בלאט 1 פון 1

איי וועלט לאזט זיך נישט וועקען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:16 pm
דורך וחלופיהן
איך פרעג באמת און נישט לקנתר. איך בין געווען נייגעריג צו וויסן וויאזוי די איי וועלט דודס נעמען אן דער וועקער און זייערע רעאקציע און קריטיק דערצו.

גיי איך מיר צו יידישוועלט, איך מאך מיך א סירטש'ל 'וועקער' און גארנישט. א סאך רעזאלטס אויף וועקער זייגערס אבער נישט אפילו איין הזכרה פון דער וועקער. איך פריוו נאכאמאל און נאכאמאל, און גיי צו אייוועלט זען אפשר איז דער סירטש דארט בעסער אבער עס פועל'ט גארנישט. קיין זכר נישט פון דער זורנאל וואס רידערט אויף דער חסידישער יידיש שפרעכנדיגער גאס.

וואס זאגט דער עולם? פארוואס איז דער וועקער אסור לבא בקהל פון איי וועלט? האבן זיי א חרם הקדמונים? זייערע גבאים מעקן אדער דער עולם דארט פשוט ווערט פארבלענדט?