דעם זיידנ'ס ירושה (וועקער 10)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

דעם זיידנ'ס ירושה (וועקער 10)

הודעהדורך יצחק וואלד » דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:10 pm

אונזער לעכטיגער @ראובן האט שטרענג באפוילן צו עפענען אן אשכול איז נישטא קיין צוויי ברירות. עס שווינדלט מיר די קאפ פון די קאמפלימענטן פון די גרויסע לייט דא ווי @כוכב, @יאיר און אנדערע, כ'בין נישט ממש ראוי דערצו. די מעשה איז אזוי איך בין לעצטנס היפש אביסל אבעסעסירט מיט דעם האלאקאוסט, היטלער און נאציזם, פרובירנדיג אן ערפאלג צו דערגרינטעווען וויאזוי משוגענע אידיאלאגיע קען פירן די מענטשהייט צו אזאנע מאסיווע טייוולאנים. די מעשה איז מיר אריין אין קאפ נאכן אבזערווירן אן אלטן זיידן טאקע פון לאזש וואס קוים ער לעבט, און כ'האב אזוי געטראכט ווער ווייסט וואס ער איז אדורך און באגראבן אלע יארן און אומבאוואוסט אריבער ג'ירשעט צו די קינדער און אייניקלעך. ליינענדיג דעם טאג בוך פון א אינג מיידל פון געטא רבקה ליפשיץ האט אויך צוגעהאלפן מיט די פאקטן דורך א קינדס אויג. איינער מיט א שארף אויג דא האט אנגעמערקט אז א קערנדל איז פון 1984 וואס איז אמת, כ'האב עס געליינט היפש עטליכע יאר צוריק אויף א פרי פעיד סעל פאון, די פאראגראפן מיט די מאמע און קינד האט מיר דעמאלטס באנומען עס האט זיך מיר צוגעקלעפט אין קאפ, והוא רחום יכפר עון אויב עס ענדלט צו שטארק.
יצחק וואלד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 14, 2017 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט