בלאט 1 פון 1

אריכות ימים (וועקער 10#)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 12:32 pm
דורך געוואלדיג
אריכות ימים


ער האט גראדע געהאט אריכות ימים

זעהט אויס ער איז געווען א תמים

גאנצע פיר-און-צוואנציג-און-א-האלב טעג געלעבט

ווען ארום און ארום א מיסטעריע שוועבט,



א פחד אין הארץ עס טוהט רוישן

ער איז שוין ישן נושן

וועט זיין גורל זיין בעסער

אדער נישט אנדערש פונעם פאריגן מעסער,



אבער די גזירה שוין געווען פארשריבן

ער איז אויך נישט איבערגעבליבן

אין א טונקעלן נאכט אדער העלן טאג

קיין שיילער איך פארמאג

- - -



צו מיינט איהר דען

איך וועל זיי נאך טרעפן סיי ווען,

ביים פסח'דיג מאכן א אומבאקאנט ווינקל

וואו עס איז אייביג טונקל,

א הויפן שיילער פון אלע קאלירן

כסדר נעלם געווארן אויף מיינע געהירן?