דורך אספקלריה » דאנערשטאג אפריל 05, 2018 12:12 pm
ייש”כ @הוגה פארן אנרירען א נושא וואס רירט אהן מיין לעבן טעגליך.
איך וועל טאקע אנפאנגען מיט עניני דיומא,זיך מישען און פסח,איך קום פון א משפחה וואס ממישט זיך נישט פסח גארנישט,פסח באשטייט פון בשר,ביצים,ותפו״א,
אויבענאויף איז דאס ממש די גרעסטע סתירה צו חירות,סדרייט זיך טשאקלאד און כל מיני קעיקס אונטער די האנט און מקען נישט עסן.
און טאקע פאר אפאר יאר האב איך מיך טאקע מתיר געווען די מנהג און געגעסען אלע פראדוקטען.
למעשה כהיום פיהר איך מיך צוריק דיע מנהג,און איך שפיר א משונדיגע חירות און דעם,איך בין פטור פון עסן א גאנצע טאג אחוץ ,די צוויי דריי סעודות,איך בין פטור פון זיך קויפען סענוויזשעס און סאדע קענס,מיינע קינדער זעען א טאטע מיט סעלפ קאנטראל,
איעדע יאר נאך פסח פרוביר איך מיך צו איינשטעלען א שטרענגע עסן דיעט,פון דריי מאל אטאג עסן וזהו זה, פארשטייט זיך סהאלט נישט אהן לענגער ווי ביז פסח שני.
די זעלבע איז מיט די סעלפאון,סאיז קלאר ביי מיר אז איך בין מער אויף די סעלפאון ווי איך וויל באמת זיין,איך בין זיך מחיה מיט שבתים און ימים טובים וואס איך בין פריי פון מיין שיעבוד צום סעלפאון,
איך פארשטיי אבער אוכט אז דער וואס געפינט זיך און א געזעלשאפט ווי א סעלפאון איז אסור,און ער איז נישט באקוועם מיטען איסור און ער שפירט בארעניצט און ווי מנעמט עם אוועק זיינע רעכטען,וועט ער האבען א נאטורליכע רייץ יא צוהאבען א סעלפאון צו שפירען חירות,אבער נאכען האבען דעם סעלפאון,און וואטסעפפ,פעיסבאוק,פאלט ער אריין און א שיעבוד עצמי וואס איז גאנץ שווער זיך ארויסצודערזעען דערפון.
איך לייג פון צייט צו צייט ארויף א סטעטאוס אויף מיין וואטסעפפ פאר אינטערעסאנטקייט,סאיז ממש א פחד צו זעען וואס מענטשען טוען מיט דערצייט.
מענטשען פארברענגען שעות אויף פעיסבאוק און וואטסעפפ,מטשעקט,און מבראוזט,און מטרייט צו באפרידיגען די אינערליכע דארשט,און אנשטאט מזאל ניצען די אייגענע קאפ און די הארץ צו זוכען וואס די אינערליכע נפש וויל,זיצט מען און מפארשווענדט די צייט צו טשעקען סטאטוסעס,קוקען אנדערע מענטשענס פעיסבאוק פראפיילס, קוקען יוטיוב קליפס,
אוודאי די מיטעל וועג וואלט געווען צו האבען די סעלפאון און זיך מאכען שטארקע גדרים וואס יא און וואס נישט,ווען יא און ווען נישט,א מענטש האט אסאך שוואכע מינוטען און פאר דיע צייטען דארף מען האבען שטארקע גדרים און זיך האלטען דערצו מיט קייטען.
עכ״פ פרייהייט פאר מיר מיינט אז די מענטש לעבט א לעבן וואס זיין הארץ,מח ,נפש זענען אלע באפרידיגט און נישט פארשטעקעט איינער פארען צווייטען.
די ארטיקעל פון ״שיללער״ האט מיר געוויזען א געוויסע דרגא און חירות,זיין זעל האט ליב סקווער,סטריווקע,זיין מח און הארץ האט ליב YU ,זיין גוף האט ליב ספורטס,און ער ערפילט אלעס מיט א רואיגקייט און מיטען פילען ברען.
שיעבוד קען זיין אויף פארשידענע אופנים,פארשטייט זיך די הויפט שיעבוד איז צו די אייגענע תאוות און הרגלים,וטבעיים שניים.
אבער אונזער שיעבוד צו אונזער סטעטאוס רייסט אוכט אוועק שטיקער פון אונזער פרייהייט,וויפיל האלטען אונז זיך צוריק צוגיין ווייטער און לעבן וועגען סאיז נישט און איינקלאנג מיט אונזער סטעטאוס אויף כמה אופנים.
מענטשען זענען פרומער ווי זיי זענען פון איין זייט,פון די אנדערע זיי איז דא פארקערט מענטשען וואס לעכצען צו זיין מער spiritual זיי ווילען האבען א טיפערע און ריינערע לעבן,און קענען זיך נישט ברענגען דערצו ווייל זיי זענען משועבד צו זייער סטעטוס צווישען חבירים און משפחה.
עכ״פ שכח נאכאמאל הוגה פארען עפענען אזא וויכטיגע נושא.