נהמא דכיסופא (וועקער #10)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 744 מאל

נהמא דכיסופא (וועקער #10)

שליחה דורך מפוזרי »

ס'איז נאכנישט געעפנט געווארן אן אשכול אויף [tag]לעיקוואד[/tag]'ס אויסגעצייכנטער ארטיקל, וועל איך דעריבער גיין פתיחה.

קודם כל א ריזן סאלוטאציע! צו צענעמען אזא טיפער און דקות'דיגער ענין מיט אזוינע מושכלות מופשטות און עס אזוי מפשט זיין און אויסלייגן כשולחן הערוך, איז צום באוואונדערן.

אפאר נקודות דארפן א תוספת ביאור. די עיקר נקודה פונעם מאמר, בקיצור נמרץ, איז אזוי: אנדערש ווי מ'וואלט פשוט פארשטאנען אז די הטבה איז דער הויכער גן עדן און אונזער נידריגער וועלט איז נאר אן אמצעי, א היכא תמצא, אז מיר זאלן קענען געניסן פונעם גן עדן בלא בושה. ביסטו מסביר אז ניין, אונזער וועלט וואו ס'דא בחירה, דאס גופא איז די הטבה השלימה שאין בה בושה. וואונדערבאר. אבער וואס וועט זיין לאחר מאה ועשרים? דארט איז שוין נישטא קיין בחירה? באמת האסטו עס אדרעסירט אויפן שפיץ גאפל, אבל לא כל הצורך.

והעיקר וואס איז מיר שווער, די קשיא וואס דו האסט געברענגט סוף ארטיקל. וואס האבן די רשעים פון די בריאה? האסטו אזוי שיין מסביר געווען אז אויב די עצה קעגן נהמא דכיסופא איז בחירה, זעלבסשטענדיגקייט, האבן זײ עס ערשט געקריגן. איז מיר אבער שווער, די גאנצע פראבלעם מיט נהמא דכיסופא איז כדי די בריאה זאל זיין א הטבה. איז איה"נ די בריאה פאר די רשעים איז טאקע נישט קיין נהמא דכיסופא, אבער מיט וואס ווערט עס א הטבה? וואס האבן זיי דערפון, פארוואס האט זיך עס זײ געלוינט?

בשנות בחרותי האב איך אמאל געפרעגט ממורי הרה"ח שליט"א אז אויב דער גאנצער תכלית פון ביאתי לזה העולם איז כדי צו קענען קריגן גוטס וואס איז נישט קיין נהמא דכיסופא, איז ריכטיג ס'דא בחירה, אבער ס'דאך אויך דא ידיעה, איז אויב ס'גלוי לפניו אז איך וועל דורכפאלן און זינדיגן וואס האט זיך עס מיר געלוינט? צום סוף נאכן אריבערגיין שבעה מדורי גיהנום וועל איך ווײטער דארפן צוקומען לחסד חנם ולא בזכות? וענה לי, שיהיה איך שיהיה וועט עס אלץ זיין בעסער ווי די נהמא דכיסופא וואס איך האב געגעסן איידער איך בין געקומען לזה העולם, איך בין א זיכערער פארדינער. דאס האב איך געהערט לפי דעם פשטות'דיגן הבנה, ווי איז עס לויט דיין ביאור?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר