: אינטערוויו מיט שמואל היילמאן "דעם פארשער פון חסידים"

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:37 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער היילמאן האט אויך א געוואלדיגע כח צו פארדרייען זיין קריטיק. למשל, ביים ליובאוויטשער רבי׳ן האט ער געטוהן אן אויסנאמליכע שוואכע ארבעט. ער האט געמישט דמיונות מיט האלבע פאקטען, ער האט זיך כלומרש׳ט אריינגעלייגט אין די קאפ פון ליובאוויטשער רבי׳ן כאילו ער ווייסט וואס ער טראכט. ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דער רבי׳נס בריווען און כתבים און דערנאך רופט ער עס אן א פארשונג?

ווען מ׳איז געקומען מיט טענות, ווארפט ער אלץ אפ מיט אן אויסרייד אז ער האט נישט געהאלטען ביים שרייבען א האגיאגראפי, און ער האט נאר גענומען א משיח און געמאכט פאר א מענטש. כאילו אלע טענות קומען פון פארברענטע ליובאווישטער חסידים. איך בין ווייט פון א ליובאוויטשער, און איך קען דיר זאגען אז זיין ארבעט איז גאר א שוואכער.

אינטרעסאנט וואלט געווען ווען מ׳וואלט איהם געפרעגט איין שאלה. נאכ׳ן ארויסקומען פון יענער ליובאוויטשער בוך, איז געווען אן אשכול אויף עפעס א בלוג אהין און צוריק וועגען איהם. צום סוף איז געוואויר געווארען אז ער איז געווען א sock puppet און פון זיין איי.פי. אדרעס איז געקומען אלע תגובות בעד זיין בוך. וואס זאגט ער צו דעם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 3:36 pm
דורך לעיקוואד
איך האב נישט געליינט דער בוך דערווייל אבער דער אינטערוויו איז זייער שיין און ברענגט ארויס זייער שיין וואס ער פארקויפט ביחס צו דער חסידישער עולם. איך בין נישט זיכער וואס די גרויסע טענות וואס דער עולם האט צו עם דא זענען, חוץ פון דעם וואס ליובאוויטש איז ממש עלערג'יק צו קריטיק און עס איז נישט מעגליך מיט די צייט וואס עס איז נארמאל דא צו פארשען א בוך אז אלע פרטים זאלן זיין טויזנט פראצענט ריכטיג. איך האב הנאה געהאט פון זיין תשובה צו די שאלה וועלכע רבי ער רעספעקטירט ווי ער ברענגט ארויס די שווערע דז'אב פון זיין א רבי (איז דאך שווער אויב אזוי פארוואס רייסט מען זיך ביי די קעפ צו ווערן רבי :lol: ). ווי אויך פון זיין בעקגראונד וכדומה. שכויעח פאר דער אינטערוויוער פאר'ן זיין שואל כענין.

Re: אינטערוויו מיט שמואל היילמאן "דעם פארשער פון חסידים"

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 5:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו שרייבסט ווי איהם. איך בין בכלל נישט קיין ליובאוויטשער חסיד, און פונדעסטוועגען זאג איך דיר אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט.

אין דער אינטערוויו איז ער גראדע גאנץ קטנות׳דיג, האלטענדיג חשבון מיט זיין קריטיקירער. ס׳ליינט זיך זייער אומפראפעסיאנעל מצדו.

און יש בנותן ענין נאכצוברענגען פון הרב הוטנער, ווען צוויי מענטשען שלאגען זיך אויף א רבנות צו א ראש ישיבה פאסטען "מ׳שלאגט זיך ווער ס׳זאל זיין דער מרבה שלום בעולם", ודפח"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:17 pm
דורך גוטע פינטעלך
לאשיצער האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט וועגן דעם שיעור. א דאנק פאר אויפמערקזאם מאכן.
איך פארשטיי אז מ'האלט נישט פון היילמאנ'ס ארבעט. ליידער איז שאול קליין נישט קיין באקאנטער נאמען אין דער אלגעמיינער גוי'ישער וועלט. פון היילמאנ'ען ווייסט מען אבער יא. מ'לייענט אים. וויל איך וויסן: פאראן אנדערע נישט–פרומע פארשערס פון חסידים און חסידות וואס גיבן ריכטיג איבער די אמת'דיגע פאקטן?

איר האט זיך שוין באקענט מיט בנימין בראון?
דער מחבר פון מדריך לחברה החדרית ער האט פילע ביכער איבער חסידים מתנגדים ליטאים אא"וו. גאנץ קראנט.

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 6:28 pm
דורך שלום שטיסל
גוטע פינטעלך האט געשריבן:
לאשיצער האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט וועגן דעם שיעור. א דאנק פאר אויפמערקזאם מאכן.
איך פארשטיי אז מ'האלט נישט פון היילמאנ'ס ארבעט. ליידער איז שאול קליין נישט קיין באקאנטער נאמען אין דער אלגעמיינער גוי'ישער וועלט. פון היילמאנ'ען ווייסט מען אבער יא. מ'לייענט אים. וויל איך וויסן: פאראן אנדערע נישט–פרומע פארשערס פון חסידים און חסידות וואס גיבן ריכטיג איבער די אמת'דיגע פאקטן?

איר האט זיך שוין באקענט מיט בנימין בראון?
דער מחבר פון מדריך לחברה החדרית ער האט פילע ביכער איבער חסידים מתנגדים ליטאים אא"וו. גאנץ קראנט.

בראון איז זייער נישט קראנט, ער האלט אז די חזון איש איז געווען פארכאפט אין השכלה ביי די דרייצן יאר, ווען מ׳ליינט זיינע ראיות קוקט עס אויס גאנץ שוואך צו קענען בויען דערויף עפעס, ס׳קוקט אויס ווי ער מאכט הנחות אויף גדולי ישראל און דערנאך הייבט ער אן זוכן ראיות אויף זיינע ווערטער. ער שרייבט גוט אבער מקען אים גארנישט גלייבן.
לעצטענס האט ער ארויסגעגעבן א נייע בוך.

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 04, 2017 7:32 pm
דורך לאשיצער
יישר כוח פאר די רעקאמענדאציעס.

איך האב מורא אז ווען מיינע פארשונגען וועלן אי"ה ארויסקומען וועט מען זאגן וועגן מיר, אז דאס וואס איך שרייב איז ווייט פון דער מציאות ווייל איך לייען נאר קאווע שטיבל/וועקער כאילו ס'איז תורת משה. גוט וואס איך בין נישט קיין סאציאלאג און נישט קיין היסטאריקער... נאר א פשוט'ער אידישער לינגוויסט :)

הודעהפורסם: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:34 am
דורך berlbalaguleh
לאשיצער: ווען מיינע פארשונגען איבער די עוואלוציע פון שפראך/ן וועללן ארויסקומען, וועט מען זאגן אז דער בעל עגלה פארשטייט נאר צו געבן עסן פאר די פערד און זיי שמייסן (2017 ווערסיע). ווייל דער אומוויסנדער בעל עגלה גלייבט נאר אין די עוואלוציע פון בריאת העולם בשילוב מיט אמונה ביד ה'. און נישט 100% ווי דארווין זאגט. אזוי ווי א געוויסער פסעוודא-אינטעלעקטואל (כ'האב מורא אז ער ווייסט אפילו נישט וואס די דעפינישן איז.) האטציך דא אויסגעדרוקט...(ניין. ס'איז נישט שבת אחים. נאר איינער וואס שטעלט זיך אהער מיט א הדרת פנים. הגם די צורה איז געגנב'עט.)

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:37 pm
דורך כוכב
איך האב אויך הנאה געהאט פון דעם אינטערוויו און איך האלט @לאשיצער האט געמאכט א קלאסישע ארבעט. די איינציגסטע זאך וואס האט מיך געשטערט איז ווען היילמאן מאכט א ביליגע סעילס פיטש אויף זיין ביכל סוף פון דעם אינטערוויו און קען זיך נישט ברענגען צו ענטפערן נארמאל א שאלה ווייל אפשר וועט ער פארקויפן מיט איין קאפי ווייניגער. כ'מיין ס'זאגט אסאך אויף דעם כאראקטער פונעם פארפאסער.

Re: אינטערוויו מיט שמואל היילמאן "דעם פארשער פון חסידים"

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:38 pm
דורך נעגעל וואסער
יישר כח פארן שיינעם אינטערוויו. געהאט דערפון א קורת רוח.

יעצט ווארט איך טאקע צו קויפן דעם ביכל, אזוי וועל איך וויסן ווער איז גערעכט ר' אהרן אדער ר' זלמן, צו ר' בן ציון אדער ר' מרדכי דוד, דאס וועט ברענגען א סוף צו מיינע שלאפלאזע נעכט וואס שוין יארן וואס איך מיטשע מיך צו דערגיין דעם אמת.

איינער ווייסט וואס דער פראפעסער האט מכריע געווען?

הודעהפורסם: זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
נעגל וואסער: כ'האב מורא אז דער פראפעסאר אליינס ווייסט נישט. ווייל ער איז אזוי ווייט פון חסידים און חסידות אין אלע הינזיכטן...!

ס'איז פונקט אזוי ווי איינער זאלל ארויסקומען מיט א פארשונג איבער די ווייסע בערן פונ'ם נארטה פאול. בשעת ער זיצט גאר אין בראזיל. אין די טראפישע וועטער וואס איז פארהאן דארט. ער ווייסט קוים וויאזוי א פאולער בער זעהט אויס. ער האט אפשר געזעהן א פיקטשער פון אזא מין בער...!

Re: אינטערוויו מיט שמואל היילמאן "דעם פארשער פון חסידים"

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז מעגליך צו פארשען א זאך פון וואס מ׳איז ווייט. דער היילמאן איז ווייט אבער פון פארשונגען, אויפריכטיגע פארשונגען, וואס נעמט אריין פאקטען ווי זיי זיינען, נישט ווי ער האט געוואלט זיי זאלען זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk