בלאט 1 פון 1

רויזן און דערנער (וועקער 9)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 2:03 pm
דורך יצחק וואלד
ס'איז נישטא צופיל צו קאמענטירן ווייל דאס איז א מעשה שהיה. עס וואלט זיך געקענט ענדיגן אנדערש אדער ווייסעך וואס נאר דאס איז א קשיא אויף א מעשה.

די נקודה די מעשה ווילט זיך מיר ארויסברענגען איז אז בעת מיר זענען פראגראמירט געווארן אין די נאכן חורבן חינוך אז יעדן פארבינדונג צווישן די פארקערטע גענדערן זענען געוואנדן אין איין ריכטונג, צום טייוול, קען מען עס אנקוקן פיל אנדערש און מענער און פרויען זענען ביידע מענטשליכע מענטשן מיט אנדערע אייגנשאפטן וואס קענען זייער משלים זיין איינער דעם צווייטן אין אלע הינזיכטן, פארוואס זאל מען נישט צוזאמענארבעטן ווען עס איז פאר א תכלית? קוקט פארן דאלאר'ס וועגן האבן מיר אלע פלוצים פארשטאנען ראצערס אינגעלייט קענען זיין באסעס אויף אינגע מיידלעך ואין פוצה פה, למשל פארוואס זאלן נישט ערוואקעסנע ערפארענע פרויען זיצן ביים טיש און האבן א ווארט אינעם חינוך פון די אייגענע אינגלעך און בחורים? דאס זעלביגע צענדליגער הינדערטער דוגמאות, מען קען האבן מענטשליכע קשרים אן די אלע באגימאנס, עס איז מסתמא קיינמאל אזוי געווען דאס עקסטרעמע סעפעראציע אין היסטאריע פון כלל ישראל.

שוין איך פארקריך פון די מעשה.