אריכות ימים (וועקער 10#)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

אריכות ימים (וועקער 10#)

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 12:32 pm

אריכות ימים


ער האט גראדע געהאט אריכות ימים

זעהט אויס ער איז געווען א תמים

גאנצע פיר-און-צוואנציג-און-א-האלב טעג געלעבט

ווען ארום און ארום א מיסטעריע שוועבט,



א פחד אין הארץ עס טוהט רוישן

ער איז שוין ישן נושן

וועט זיין גורל זיין בעסער

אדער נישט אנדערש פונעם פאריגן מעסער,



אבער די גזירה שוין געווען פארשריבן

ער איז אויך נישט איבערגעבליבן

אין א טונקעלן נאכט אדער העלן טאג

קיין שיילער איך פארמאג

- - -



צו מיינט איהר דען

איך וועל זיי נאך טרעפן סיי ווען,

ביים פסח'דיג מאכן א אומבאקאנט ווינקל

וואו עס איז אייביג טונקל,

א הויפן שיילער פון אלע קאלירן

כסדר נעלם געווארן אויף מיינע געהירן?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3821
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4636 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:17 pm

אפשר בינד זיי טאקע צו מיט שטריקל
אזוי ווי די טעפלעך אין בית מדרש'ל
אדער די נעגלעך שניידער אין טאהש שטעטל
גענוי ווי די פענס אויפ'ן באנק טישל
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1667 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 1:20 pm

די קינדער ווילן דאך העלפן געוויס
אבער קענען נישט שיילן שטייענדיג אויף די פיס
אויך די גרויסע שיילן דא און דארט
יעדעס מאל אן אנדער ארט
גייט עס אהין און צוריק
און ווערן פארשוואונדן אין אן אויגן בליק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3821
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4636 מאל

Re: אריכות ימים (וועקער 10#)

הודעהדורך מפוזרי » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 3:49 pm

שכוח. זייער דערפרישנד אז דער ליטעראטור מאכט שוין פלאץ פאר א שיילער. ס'איז א סימן פון פארשריט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 698 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אקטאבער 25, 2017 7:35 pm

מפוזרי האט געשריבן:שכוח. זייער דערפרישנד אז דער ליטעראטור מאכט שוין פלאץ פאר א שיילער. ס'איז א סימן פון פארשריט.


דארפסט כאפען די עסק, כדי מער צו פארשטיין דארפסטו אנפרעגען ביי חברינו הוגה און לעיקוואד וכודומה , ס'דא יד אלוקית אין הענטעל און ווערט מצומצם אינ'ם שפיציגען חלק פון מעסער, ווען ס'ווערט פארלוירען מיינט עס אז מ'קען נישט זען יד ה', און ווען מ'צעשנייד זיך איז דאס באהאלטענע אהבה...

וועקער איז פאר אינטעלעקטואלע חברה..
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1667 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט