'ובחרת בחיים' אינעם וועקער.

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

'ובחרת בחיים' אינעם וועקער.

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]איינס פון די זאכן וואס כאב ליב פונעם וועקער אז עס איז דיווערספעייד. איינער קען שרייבן קעגן ציונית און דער צווייטער לשבחו פון הרב קוק ז"ל. איך ליין יעדעם נומער מיט גרויס דארשט און הנאה. אבער ביי די יעצטיגער נומער קען איך זאגן אז צום ערשטן בין איך געקומען צו א גיעול נפש. איך האב הנאה אז ראובן האט דאס אריינגעשטעלט צו ווייזן נאטראלקייט, אבער דער 'ובחרת בחיים' ארטיקל מיט דעם 'ענטפער אראפצורייסן הרב קוק' איז פחדים נוראים.

איך וועל איבערלאזן פאר הרב 'יוסף אלבוים' מיט 'ליטוואק' זיך צו ספראווענען מיט משה לעבאוויטש און משה חזן. איך האלט אז הרב יוסף אלבוים מיט ליטוואק האבן געטון גאר א גוטן דזשאב מיט זייערע ארטיקלען, און זיי דארפן נישט מיין הילף. אבער איך מוז זאגן אפאר הערות פאר משה לעבאוויטש און משה חזן.

קודם כל, עס איז ממש אן השגחה פרטיות אז יצחק לאווי האט געשריבן א מאמר די וואך. און איך וואלט זייער געראטן פאר חזן און לעבאוויטש צו ליינען זיין מאמר. עס איז ממש ווי א הענטשוך אויף א האנט-תשובה צום מאמר ובחרת בחיים. הרב לעבאוויטש פראבירט איבער צו לעבן היסטאריע און חסידות לויט זיין היסטאריאזאפיע. און איך בין ממש שטוינד וויאזוי לעבאוויטש האט אזוי קרום אפגעלערנט אלבוימ'ס ארטיקל. לעבאוויטש'ס שטערבליכן טעות אין לויף פון זיין ארטיקל איז כאילו אלובים וויל זאגן אז עס איז נישט דא קיין בחירה כלל וכלל, עד כדי כך אז דער רמב"ם פסק'נט בפירוש אז עס איז נישטא קיין בחירה. לעבאוויטש'ס סארקאזאם לויטעט, אז דער רמב"ם האט בכלל נישט געשריבן די י"ג עקרים, און דאס איז איינער פון די טעותים פון אלבוים. ביי די נקודה האב איך געשפירט אז לעבאוויטש איז סתם דא פאר ליצנות. אלבוים האט דאס געשריבן וויבאלד עס איז אנגענומען אין די וועלט אז דער רמב"ם האט פארפאסט די אני מאמין'ס. לפיכך אין כאן טעות אלא דברא כלשון בני אדם.

בקוצר אמרים. לעבאוויטש קלעימט, אז עס איז דא א פולקאמע בחירה, און ווי ער איז מברר זענען דא געוויסע גדולי ישראל וואס האבן געוואלט פארענפערן די באקאנטע סתירה פון ידיעה ובחירה, אז גאט האט טאקע בכלל נישט קיין ידיעה אין א מענטשנס בחירה. בעפאר איך גיי ווייטער צריך להבין, פארוואס איז דאס מער מובן און ווייניגער האר-אויפשטעלענד ווי צו זאגן אז עס איז דא קיין בחירה? קען מען דען זאגן אז גאט האט נישט קיין ידיעה? אפילו דו האסט זייער שיין מסביר געווען אז די הגבלה איז מרצונו הטוב, און לאמיר זאגן אז דו פארשטייסט וואס דאס מיינט, פארוואס איז מער מסתבר די ערווענטער שיטת גדולי ישראל, ווי צו טייטשן אז למעשה האבן מענטשן נישט קיין בחירה?

לאמיר פראבירן צו ברענגן שלוה צו מיין צערענדע רעאקציע צו לעבאוויטש'ס טפשות'דיגע ארטיקל מיט די פאלגאנדע רייד: קיין שום מענטש אויף דער כדור העולם האט נאכנישט געלייזט דעם קשיא פון ידיעה ובחירה. קיינער בעפאר, און קיינער אין די עתיד וועט דאס נישט מסוגל זיין צו פארשטיין. נישט אלבוים און נישט דער רמב"ם און נישט דער רמב"ן אא"וו האבן געהאלטן אז עס איז יא דא א בחירה, און נישט אלבוים און נישט דער רמב"ם און נישט דער רמב"ן האבן געהאלטן אז עס נישט דא א בחירה. אלעס וואס אלבוים האט מברר געווען איז אבזערוואציעס. אלעס וואס דער רמב"ם שרייבט איז אבזערוואציעס און טעאריעס לכאן ולכאן. צו זאגן אז עס איז דא א בחירה איז דא א מים שאין סוף מיט קשיות, און אויף דעם האט אלבוים מברר געווען אז יתכן לומר בדרך דרוש, פשט, וחסידות אז בחירה איז נישט אזוי פשוט. און לעבאוויטש בא לומר בדרך דרוש, פשט, וחסידות אז בחירה איז יא מער פשוט. איינער האט מסביר געווען איין צד פון די מטבע און א צווייטער דער אנדערע זייט, מה כל הרעש?

דער ארטיקל פון לעבוויטש איז עפעס וואס יעדער חדר יונגעל וואקסט אויף. עס איז יא דא בחירה טראץ די קשיות. מ'פרעגט נישט, און מפרעגט יא, לויט גדולי ישראל, ווייסט נישט גאט וואס א מענטש גייט מחליט זיין. וכו' וכו'. אבער טראץ די אלע שיינע תורות שניידט די 'ידיעה בחירה' מיט הייסע נעגל אין די נפש וואס ברימט און וויינט פאר אן ענטפער. יא איך גלייב אז איך האב א בחירה, אבער וויאזוי קען דאס זיין, גאט ווייסט אלעס. אפילו עס איז דא הגבלה, אבער עס איז אוממעגליך צו זאגן אז גאט ווייסט נישט. איז געקומען אלבוים, און האט הערליך מברר געווען א געדאנק וואס מטרעפט אין אן א שיעור חסידישיע ספרים אז דער גאנצער וועלט איז איין שטיק אלוקית. און מען קען זיצן א גאנצע נאכט און ברענגן אן א שיעור מאמרים און ראיות אז עס איז כמעט נישט דא קיין בחירה ווייל אלעס איז געטליך. איך ווייס נישט וואס לעבאוויטש וועט טון מיט "שיתוף למעשה בראשית". לדעתו רחמנא ליצלן מהאי ידיעה.

ואחרון, חם לבי בקרבי, אויף די גאר קורצזיכטיגער באמערקונגען פון לעבאוויטש ווי ער לייגט אראפ רבי צדוק הכהן מלובלין ווי א ראדיקאל וואס האט באלאנגט צו א ראדיקאלע עקסטרים אינערהאלב חסידות. איך וויל נאר פארשטיין אויב לשיטת לעבאוויטש, איז די ראדיקאליזם פון רבי צדוק געווען מער ראדיקאל וויאזוי די גאנצע וועלט האט אנגעקוקט חסידים בדרך בכלל. די גאנצע רעיון החסידות איז געווען ראדיקאל. אצינד, קומט לעבאוויטש און זאגן אז רבי צדוק איז געווען עפעס א פוילישער רעדיקעל. וואספארא געמיינע טפשות איז דאס צו זאגן. רבי צדוק איז געווען פון די שענסטע חסידישע רבי'ס. און בדרך אגב די שיטה פון רבי צדוק מאכט אסאך מער סענס פאר יעדער ראציאנאלישער מענטש. ווען מען צונעמט די צדדים און ראיות לכאן ולכאן, איז אסאך מער פשוט און מסתבר לומר אז אלעס וואס פאסירט לטב ובין למוטב איז גאט, ווי צו זאגן אז גאט ווייסט נישט.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר