ביים וואסער אין אנטווערפן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

ביים וואסער אין אנטווערפן

הודעהדורך ראובן » פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:22 pm

אין וועקער נומער 11 איז געדרוקט אז הארציגן ארטיקל מיט'ן נאמען "ביים וואסער אין אנטווערפן". הרהורי הלב פון א ברודער נאך זיין ברודער'ס חתונה.

דער ארטיקל האט מיך זייער איבערגענומען מיט זיין רויען געפיל און הארציגקייט, און באזונדער איז עס א נושא וואס ווערט גאר ווייניג בארירט -- די נושא פון גיטין.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9440 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 8:15 pm

ראובן: ייש"כ. נקרא ונשמע. עמיר ליינען און (דער)הערן. מ'עט אי"ה קויפן דעם נייעם וועקער ביי ניוססטענד 49טה. סטר. ביי דעם חשוב'ן פאקיסטאנער גוי וועלכער האטציך שוין אויסגעלערנט האלב אידיש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

Re: ביים וואסער אין אנטווערפן

הודעהדורך מפוזרי » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 8:40 pm

איך האב אויך מיטגעוויינט ביים ליינען.
די נושא איז נישט נאר דער ריבוי הגיטין לאחרונה, וואס קען זיין האט אויך פאזיטיווע אספעקטן, נאר בעיקר די וויסטע עלנדקייט און איינזאמקייט וואס קומט דערנאך.
וואו איז אונזער מיניסטער אוו לאונלינעס.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

הודעהדורך חכימא » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 9:10 pm

געליינט און געוויינט!!!

בנוסף לכל הצריך תיקון,
ואף גם זאת, די סטיגמע וואס גייט קיינמאל נישט אראפ פונ'ם גרוש,
עד כדי כך אז ער קען זיך נישט דערשלאגן צו קיים שום נארמאלע שטעלע, און ער איז נדון לדראון עולם. משא"כ אין די גויאישע אדער סעקולערע וועלט איז עס בכלל נישט קיין חסרון, און מ'קען דערגרייכן צום סאמע שפיץ, אזש ביז'ן בענקל פון דער פירער פון די פרייע וועלט - דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן!

לדעתי דינט דאס ווי א שטעקן פאר די פילע אומצופרידענע פון זייער מעריעדזש, א דירעקטע תוצאה פון אונזער קראנקע שידוכים סיסטעם. ואכהמ"ל.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 9:14 pm

חכימא: אונז האבן געהאט דא אין קאווע שטיבל א גרוש. ער פלעגט פאר עטליכע יאר וויינען בקול רם. אבער לעצטנס הערט מען שוין (ב"ה) נישט מער פון איהם. ס'זעהט אויס אז ער איז שוין געהאלפן געווארן. ס'זאלל נאר זיין לאריכות ימים ונשים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך מתושלח » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:05 am

אמת ויציב ונכון. וגם אני בחלומי/בהקיץ ראיתי כן....
באניצער אוואטאר
מתושלח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 8:13 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך ריכטיג » זונטאג יאנואר 21, 2018 12:42 pm

חכימא האט געשריבן:. ואכהמ"ל.

במח"כ, איך דינג זיך מיט דעם אויספיר.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2264
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1797 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1774 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יאנואר 21, 2018 1:43 pm

ריכטיג האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:. ואכהמ"ל.

במח"כ, איך דינג זיך מיט דעם אויספיר.


און וואס זאגט איר? אז אונזער שידוכים סיסטעם איז יא גוט?

ווי האט יענער געזאגט גוט אין דער ערד און גוט באגראבן איז אויך גוט...
If you have selfish ignorant citizens, you’re going to get selfish ignorant leaders. And term-limits ain’t going to do you any good. You’re just going to wind up with a brand new bunch of selfish, ignorant Americans
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5904
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3475 מאל

Re: ביים וואסער אין אנטווערפן

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יאנואר 21, 2018 3:56 pm

זעט זיך אויס אז ס'נישט די לחכימא ברמיזא. @ריכטיג'ס כוונה איז אז כאן איז 'יא' המקום להאריך.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 757 מאל

הודעהדורך חכימא » מאנטאג יאנואר 22, 2018 3:59 pm

פאר'ן חכימא איז יא די ברמיזא, ער ברויך נאר מערקן דעם רמיזא...

תכלית,
די ענין פאדערט אן אריכות, ולעת עתה אין עתי אתי לעטי, ועוד חזול"מ.

אך מכאן תצא הקריאה פאר אלע חכמי ורבני השטיבל וואס האבן וואס מוסיף צו זיין אין דעם ענין זאלן זיך נישט צוריקהאלטן, ווייל אין אמת'ן איז כאן המקום להאריך...
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג יאנואר 29, 2018 2:33 am

געליינט און געוויינט.
זייער גוט געשריבן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3771
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4530 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 04, 2018 2:14 am

הארצרייסענד.
ממש מיין בליק אסאך מאל אויף א פרישע פארפאלק, זיי לעבן און לאכן מיינענדיג אז די וועלט איז זייער'ס, און האבן קיין בלאסן אנונג וואס דער לעבן וועט ברענגען אויפצומארגנס. דער לעבן איז א באמפי ראוד פול מיט טשעלענדזשעס, אך און וויי אויב מען איז נישט גרייט זיך צו פארמעסטן דערמיט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט