קאמענטארן אויף וועקער הנצחות

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

קאמענטארן אויף וועקער הנצחות

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:27 pm

אינעם וועקער'ס לעצטן בלאט ערשיינט די "הנצחות" וואס ווערן געשריבן דורך ספאנסערס. ס'איז א זיס בלאט צו לאזן הערן א ווארט, א געדאנק, א ווערטל, וכו'. לאור קריאת @הוגה צו גרינדן אן ארט פאר קאמענטארן אויף די הנצחות, פרעזענטיר איך דעם אשכול...

די הנצחות בלאט פון וועקער נומער 10, תשרי תשע"ח:
בייגעלייגטע פיילס
2017-12-10.png
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג מערץ 26, 2018 10:17 pm

כ'האב נאכאמאל הנאה געהאט פון די אייגנארטיגקייט און שעפערישקייט פון די הנצחות. ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון איין ספעציפישע הנצחה... איך זעה דעם הנצחה פאר סטיווען האוקינג מער אלץ א קאמישע פאראדיע פון די אופן וויאזוי מ'איז מנציח נפטרים ביי אונז ווי איידער אן ערענסטע הערכה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6325 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג מערץ 27, 2018 12:58 am

אויב כ'האב נישט קיין געלט, כ'האב אבער א גוטס, קען איך עס אויך שיקן?
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

Re: קאמענטארן אויף וועקער הנצחות

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג מערץ 27, 2018 2:02 am

עס וואוינט נישט קיין איין ביניק אין בלומינבורג
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 27, 2018 2:30 am

ער וואוינט באמת אין קרית יואל, ער זאגט נאר אז ער וואוינט אין בלומינבערג.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4852
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9428 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג אפריל 23, 2018 5:09 pm

עס זענען אריינגעקומען טענות אויף דער הנצחה אין וועקער נומער 12, לזכר נשמת סטיווען האוקינג. וועל איך דא ארויפשטעלן איין אזא טענה, און מיין ענטפער:

עס האט מיך זייער געבאדערט דעם גאנצן הספד אויף סטיווען האוקינג. איך ווייס נישט, איך בין נישט דער גרויסער חכם אדער אויבער חכם, איך פארשטיי גוט צו די קארופציע פן די היינטיגע, ניי באשאפענע-קולטור באזירטע אידישקייט, אבער נאך אלעם איז סטיווען האוקינג געווען איינער וואס האט געזאגט קלאר אז עס איז נישט דא קיין באשעפער אויף דער וועלט. אויב אזוי וואסערע מקום האט אזא הספד מיט די אלע לשונות של שבח אין אזא אויסגאבע.

א דאנק פאר דיין הערה.

קודם כל איז דער הספד געווען א באצאלטע זאך וואס א ספאנסער האט אריינגעשיקט. דאס מיינט נישט אז וועקער נעמט נישט אחריות דערויף, כ'זאג סתם אז דאס איז נישט אריין פון וועקער'ס אייגענעם איניציאטיוו.

כ'האב געהערט דעם קריטיק פון א סך אנדערע אויך, און כ'מוז מודה זיין אז עס האט מיך געטראפן אין שאק. סטיווען האוקינג איז געווען פון די גרעסטע וויסנשאפטלער היינטיגע צייטן -- ער איז אזא איינער אויף אזא גאטונג ווי אלבערט איינשטיין. פארשטייט זיך אז יעדער מענטש וואס שעצט חכמה האט א שעצונג פאר האוקינג. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פלוצים ווען ער איז אוועק האבן טייל חרדים אים געמאכט ווי דעם סימבאל פון כפירה. האוקינג איז נישט געווען קיין מיליטאנטישער כופר א שטייגער ווי ריטשארד דאוקינס (וועמענס ציל אין לעבן איז מרבה צו זיין כפירה אויף דער וועלט), נאר ווי א געווענליכער וויסנשאפטלער, א שטייגער ווי איינשטיין. און גראדע פונקט ווי איינשטיין, האט האוקינג אויך טיילמאל גענוצט רעליגיעזע טערמינען אויף זיין שעצונג און וואונדער פון דער בריאה.

אמת, האוקינג איז נישט געווען קיין מאמין. אבער זינט ווען איז א מענטשנ'ס אמונה אונזערס אן עסק? פאר דעם אנגעפאשעטן כופר, שוטה און מנובל דאנעלד טראמפ מעג מען מאכן א הנותן תשועה למלכים פארנט פון אן אפענעם ספר תורה, אבער א חכם הרזים וואס האט נישט נהנה געווען פון דער וועלט אפילו באצבע קטנה טאר מען נישט אויסלויבן אין א זשורנאל?

שוב נחמתי אז די שפאט און אפשיי פון דאוקינס האט גארנישט געהאט מיט זיינע שיטות אויף בריאת העולם, נאר מיט זיין שטיצע פאר דער אנטי-ישראל BDS באוועגונג. אז דו פרעגסט מיר פערזענליך, איך בין פרא-מדינת ישראל, אבער חכמה איז פיל העכער פון פאליטיק.

אלזא, איך זע נישט קיין שום פראבלעם אויסצולויבן איינער פון די גרעסטע חכמים פון דעם דור, וועמענס אויסערגעווענליכן לעבן דארף זיין א לעקציע פאר אונז אלע.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

Re: קאמענטארן אויף וועקער הנצחות

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 23, 2018 5:40 pm

נאר מעורר צו זיין, הנותן תשועה זאגט מען נאך יקום פרקן, מיט א פארמאכטע ספר תורה. עכ"פ אזוי געדענק איך מימי ילדותי, פאר די מלכה ובית מלכותה (וואס איז היינט צו מזל נתרבה געווארען) ירום הודם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8444
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7910 מאל

הודעהדורך הוגה » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 8:22 pm

איך בין נייגעריג צו וויסן אויב שרה בת טובים פון די הנצחות איז עפעס א באקאנטע פיגור.

אויך איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן די הנצחה פארן בארדיטשוב'ער און דער חתם סופר געשריבן מיט זייער מאמע'ס נעמען אנשטאט די נעמען פון זייערע טאטעס.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6325 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:38 am

הוגה האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסן אויב שרה בת טובים פון די הנצחות איז עפעס א באקאנטע פיגור.

https://he.m.wikipedia.org/wiki/שרה_בת-טובים
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:44 am

מיימון האט געשריבן:דיין לינק איז נישט גוט. איך האב שוין געזען עטליכע מאל דעם פראבלעם, דו נוצט מסתמא א מאוביל דעווייס און עס געט נישט דעם גאנצן URL די עצה: קליק אויף די דריי פינטלעך אויבן רעכטס/שעיר/קאפי צום קליפבאורד
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:46 am

מיימון האט געשריבן:
מיימון האט געשריבן:דיין לינק איז נישט גוט. איך האב שוין געזען עטליכע מאל דעם פראבלעם, דו נוצט מסתמא א מאוביל דעווייס און עס געט נישט דעם גאנצן URL די עצה: קליק אויף די דריי פינטלעך אויבן רעכטס/שעיר/קאפי צום קליפבאורד

אדער, קאפי מיין לינק, און פעיסט עס אריין אין דיין בראוזער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9261 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 8:48 am

דיין לינק ארבייט נישט, אבער א שנעלע זוך אויף וויקי זאגט מיר אז זי איז די מחברת פון די תחינות וואס אידישע פרויען זאגן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6325 מאל

RE: ראוד טעסט הנצחה - וועקער 15

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג מערץ 14, 2019 2:39 pm

די סגולה פון מנדב זיין לזכות דער וועקער ארבעט נאר אויב מען זאגט צו מפרסם צו זיין? אדער די עצם חשיבות פונ'ם צוועק פועל'ט די ישועה?

חי' ריזל פ. פון מאנסי איז נישט מאריך. ביטע ערקלער.

א דאנק.
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3021 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט