וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:52 pm

דער וועקער לכבוד סוכות איז ארויס, דער עולם פאנגט שוין אן צו לייענען, עפן איך דעם אשכול פאר קאמענטארן אויף דעם קאווער סטארי -- דער אינטערוויו מיט דעם גרויסן דענקער און רעדנער הרב יוסף יצחק יעקבסאן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7811 מאל

הודעהדורך diff » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:18 am

דער אדמור רממ האט געזען וואס מיר האבן פארזעהן. אז מיר דארפען יעצט זייער קירוב
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:31 am

הלואי קען רבי ווייוויי שרייבן א קאלום אין יעדן וועקער. די אויגן זענען מיר נאס געווארן פון זיינע הייליגע ווערטער. די גאנצע ארטיקל איז הימעליש. @ראובן ! wow wow wow! די וועג ווי אזוי האסט צוגעגרייט די טיש פאר אים.. מיי גאוד איי לאוו דיס שאו! (קרעדיט: מעל בי)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4754
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9137 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:26 am

ראובן: איך האב נאך דעם וועקער (ליידער) נישט געהאט די זכיה צו ליינען. איך וויל נאר וויסן (פאר ענייני שידוכים) אויב דער דענקער, רעדנער און שרייבער וועלכער האלט אינמיטן אייננעמען די אידישע וועלט מיט זיין קלארן וועג פון טראכטן,רעדן און שרייבן איז א ברא כרעא דאבוהו פון זיין גרויסן טאטן ר' גרשון דזשעיקאבסאן, ע"ה. וועם איך האב פערזענליך גוט געקענט. און כ'האב איהם פאררעכנט אלס ידיד. נאר ביי איהם איז מקויים געווארן דער פסוק במלוא מובן המילה. ..."לא לחכמים לחם"...! ער איז געוווען א איד א ת"ח. א ווארימער חסיד'ישער איד. אבער א פרוטה האט נישט גענעכטיגט ביי איהם אין שטוב. אדער אין אפיס..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6608 מאל

Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן

הודעהדורך פיקאסא » זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:21 am

@ראובן א ריזיגע יישר כוח פאר דיין אינטערוויו, די תוכן איז מוראדיג, דיין שפראך איז מוראדיג און פארשטייט זיך אז די פערזענליכקייט איז מוראדיג. ס'איז א געוואלדיגע מיילסטאון פארן וועקער צו האבן אן אינטערוויו מיט אזא חשובע און אנערקענטע פערזענליכקייט אינערהאלב די חרדישן ציבור ווי האב יעקבסון.

חוץ מזה איז בתוך הדברים אויסגעשמועסט געווארן עניני אישות וואס איז א דבר הצריך תיקון גדול מאד במחנינו ואין פוצה פה ומצפצף.
הלוואי אז מ'קען ווען מאכן אן עקסטערן קאלום צו פרעגן שאלות פון הרב יעקבסון "עסק די ראביי", ווי ער וואלט געענטפערט אויף אלע פראגעס לדעת את המעשה אשר יעשון. #שיינעחלום.

אויב די כאפסט מיט איהם נאך א שמועס, פרעג איהם מער איבער די ברענעדיגע נושאים אויפן טיש, די אלע פראבלעמען פון די סאסייעי און ווי אזוי מ'געבט זיך מיט זיי אן עצה. און געב איבם איבער א פערזענליכע דאנק - פאר זיינע דרשות אין דעם אינטערוויו - פון מיר.

הערות וועלן נאכפאלגן.
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:06 pm

איך האב אנגעהויבען ליינען די הקדמה צום מאמר, און איך האב טאקע שטארק הנאה זיך צו קענען מיט זיין געשיכטע, נאך דעם וואס מ'הערט אזויפיהל וועגען איהם דא אין שטיבעל.

ער האט אסאך רעכט אין די זאכען וואס מ'זאגט נאך פון איהם, און אסאך פון זיין עניינים האבען מיר געשטערט. מ'דארף טאקע טרעפען א פאזיטיווע וועג צוריק צו ברענגען די נארמאלע עיקרי הדת צו די מענטשהייט און אויפבויען א גלאטערע וועג פון טראכטען דורך די שווערע לאסט פון די געזעלשאפט.

מיר שטערט אביסל דער עקסטרעמיזם פון זיין שיטה. אז מענטשען 'דינען' זייער סביבה, איז עס נישט מער ווי א שלא לשמה, אזוי ווי יעדער שלא לשמה. ווי איז געהערט געוואערן מזלזל זיין אין שלא לשמה? מ'דארף ארבעטען און שטרעבען אויף לשמה, און מ'דארף זיך היטען אז דער שלא לשמה זאל נישט ווערען דער עיקר, אבער מזלזל זיין אין זייער שלא לשמה איז נישט אויסגעהאלטען.

בכלל, דארף מען זיך היטען אז די רפואה זאל נישט זיין ערגער ווי די מכה.

איך הער אויך נישט קיין סאך חב"ד אין זיין עניינים. ער פארטרעט נישט חב"ד אזוי פיהל. לדעתי איז הרב שת טויב אסאך א גרעסערע חב"ד'סקע און אסאך א רואיגער נארמאלערע דענקער ווי איהם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6274
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5943 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:15 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ראובן: איך האב נאך דעם וועקער (ליידער) נישט געהאט די זכיה צו ליינען. איך וויל נאר וויסן (פאר ענייני שידוכים) אויב דער דענקער, רעדנער און שרייבער וועלכער האלט אינמיטן אייננעמען די אידישע וועלט מיט זיין קלארן וועג פון טראכטן,רעדן און שרייבן איז א ברא כרעא דאבוהו פון זיין גרויסן טאטן ר' גרשון דזשעיקאבסאן, ע"ה. וועם איך האב פערזענליך גוט געקענט. און כ'האב איהם פאררעכנט אלס ידיד. נאר ביי איהם איז מקויים געווארן דער פסוק במלוא מובן המילה. ..."לא לחכמים לחם"...! ער איז געוווען א איד א ת"ח. א ווארימער חסיד'ישער איד. אבער א פרוטה האט נישט גענעכטיגט ביי איהם אין שטוב. אדער אין אפיס..!

פאר עניני שידוכים, געב אויס די 7.99 געוואויר צו ווערן דעם ענטפער. :)
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1920
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7811 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:22 pm

ראובן: די $7.99 וועל איך אויסגעבן אפילו צען מאל. אבער נישט נאר וועגן ענייני שידוכים נאר לשמה. צו הערן און ליינען דעם גאנצן אינטערוויו. דער שידוכים מאטיוו איז נאר געווען א ווערטל. איך גיי שוין בלי"נ (מארגן אינדערפריה) ארויס קויפן דעם נייעם וועקער...איך וועל טשעקן ביי אלע גרויסע ניוססטענדס אין בארא פארק וואו ס'איז דא צו באקומען. אויב די סיקריקים וועללן נישט אנקומען ערשט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 10388
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 11432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6608 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:32 pm

א לינק פון די שיעור וואס ער רעדט פון
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1073
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 01, 2017 8:47 pm

איך גיי ווייטער אין די ארטיקל און איך זעי ווי ער רעדט שטארק פון דעם אז מ'טאר נישט אפהאקען אידישקייט פון אמת.

דער ראש השנה האט מיר מיין אינגעל געפרעגט "פון וואנעט האבען חז"ל געוואוסט וויאזוי סיסרא'ס מאמע האט געוויינט ווען זי האט אפגעווארט איהר זוהן? ווער איז דארט געווען"

איך האב איהם גע'ענטפערט אז חז"ל האבען מסתמא געשעצט און גערעכענט וויאזוי א מאמע וואלט געוויינט פאר איהר זוהן אין אזא מצב, און אפגעלערנט די נאטור פון א מענטש. איך האב שפעטער געשמועסט מיט אן עלטרערע מענטש (עכ"פ עלטער ווי מיר, מסתמא אין די מיטל זעכציג יארען) א תלמיד חכם א בעל צורה, און ער האט מיר געזאגט מיט א פעסטקייט אז קינדער דארף מען זאגען מיט א פעסטקייט 'סוד ה' ליראיו!' ער קען שפעטער קאלייע ווערען!

איך האב איהם נישט גע'ענטפערט, אבער דא זעי איך ווי מ'האנדעלט די סארט נושא, האט עס מיר דערמאנט פון די שמועס. דער קינד קען הערען דער אמת, ס'וועט איהם גארנישט שאטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6274
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5943 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג אקטאבער 01, 2017 10:26 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר שטערט אביסל דער עקסטרעמיזם פון זיין שיטה. אז מענטשען 'דינען' זייער סביבה, איז עס נישט מער ווי א שלא לשמה, אזוי ווי יעדער שלא לשמה. ווי איז געהערט געוואערן מזלזל זיין אין שלא לשמה? מ'דארף ארבעטען און שטרעבען אויף לשמה, און מ'דארף זיך היטען אז דער שלא לשמה זאל נישט ווערען דער עיקר, אבער מזלזל זיין אין זייער שלא לשמה איז נישט אויסגעהאלטען.

ישעיה (כט, יג - יד) יען כי נגש העם הזה בפיו ובשפתיו כבדוני ולבו רחק ממני, ותהי יראתם אותי מצות אנשים מלומדה, לכן הנני יוסף להפליא את העם הזה הפלא ופלא; ואבדה חכמת חכמיו, ובינת נבניו תסתתר
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:23 am

@ליטוואק,
פארוואס זאלן חז"ל מאכן אזא מאדנער און אומפארשטענדליכער שאצונג, אז ווען א מאמע וויינט, אינגאנצן אויסמענטש, אויף איר טויטן זון, זאל זי מאכן פונקט הונדערט קולות?

דא איז סוד ה' ליריאיו דווקא דער מער מסתברא'דיגער תירוץ.

איך נעם אן אז דו גלייבסט יא אז ס'דא אזא זאך ווי סוד ה' ליריאיו.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:46 am

גיוו מי עי ברעיק, וואס האט הונדערט קולות מיט אם סיסרא?

פון אם סיסרא לערנט מען וואס א תרועה מיינט.
שטייט דארט ותיבב, און ביי תרועה טייטשט תרגום יבבה.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1711
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2417 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 9:48 am

דער גמרא זאגט עס אין געוויסע פלעצער. אבער דא נישט.

אחוץ סוד ה' ליראיו, האבען חז"ל געהאט אנדערע קוואלן פון אינפארמאציע. זיי האבען זיך אריין געלייגט אין די לענג און די ברייט צו פארשטייען א קליין שטיקל תורה. זיי האבען געוואלט דער ריינע אמת און זענען געווען גרייט צו ארבעטן עד כלות הנפש דערפאר. אויף די אלע זאכען אויף וואס די כח העלפט נישט, האט מען געדארפט אנקומען צו סוד ה' ליראיו, אבער ביז אהין איז אויך דא א לאנגע וועג. אין יעדער אומדנא פון חז"ל איז געלעגען די אלע מיה און פלאג וואס אונזער חכמים האבען געזען פאר די מינימום פרייז פון אמת.

(אגב, חז"ל זאגען נאר אז אדער גנוחי גנח אדער יבובי יבב, נישט הונדערט קולות. דאס איז שוין פון שפעטער).
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6274
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5943 מאל

הודעהדורך סימפל » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:01 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:א לינק פון די שיעור וואס ער רעדט פון

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=46339
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל

Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:27 am

אקעי, מיר איז געווען פשוט אז ער געפרעגט אויף די מספר מאה קולות.
אגב, ס'איז טאקע נישט קיין גמרא, אבער ס'איז פשוט למי שמתמצא בזה אז אזא ערוך איז א מדרש.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:18 am

דעיקר רשעות פין עלטערן אין חתן רביס אז מלערנט ניש און געגן Birth Control. אלהינו שבשמים נקום את נקמתנו.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

הודעהדורך יתרו » מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:46 am

מיליאן פראצענט גערעכט DIFF אבער מרא דבשמיא ווי קומט עס דא אריין ???
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 661
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 581 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:18 pm

מיר האבן מורא'דיג הנאה געהאט פון דער אינטערוויו. הרב יעקבסאן בארירט אזויפיל וויכטיגע נקודות וואס זענען אונז נוגע טאג טעגליך. מיין ווייב איז ממש נתרגש געווארן צו זעהן אז ס'נאך דא א רב מיט א גראדע קאפ, וואס פארשטייט און ווייסט פונקטליך וואס מיר אנשים פשוטים סטראגלען דערמיט. לצים וועלן אלעמאל טרעפן אופנים אים אוועקצומאכן, אבער קלוגע לייט וועלן אויסנוצן דער געלעגנהייט וואס הרב וויי וויי פרעזינטירט אויף אן אלטערניטיווע חרדי'שע אידישקייט.

איין זאך וואס ס'האט מיר געשטערט איז אז פון זיינע ווערטער איז משמע אז אלעס (בנוגע אמונה) קען ער לאגיש ערקלערן, אויב דער מאזין איז נאר אינטערעסירט צו הערן. דאס איז עפעס וואס איך קען נישט מקבל זיין. נישט אלעס קען מען פארשטיין לאגיש.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2643
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5963 מאל

הודעהדורך יתרו » זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:48 pm

מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 661
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 581 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:57 pm

יתרו האט געשריבן:מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.

וואס איז די וועקער? און וועם (רע)פרעזענטירט עס?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג אקטאבער 08, 2017 8:56 pm

ישר כח @ראובן פאר די ארטיקל. הרב יעקבסאן קומט ארויס אלץ א פלאם פייער, און ראובן'ס פעדער ברענגט איהם ארויס נאך פיהל שטארקער!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

Re: וועקער 10: אינטערוויו מיט הרב יוסף יצחק יעקבסאן

הודעהדורך פליקער » זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:16 pm

איך האב געליינט דעם מאמר פון ראוובן, אבער ווי עס זעט מיר אויס איז אלע אינפאמאציע געווען עוועלעבל אויף זיינע שיעורים, דעריבער זעי איך נישט קיין שום זאך וואס מען האט געברויכט האבן דעם ראביי עס זאל זיין שאלות און תשובות, ווייל אלעס וואס מען האט געברענגט איז שוין וואויל באקאנט פאר די וואס זענען מקשיבים. (איך ריספאנד דערמיט צו יתרו)

און איך וויל טאקע זאגן דא אז איך האב שטארק הנאה געהאט, ווייל אפילו צימאל ווען ער חזרט זעלבסט איבער זיינע וויצען און מעשות איז עס נאך אלס גאר אינטערעסאנט. ווי אזוי האט ער אמאל נאכגעזאגט אז א וויץ מעג מען נאר איבער זאגן איין מאל א חודש, א מעשה איין מאל א וואך, און א שטיקל תורה מעג מען איבער חזרן צוויי מאל אין די זעלבע דרשה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1654
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3451 מאל

הודעהדורך יתרו » מאנטאג אקטאבער 09, 2017 1:32 am

קורקלענד האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:מאחורי הפרגוד
יעקבסון האט נישט געוויסט וואס די וועקער איז און וועם דאס פרעזענטירט בשעת'ן אינטעוויו, אזוי האט ער געזאגט א נאנטער ידיד. ער האט ציגעלייגט אז עס טוט אים נישט באנג, און וואלט מן הסתם זיך געלאזט אינטערוויון אפילו ער ווייסט ווען.

וואס איז די וועקער? און וועם (רע)פרעזענטירט עס?

געב א קליק דארט אויבן וועסטו וויסן וואס די וועקער איז, (איך בין זיכער די מיינסט נישט מדייק צו זיין אין דעם "די" אדער "דער" ווייל איך קען דיך נאך נישט פאר אזא טראלל)
לגבי וועם דער וועקער רעפרעזענטירט, איז ווייטער א טראללישע קשיא, אבער איך וועל דיר ענטפערען דאס מאל עס רעפרעזענטירט א געמיינדע וואס זייערע דעות לאזט מען נישט אויסלופטערן ברבים און זייער אויסגאבע ברויך מען פארקויפן אויף עמעזאן, געז סטעישענס און טוביה'ס.
און מר. פליקער מיט אזעלעכע תורות קען מען האבן א אינטערוויו מיט מנשה פילאפ אויך, די נקודה איז ווען איינער אינטערוויו זיך מיט אן אויסגאבע געט ער א סארט לעגעטימאציע אויפן אויסגאבע. איך מיין פירושים זענען איבעריג.
#קידס_גראו_אפ_קען_ווי העוו_ע_נארמעל_דיסקאששען???
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 661
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 11:32 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 581 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אקטאבער 09, 2017 12:19 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר שטערט אביסל דער עקסטרעמיזם פון זיין שיטה. אז מענטשען 'דינען' זייער סביבה, איז עס נישט מער ווי א שלא לשמה, אזוי ווי יעדער שלא לשמה. ווי איז געהערט געוואערן מזלזל זיין אין שלא לשמה? מ'דארף ארבעטען און שטרעבען אויף לשמה, און מ'דארף זיך היטען אז דער שלא לשמה זאל נישט ווערען דער עיקר, אבער מזלזל זיין אין זייער שלא לשמה איז נישט אויסגעהאלטען.

ער האט מזלזל געווען אין די וואס דינען זייער סביבה, ווייל ער האלט אז דינען די סביבה איז א סתירה מיט דינען גאט עד כדי כך אז ס'איז א בחינה פון עובדי עבודה זרה. והא ראי' אז ווען עס קומט צו א קאנפליקט צווישן גאט און די סביבה וועלן די וואס דינען די סביבה טוהן אזויווי די סביבה. ווידער שלא לשמה מיינט נישט לשם ע''ז. פונקטליך די טעכניקעלס וויאזוי מחלק צו זיין וועט מען דארפן פרעגן א בריסקער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron