והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:08 pm

החוקר האט געשריבן:עס האט מיר געקאסט אזא לאך, אז איך האב אנגעהויבן צו באקומען ספיקות צו עס קומט נישט אפשר אין [url="http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=10&t=417"]אינטערסאנטע בילדער וואס ברענגען א שמייכל.[/url] וואו קומט הודו צו נאנאש???
2017-10-01-03-33-50.jpg

איך בין געגאנגען אהין קוקן וואס נאך מ'קויפט צוזאמען מיטן וועקער, האב איך געזעהן דארט די ''לאויפער סטיל שיך''. איצט פארשטיי איך שוין פארוואס די מוסדות האבן עס נישט ליעב......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:35 pm

ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.

געוואלדיגע איידיע, לאמיר מאכן א גאו פאונד מי צו העלפן די עסקנים דעקן די קאסטן............. ;)
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:00 pm

כלבאשבוע האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.

געוואלדיגע איידיע, לאמיר מאכן א גאו פאונד מי צו העלפן די עסקנים דעקן די קאסטן............. ;)


ענדערש צו מאכן א גו פאנד מי פאר ליגעל עקשאן ווייל קען זיין אז ס'איז וויאלעישאן פון רעווירס בלעקמעיל און פרידאם אוו ספיטש. יש לעיין.

אפי' נאר אנהייבן א קלאגע קען זיין א תועלת פאר'ן ליידענדיגע ציבור.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1265
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1670 מאל

הודעהדורך וחלופיהן » זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:16 pm

מען זאל מודיע זיין אלע צייטונג פארקויפער אין דער געגנט אז עס איז דא א טשאנס צו פארדינען $500 א חודש בתנאי אז זיי הייבן אן צו סטאקן דער וועקער. אלע וועלן זיך כאפן און אויף דערווייל ליהודים היתה עורה!
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:17 pm

לויט ווי די ארענדע גייט וועלן די עסקנים בקרוב דארפן הייבן די פרייז העכער פינף מאות.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך חצוצרות » זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:29 pm

מיין הייליגער וועקער איז אנגעקומען און ס'רינט דאס יראת שמים פון יעדן בלאט. די גאנצע וועקער טראגט אזא רוחניות'דיגע דערהויבענע מאנטל אז כמעט וואס ס'ליינט זיך ווי א מוסר ספר.
כ'האב דורכגעאקערט יצחק לאווי'ס מאמר היינט פאר'ן דאווענען און ס'האט דערהויבן מיין נשמה אזש ס'האט זיך געדאוונט ווי ס'דארף זיך דאווענען אין גאטס נאמענס טאג.
אלס א קאנסערוואטיוו האב איך ארויסגענומען דערפון די וויכטיגקייט פון דקדוק הלכה, ווייל ווי מער צמצום און דיקטאטורשאפט דער מענטש שענקט אין יעדן ריר און טריט אלס מער בעל בחירה און זעלבסטשטענדיגער איז ער.
דער ארטיקל פון הרב מאשקאוויטש איבער דעם זשאנקי פראפעסאר היילמאן איז א גראדע פענסטערל צו מיין אונטער'ן באוואוסטזיין. אלעס וואס האט מיך געבאדערט ביים ליינען דעם ארטיקל האט ער אזוי שיין אויסגעשמועסט.
אחרון חביב, קום נאר אהער דו קליינער פיקאסעלע, איך וויל דיר געבן א ציפ אין בעקל מיט ליבשאפט אויף דער שיינער און פראפעסיאנאלער ארבעט דו האסט אראפגעלייגט. כ'האב נאך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן א גראפיסט זאל זיך אזוי שיין עוואלוון ווי אונזער פיקאסא ביז צו אן עקסטרעם פראפעסיאנאלן רמה.
פון גאנצן וועקער וואס איך האב שוין עספיעט צו ליינען, וואס האט מיך אממערסטנס שאקירט, איז דער מאזאאיק איבער דעם צאנזער רב'ס קאלעקאציע פון לאטעריס אין בוידעם.
וואס דארף מיך דער עפיזאד מאכן טראכטן? אז דער צאנזער רב איז געווען א הוירדער וואס קען נישט אוועקווארפן קיין זאכן אדער א קאמפאלסיוו געמבלער וואס קען זיך נישט באהערשן; א מוראדיגע אנגעוויזנקייט אין געלט אזש ער האט געטון דאס אומזיניגע, א העכערע זאך ווי דער צדיק האט ממשיך געווען די שפע מיט צירופי שמות, אדער אן אומרעאליסט וואס מיינט ער וועט רייך ווערן פון לאטעריס?
כ'ווייס נישט דער ענטפער, אבער אמאל זיכער אז עס שענקט א באהאלטענע מענטשליכע דימענסיע צו די פילע זייטן פון איינס פון די גרעסטע צדיקים בג' עמודי עולם און פון די דינאמישסטע מענטשן וואס כלל ישראל האט געהאט אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר.
ראובן ראובן, החייתני בני, אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא ויהי חלקך בין מזכי הרבים.
חצוצרות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 6:22 pm
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:37 pm

וחלופיהן האט געשריבן:מען זאל מודיע זיין אלע צייטונג פארקויפער אין דער געגנט אז עס איז דא א טשאנס צו פארדינען $500 א חודש בתנאי אז זיי הייבן אן צו סטאקן דער וועקער. אלע וועלן זיך כאפן און אויף דערווייל ליהודים היתה עורה!

א קלוגער בעל ניוססטענד וועט נעמען פון ביידע צדדים. אזוי ווי ביי קרן הצלה. די קלוגע מוסדות נעמען פון ביידע צדדים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10390
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג אקטאבער 01, 2017 3:57 pm

וואס איז מיט בארא פארק?
מילה בסלע שתיקה בתרי!
יהודי פשוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:08 pm

דער טעראר איז נאכנישט אנגעקומען אינגאנצן קיין בארא פארק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10390
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

הודעהדורך כפתור » זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:28 pm

ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.



וויפיל מאל מ'זאל נאר דורפאלן מיט פרובירן צו אונטערקויפן/אוועקמאכן/אונטערדרוקען, גייט מען נישט טוישן דירעקציע. מ'גייט מיט די קאפ-און-וואנט מיט א פרישקייט.
אמת מארץ תצמח
!You are metal
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 198 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:32 pm

כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ
דער גאלדענער אדלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1776 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:34 pm

ראובן; אדער געוואלדיג:

פליז מעלדן ווען ס'וועט זיין צו באקומען אין מאנסי

א דאנק
דער גאלדענער אדלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1776 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג אקטאבער 01, 2017 4:57 pm

אין בארא פארק איז שוין דא צו באקומען?
מילה בסלע שתיקה בתרי!
יהודי פשוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » זונטאג אקטאבער 01, 2017 5:48 pm

אין מאנטריאל איז עס דא ערגעץ צו באקומען?
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אקטאבער 01, 2017 7:38 pm

דער וועקער פאר סוכות איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7811 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:13 pm

דער וועקער איז שוין דא צו באקומען אין בארא פארק, מאנסי און קרית יואל.
דערציילט אייערע פריינט אז זיי זאלן איינהאנדלען אן אויסגאבע וואס זיי ווילן נישט פארפאסן!
בייגעלייגטע פיילס
veker 10 Stores.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7811 מאל

Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:17 pm

ראובן האט געשריבן:דער וועקער פאר סוכות איז שוין דא צו באקומען ביי טובי'ס ספרים געשעפט אין מאנסי.
שכוח, כ'האף אז ער האט גענוג, כ'פלאן צו קויפן עטליכע
דער גאלדענער אדלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1776 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

הודעהדורך ברוך בער » זונטאג אקטאבער 01, 2017 9:53 pm

ראובן האט געשריבן:דער ניוזסטענד וואס פלעגט פארקויפן דעם וועקער אין וויליאמסבורג ווערט באצאלט $500 א חודש דורך "עסקנים" אז ער זאל עס מער נישט פארקויפן.


פארשטיי נישט, וויליאמסבורג איז א גרויסע שטאט האט דער רבי געזאגט. פעלט ניוס סטענדס און געס סטעשאנס? ניי וויליאמסבורג צו יאפי לאנד איינער וועט עס גערן ארייננעמען. ווער טוט אביסל היים ארבעט? מאויבי תחכמינו קוקט ווי זיי זענען גרייט צו באצאלן און אנדרייען דער אראבער וואס אגב פארקויפט די פאסט מיט ידיעות אחרונות מיט פלעי בוי, אבער דער וועקער דאס קען מען נישט צולאזן. ברוך שלא השבית לנו גואל אינעם דור השפל אזי דא קריעטספעיס מיט עמעזאן, זיי דעליווערן צום טיר אין איין טאג אין א ברוינע בעג. די טעג פון די מאכנאווצעס צו בלעקמאלן געשעפטן איז ווערטלאז.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך מרדכי ישראל » זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:34 pm

ישראל גלויבער האט געשריבן:אין מאנטריאל איז עס דא ערגעץ צו באקומען?

ווער פונקטליך זאל עס פארקויפן דא?
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:04 pm

שפאציר איך אזוי אויף דרייצנטער עוועניו און איך ווארף א זייטיגן בליק אויף'ן ניוז סטענד אויף ניין אין פערציג'סטע גאס זעה איך אז עס ליגט נאך דארט דעם אלטן וועקער מיטן גרויסן בילד פון היילמאן... נעה... טראכט איך צו מיר, פארוואס האט ער נאך אלץ נישט די נייע?? שוין נישטא קיין ברירה... מען גייט צוריק אהיים...
גייט אדורך פינף מינוט און מען געט זיך א כאפ אריין אין קאווע שטיבל, ווי מען זעהט א פרישן מעלדונג פון ר' ראובן
ראובן האט געשריבן:דער וועקער איז שוין דא צו באקומען אין בארא פארק, מאנסי און קרית יואל.
דערציילט אייערע פריינט אז זיי זאלן איינהאנדלען אן אויסגאבע וואס זיי ווילן נישט פארפאסן!
ספאנטאן הייבן מיינע פינגער אהן צו קוועטשן אויף די קנעפלעך פונעם קי-באורד, וועלנדיג צוריק שרייבן פאר ראובן אז איך בין יעצט געוועהן ביים ניוז סטענד און די וועקער איז נישט דארט, אבער נאכ'ן איבער טראכטן די נושא איז באשלאסן געווארן אז מען גייט נאכאמאל קוקן, אפשר איז פונקט די וועקער אנגעקומען אין די לעצטע פאר מינוט...
אומר ועושה, מען לאזט זיך ארויס אין וועג, מען האלט שוין ביי 49 צווישן 14 און 13, עס גייט אדורך א סקרוך אין די ביינער... אויב וועט איינער באמערקן וואס איך נעם ביים ניוז סטענד קען עס נאך קאסטן די מוסדות פאר די קינדער אדער די דזאב... מען מוז זיך שטארק היטן פון אומגעווינטשענע אויגן... איך קום שוין אהן נאנט צום ניוז סטענד, און - וואונדער איבער וואונדער - דער נייער וועקער איז דא, איך געב זיך שנעל א קוק אים און איך זעה אז קיינער שטייט נישט צו נאנט, איך גיי צו מיט זיכערע טריט און איך געב א פרעג שטילערהייט: האו מאטש איז די וועקער? ער זאגט די וועקער איז עיט דאללערס, איך געב נאכאמאל א גוטן קוק ארום, זיכער מאכן אז קיינער האט נישט געהערט (איי, אויב האט שוין יענער געהערט איז דאך שוין סיי ווי דערנאך? אבער פאר די נערווען דארף מען קוקן), נאכן זעהן אז קיינער האט טאקע נישט געהערט, נעם איך ארויס פון בערל א געביגלטן גרינעם צעהנער (גראדע מיין איך אז דער צעהנער איז געל, אבער דברנו כלשון בני אדם) און איך געב עס שנעל א לייג אראפ דארטן, דער ערל געט א ריק אריין דעם וועקער אין א קליינעם שווארצן זעקל און ער געט מיר נאך צו צוויי דאללער... איך לויף מיט שנעלע טריט צו א שטילע סמעדריש אין געגנט און איך זעץ מיך און א ווינקל, און מיט גרויס חשק נעמט מען ארויס דעם וועקער און מען מישט אויף צום ווארט פונעם רעדאקציע און מ'הייבט אן צו לייענען...
די מעשה האלט יעצט דא....
פארזעצונג וועט אי"ה קומען בקרוב...
מילה בסלע שתיקה בתרי!
יהודי פשוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:33 pm

ליינען די וועקער קאסט די מוסדות? איבערגעטריבן אביסעלע...
לייען, לייען... עס איז ממש געוואלדיג!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14534
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16622 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17136 מאל

Re: והעשירי יהיה קודש! דער "וועקער" לכבוד סוכות תשע"ח

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג אקטאבער 01, 2017 11:37 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:ליינען די וועקער קאסט די מוסדות? איבערגעטריבן אביסעלע...
לייען, לייען... עס איז ממש געוואלדיג!
מיט די היינטיגע מוסדות קען מען גארנישט וויסן, איך וויל נישט איינשטעלן...
מילה בסלע שתיקה בתרי!
יהודי פשוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך מוזיק עקספערט » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:41 am

שמעקעדיג האט געשריבן:ליינען די וועקער קאסט די מוסדות? איבערגעטריבן אביסעלע...

אביסל איבער געטריבן???
אסאך איבערגעטריבן!!!
איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג אבער אין בארא פארק איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו קויפן די וועקער אחוץ אויב ער האט זיך געשלעפט פון וויליאמסבורג צו קויפן דעם וועקער...
מוזיק עקספערט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:46 am

קיין שום פראבלעם?? עס ווענדט זיך אין זייער אסאך זאכן... ווענדט זיך אין די משפחה אין די חברים, אין די געשטעל, אין די מוסדות... וכו' וכו' וכאן המקום להאריך, נאר די צייט ערלויבט עס נישט יעצט...
איך וועל נאר געבן צוויי עקסטרעמע ביישפילן פאר א דוגמא, אויב ליפא שמעלצער וועט עס קויפן און מענטשן וועלן זעהן וועט עס אים כמובן גארנישט שאטן, אויב אבער ר' חיים שלום האלברשטאם בן אדמו"ר מ'באבוב וועט עס קויפן און מענטשן וועלן זעהן וועט עס אים מאכן ערנסטע פראבלעמען...
מילה בסלע שתיקה בתרי!
יהודי פשוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך הר הבית » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:54 pm

געקויפט דער וועקער ביי טובי'ס אין מאנסי, ער זאגט אז ס'גייט גאר שטארק.
באניצער אוואטאר
הר הבית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:47 am
האט שוין געלייקט: 158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט