אידענטיטעט קריזיס - וועקער נומער 11

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 200 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

אידענטיטעט קריזיס - וועקער נומער 11

שליחה דורך הבל וריק »

פרידן,
אויבנאויף איז נישטא קיין באדייטנדע אורזאך צו באשאפן א געהענגל איבער דעם ארטיקל אינעם וועקער, וואס איז נישט קיין מלאכת הגיון און ברויך נישט קיין מכלומר'שטע אויסשמועסעריי.
ווייס איך דאך אבער דערפאר אז מען וועט מיר גלייך פארדעכטיגן מיט דעם שוואנצאנישן האנט שטרעק פאר לויב רייד (וואס וואלט גראדע געווען א העכסט אויסגעהאלטענעם אקט), דערפאר האב איך קונצליך אויסגעטראפן צוויי פונקטן קלארצושטעלן ביי דעם געלעגנהייט, פאר די וואס וועלן זיך מעגליך מוטשען מיט די פראגעס.

בעצם איז די ארטיקל געאייגנט בלויז פאר די וואס האבן עס ווירקליך געגליכן, אבער וויבאלד איך פארדעכטיג אז ס'פארהאן א באדייטנדע צאל ליינער וואס וועלן נאכן ליינען דעם ארטיקל מאכן דעם זעלבן 'שמייכלדיג אבער פארדאמענדן' גרימאס וואס א נייגעריגע חאניאק מאכט נאכן אונטערהערן א דערקוויקנדן ניבול'ישן וויץ וואס זיין שכן האט געמאכט פאר א צווייטן, - צו מחמת זייער אומפארשטענדעניש צום ארטיקל אדער צוליב דעם וואס עס קוקט זיי אויס בייסיג און העסליך וויל איך קלארשטעלן דאס פאלגנדע:
אריגינעל בין איך אינספירירט געווארן דערצו, ווען עס האט מיר אמאל געכאפט דעם אינטערסאנטן ערשיינונג - וויפיל פראקציעס עס זענען פארהאן אינערהאלב פראקציעס, אנגעהויבן פון יעדע הויף'ס אייגן געשאפענע קליידונג און אויפפירונג ביז די אייגנארטיגע נאטורן וואס מען ירשנ'ט, יעדער פון זיין אפשטאם. צוביסלעך האט זיך די פעדער אליינס געגליטשט ביזן אנמערקן סתם מאדנע אידענטיטעט שטריכן און וואס נישט. אלזא די ארטיקל האט נישט קיין קלארע צוימונג, עס איז א געמיש פון סעטייער, מאדנע באמערקונגען און סתם שגיעון, והצד השווה בערך, איז די ענארמישע צאל אינדענטיטעט שטריכן פון יעדן יחיד און באפעלקערונג - און מיט דעם בין איך יוצא דעם אומבאחיינ'טן אקט פון ערקלערן א וויץ.

איך האב שוין איינגעזעהן אז מיינע ווערק קענען געבן דעם ליינער וואס ווייסט נישט פון ווי איך קום, א געפיל פון אפשפּעטונג. דאס איז אבער בהחלט נישט די קעיס. איך לייג כמעט אלעס שטענדיג אינעם שמייכל אפטיילונג כדי עס זאל שטענדיג געזעהן ווערן פאר בלויז הומאריסטיש.

א דאנק פאר @אבטולמוס און @פיקאסא פארן אהערשטעלן אזא ארבעט! פאר מיינס אליינס וואלט איך שוין געזאגט דיינו.. נו עאכו"כ.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר