בלאט 1 פון 1

זוכען דעם אמת מיט ספיקות - וועקער 9

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:28 pm
דורך shtriemel
כ'ווייס נישט דיין ניק דא ר' יצחק'ן אבער אזעלעכע ריינע מחשבות און הויכע מדרגות קומט נישט אן גרינג. אזעלכע טיפע רעיונות קומען מיר נאר אויפען געדאנק נאך א טאג פאסטען אין נאטור, און מיט די הילף פון דעם עץ הדעת. און אויך דאמעלטס איז עס ליבא לפומא לא גליא. ממילא, זעהן אזא הילוך אראפגעשריבען סידור סידור על אופנו איז א תענוג רוחני.

דיין וועג פון גיי נישט אהין אדער טראכט נישט אהער ווייל דעס איז שגעון ממש, איז אמת לאמיתו, אזוי מיין איך.

אבער, אויב גייען מיר טאקע מיט'ן ריינע אמת קומט מען צו צום קאצקער (אויב וואס מ'זאגט אויף עם איז אמת). על כל פנים ווי ביי די אינדיאנער הבנה און דעם נירוואנא. נאר וואס דען, די שמייליגע בודהיסטען וואס זיצען אויפען הענט אויסגעטון פון די וועלט און פון קליידער ביז זייער גופים דארפען קוים אביסעל גשמיות און זייער עקסטרעמעטיס הייבען אן צו שטארבען בחיים זענען דאך טאקע די גרעסטע שיגעון - אבער אמת'דיגער מענטשען.

לכשעצמי, האלט איך, אז נישט לעבען מיט די גאנצע אמת איז נאר איין עבירה, אן עבירה וואס באדערט מיר נישט צופיל. נו, איך ווייס און איך פארשטיי אז ווען איך וויל גארנישט וועט מיר זיין די בעסטע פון די בעסטע, בכל אופן וויל איך.

אבער לעבען אין אזא אליין געבויעטע שקר, איך זאל מיך איינרעדען "לעמל נולדתי און יעצט גיי קויף א לולב ווייל טאמער נישט וועסטו זיצען אויף דיין פיס און ברומען אאםםםםםם ביז צאת הכוכבים ווי די וואס האבען דעגרייכט נירוואנא" דאס אין שוין שקר על גבי שקר.

נ.ב. אויב קום איך צוריק פון די ערב ר"ח אלול'דיגע ליקוי חמה א גאנצע געצען-דינער וועט מוברר הדבר ווערען למפרע אז די ביסט גערעכט. ועוד חזון למועד.