דער וואקאציע פון א תמים און א תכשיטה (וועקער 9)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

דער וואקאציע פון א תמים און א תכשיטה (וועקער 9)

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פארן מיר א פאמיליע אזוי געמיטלעך אויף די הייוועי ארויף צו די קעטסקילס. די טראפיק איז גאנץ גוט היינט ווייל ס'איז זונטאג. פרעגט איר אוודאי, וואס טו איך אויפן וועג צום קאנטרי ווען אלע קערן זיך צוריק נאך שבת? ניין, ס'איז נישט וויזעטינג דעי און אויך נישט א שטרענגע מיטינג מיט'ן מדריך. אלזא, וואו גייט ער מיט'ן איבערגעפילטן מיני ווען וואס קראצט דעם הייוועי? איך פאר אראפ לייגן מיינע קינדער בייי מומעס און קוזינעס ווייל איך מיט מיין אשת נעורים דארפן א ברעיק.

א ברעיק? וואסי שעפעלע, האסט געהאט קינדער, נעם די פולע אחריות און זיי א טאטע.

יא, איך האב די זעלבע קשיא, אבער מ'פאלט פון די כוחות און די קינדער ווילן אויך אבסיל פרייהייט אויף די קיהלע בערג ביי די מומע וואס איז נישט אזוי מקפיד ווי אונז אויפן בעט גיין צייט.

גלישט זיך א גאר גרינגערע מיניווען אויף הערליכע שטרעקעס פון פעלדער, ביימער טייכן און טאלן. פארן אויף די וועגן א מאן און ווייב וואס האבן שוין נישט אזוי נאנט געשפירט זייט די לעצטע אוועקכאפ צוויי יאר צוריק. מחשבות ברויזן פארוואס מיר קענען דאס נישט אלעמאל האבן, אבער די קינדער זענען ב"ה דא און מ'דארף לעבן אין די הוה און הנאה האבן פון די פאר רואיגע טעג מיר האבן אליינס צוזאמען.

שפירט זיך א רויע אהבה מיט נאטן גראד פון שיר השירים. שפירט זיך איידעלע באטערפלייס פון ליבע אין הארץ וואס א באשא לאנג צוריק האט נישט געקענט פרודעצירן. געטראפן האבן מיר זיך ביים באבע'ן אין דייניג רום קוק'נדיג איינער אויפן צווייטן צווישן די בלעטער פון דעם גרויסן בלומען קראנץ. ג'רעדט האט זי פון אמונה ובטחון בעת איך האב פרובירט ווייזן לומדות אין חובת הלבבות, ווען די טיר האט אויפגעפראלט און פיר פאר אויגן האבן געשטראלט פאר שמחה, בשעת די צוויי מחוטענסטעס האבן אונז געלאזט וויסן אז מיר זענען חתן און כלה.

דער תמים פון ישיבה מיט די תכשיטה פון שולע האבן האלב שעמעדיג און האלב צומישט זיך געוואונטשן מזל טוב. דער באבע האט שיין אויסגעפאקט קוקיס פון פריזער און אלע זענען תיכף געלאפן צו די טעלעפאנען אנרופן אלע אז א מזל טוב האט פאסירט.

---

הערן מיר שיינע לייכטע זשעס מוזיק צווישן קילע ווערמאנטע בערג. ארויף און אראפ, לינקס און רעכטס דרייט זיך די ראוד ווי מוזקאלישע נאטן. די מאגנעטן פון אהבה זענען אזוי ריין אן קיינע חשבונות אז מיר האפן אז מ'לויפט אויס פון גאז און מיר בלייבן דא שטעקן אויף אייביג.

אט דארט הערט זיך א גערויש פון וואסער. מיר שטעלן זיך אפ זוכן די קול ביז מיר זעען א געבויטע וועג פון האלצענע ברעטער פירט אריין אין וואלד.

צווישן הויכע שלאנקע ביימער און גרויסע גראזן שפאצירן אונזערע געוועזענע חתן וכלה. צווישן די נאטורליכע שושבינין נעמן מיר לאנגזאמע רואיגע טריט. מיר פילן נאנקייט וואס א חתונה אדער א שנה ראשונה וועט אייך קיינמאל נישט געבן. די גאלדענע זון שטראלן פארכאפט אונז אין א שיינעדיגע העילא וואס לאזט א חן אויף איר געזיכט שענער ווי די שענסטע כלה אויף דער וועלט.

טרערן פליסן פון מיינע אויגן אויף די אפענע הרגשה, הארץ און ריינקייט איך לעב יעצט איבער. די רעש פון די וואסער פאלע איז פיל שענער ווי די עוד ישמע ביים חתונה טאנצן. היינט זאגט די רעש עפעס, עס דערציילט און ערקלערט היינט די געפילן פון אהבה עזה כמים פנים לפנים. די רוישיגע מוזיק ביי די חתונה איז געווען ליידיג פון טיפע מיינונג פאר א חתן וואס האט ליבע נישט פארשטאנעו און געקענט. זי איז ליבערש געווען פאר די בחורים זיך אויסגעבן די ווילדע ימי הבחרות נאטורן.
אויפן וואסער פאלע ביי אירע נאסע עקן זיצט א פאר פאלק אין א דביקות פון נאנטקייט וואס נאר גאט'ס הערליכע בריאה קען זיי שענקן. די וואסער פאלט מיט כח צו נאטורס צו קראפט וואס לאזט נישט נאך. די ביימער און בלעטער שאקלן צום טאקט פונעם בריאה מיט שטאלץ בשעת די פייגלעך זינגען אין אירע שאטענס מיט באגייסטערונג.

וואקאציע איז נישט אנטלויפן פון זיך, וואקאציע איז לויפן צו זיך. דער טאטע אדער מאמע וואס ארבייטן שווער יעדן טאג פאר זייערע פאמיליעס זענען היראס פארן געבן, געבן און געבן, אבער מ'קען נאר געבן וואס מ'באקומט. באקומען באקומט מען ווען מ'גיבט אביסל צייט פאר זיך, באקומען באקומט מען נאר אויב מ'ווייסט אז דער זיך ענדיגט זיך נישט ווען מ'האט קינדער. באמת דארפן די קינדער אויך אמאל א ברעיק פון די נארמאלע סדר היום און גיין כאפן פרעש מיט די קוזינס אין קאנטרי.

---

העלא?

אה, די רבי שליט"א איז אויפן טעלעפן. מ'האט ערלעדיגט ביי גבאי'ן אז די רבי אליינס זאל אריינרופן צום לחיים ווארט..
מיט א חדרת קודש שטופטן זיך אלע מחותנים ארום די באבע'נס אלטמאדישער טעלעפאן צו הערן די רבינ'ס ברכה.

"מזל טוב! די אייבישטער זאל העלפן מ'זאל זעען א סאך נחת, ס'זאל זיין א בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים"
"אמן" שרייען אויס די צוויי מחותטענסטעס אזש די צומער האט זיך געוואלט שפאלטן.

פון אהבה בין איש לאשתו האט די רבי נישט קלאר גערעדט אפשר איז עס מרומז אינעם בנין עדי עד...

אבער ביי מיר קלער איך היינט אז אהבה איז נישט עפעס צו ווינטשן, ליבע קומט נישט פון א ברכה אדער סגולה, דאס קומט פון שווערע ארבייט פון נעמען צוויי גאר אנדערע מענטשן און טרעפן א געמיינזאמקייט וואס איז געבויעט אויף שעצע ערשט - פאר ווער דער צווייטער איז - און נאכער איז דא אויף וואס אמת'ע ליבע זאל חל זיין.

---

אריינגעטשעקט אין א קליין זיס מאטעל, זיך אפגערוהט און געגאנגען באזוכן לאקאלע לייכטע אטראקציעס. דארט א פארם, דארט א מילכיגער. דער דארט איז שוין א שניידער דורי דורת צוריק צום סיוויל וואר און א צווייטער פארקויפט טשאשקעס אין פארענט פון זיין היים.

אויף שבת האבן מיר זיך איינקוואטירט אין די געגענט ביים לאקאלן חבד רב.

מיט א אפענקייט האט ער אונז מקרב געווען מיט וואס אימער. אויף פרייטאג צו נאכטס איז אנגעקומען א געוועזענע פרומע מיט די פאמיליע. אריינגעפארקט אין רעבינס גארזש און געמאכט קידוש און ממליך געווען דעם אייבירשטן ווי דער כהן גדול ביום הכפורים. ביים זופ זענען שוין אבער אלע געווען פארזינקען מיט אים אין א וויכוח אויב ס'דא א גאט צו נישט. געהאקט האט ער אויפן טיש צו די פארלוירענע בליקן פון זיין ווייב און קינדער אבער וואונדערליך האט מיין ווייב דער בקי גענומען די חוצפה און צוריקגעשריגן מיט מענער'ישע קולות אז ס'איז יא דא א גאט... (איר געדעקט וואס זי האט גערעדט ביים בעשא?).

ביים אייז קרים האבן זיך שוין די געמוטער לאנג אפגעקילט, און אונזער גאסט האט שוין ווייטער ממליך געווען דעם אייבירשטען ביים "רבותי מיר וועלן בענטשן". מיר האבן פארברענגט נאך א פאר מינוט ביז מיר האבן געהערט זיין אויטא שטויסן בלאטע אויפן וועג ארויס.

אונטער א שטערן באדעקטע הימל זיצן מיר צו די שיין פון א נארוואס באנייטע לבנה. גאטניו זיסער, יישר כח פאר'ן אונז געבן איינער דעם צווייטן. מיר זענען א טייל פון די בריאה פונקט ווי דער הימל, לבנה און שטערן אבער מיר זענען גליקלעך צו זיין פון די חלקי הבריאה וואס קענען רעדן, שפירן, ליבען און פארשטיין.

----

אוי, סימן טוב ומזל טוב, סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל... גריזשעווען א פאר פארשלאפענע פעטערס ביים שפעט'ן ווארט.. אבער דער חתן, ער איז פארשעמט און גראבט לעכער אינעם פלאסטיק טישטוך אונטערן טיש וואו קיינער זעהט נישט. ער איז צומישט, ער האט די ערשטע מאל אין לעבן גערעדט מיט א פרעמדע מיידל און ער ריקאווערט נאך פון די שרעקליכע אומבאקוועמליכקייט. די חתונה וואס קומט און געציילטע חדשים וועט טוישן זיין לעבן אויף אייביג אבער ער פארשטייט ניטאמאל וואס גייט פאר. פעטער יוסי רייסט איבער מיינע געדאנקן מיט א גרויסען לחיים וואס האט מיר אויפגעשאקלט ביז די גיד הנשה און רוימט מיר אריין אין די אויערן: "די גרעסטע סגולה פאר שלום בית איז גוטע מדות".

צוריק אין ישיבה האב איך געדענקט זיינע ווערטער. זיך גענומען פלייסיג לערנען מוסר ספרים פון אלע סארטן, אבער זייערע הייליגע ווערטער האבן נישט געקלעקט אויף צו לאנג. נאכן חתונה דארף מען טרעפן און אויפגראבן די מדות וואס זענען ביי זיך טיף באהאלטן און מאמרי חז"ל און מליצות זענען נאר גוטע מראי מקומות און רמזים אויף די עכטע פראקטישע עבודה פון שלינגען.

---

נעבן א קאבינע אויף א קעמפינג גראנד פארווארפן ערגעץ אין ניו העמשיר, זיצן מיר ארום א קליין פייערל זיך ווארימען פון די קילע ווינטל. די פייער ווארימט די זעהל און די נשמה מיט ליבע. די פייער ציהט אויף ארויף און וויל זיך נישט פארלעשן. זי ציט ארויף העכער און העכער און לאזט נאך זיך טאנצעדיגע שאטענעס פונעם גאנצן ארום.

מיר וועקן זיך אויף ווען די פרימארגן טוי וואשט אפ אונזערע פענימער מיט איר פרישע פייכטקייט און די ערשטע שטראלן פונעם זון מאכט איר וועג צווישן די גרויסע וואלד ביימער.

אבער געוואלד! דאס פייערל אונזערע זי איז פארלאשן. אירע מאגערע פארברענטע צווייגן דערציילן פון א רייכן עבר, אבער ס'איז צייט צו גיין אהיים צוריק צו אונזער ליבע קינדערלעך. דארט ווארט אונז גאר אן אנדערע סארט פייער, א ליבע פייער פון געבן ווי איידער צו נעמען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר