דער רענעסאנס חסיד - הרב מאיר שיללער אינטערוויו אין וועקער 12

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב אנגעהויבען דער וועקער מיט די מאמר, און נישט טרעפענדיג קיין אשכול אויף די אינטערוויו, שרייב איך דא מיין איינדרוקען, ביזדערווייל.

די אינטערוויו איז א מייסטערווערק. דער שואל נעמט אונז דורך א רייזע פון ר' מאיר'ס לעבען, וויאזוי זיין גייסטישע און דענקסטליכע צוגאנג האט זיך אנטוויקעלט. א סאך בגלוי און א סאך ברמיזה, ברענגט ער ארויס וויאזוי עס ווערט באשאפען אזא מין מענטש ווי ר' מאיר. איך האב ווייניג געהערט פון איהם פאר דעם, אביסל געליינט דא דארט און געהערט האלבע ווערטער, און די אינטערוויו האט מיט אויפגעוועקט. זיי ברענגען ארויס וויאזוי א טאטע מאמע קענען האבען אן איינדרוק אויף א קינד און אין די זעלבע צייט זיין א חבר צום קינד. מ'קען אויפבויען די אינטרס'ן פון א קינד און אויך מחזק זיין זיין אייגענעם אינטרס'ן.

דער ענין פון דעבאטעס צווישען קינדער, וואס איז נישט איינגעפיהרט ביי אונז, איז גאר א וויכטיגען. לויט ווי איך הער, ביי פאבליק סקול'ס מאכען זיי א דעבאטירונג'ס פארמעסט. מ'זאגט די קינדער אז זיי גייען דעבאטירען א נושא, און מ'זאגט זיי נישט אויס וועלכע צד גייען זיי נעמען. ערשט ביים אריינקומען צום דעבאטע ווייסען זיי צו זיי רעדען בעד צו קעגען. דאס הייסט אז די קינד דארף פארשען ביידע צדדים און זיין גענוג באהאווענט און גרייט צו פארטיידיגען ביידער פון זיי. דאס טוט אויפבויען ביים קינד א געוואלדיגע פארשטאנד צו יענעם. ער לערנט זיך אויס צו זע'ען ביידע צדדים.

זיין שטיף טאטע, הגם אז ער רעדט פון איהם מיט ערע, איז נישט צו פיהל אין דער בילד. וואס איז ער געווען?

אינטרעסאנט, ווען ער באשרייבט די מענטשען וואס האבען געלאזט זייער איינדרוק אויף איהם, שרייבט ער בפרטיות. הרב דאנציגער מיט זיינס, הרב ד"ר לאם מיט זיינס וכו'. אבער ביים סקווערער רבי'ן איז עס נישט אזוי. ער רעדט פון אן אטמאספערע וכו', אבער קיין איין שטארקע נקודה זאגט ער נישט. נישט אויפ'ן היינטיגע און נישט אויפ'ן פריערדיגע. דער היינטיגע האט איהם אביסל געהאלפען גשמיות'דיג, אבער אלס א לעבענסלאנגיגע מוסטער שילדערט ער איהם נישט. עס זעט אויס אז די ערשטע ערנסטע אידישע פלאץ וואס ער האט געזען איז געווען סקווער, און ער האט ליעב געהאט די ערנסטקייט, א זאך וואס ער וואלט געקענט קונה זיין אין סיי וועלכע אידישע צענטער. ער וואלט געקענט אריין שפאצירען אין יעדער ישיבה אין נ.י. אדער אין סיי וועלכע ביהמ"ד. נאר פונקט האט ער געזען א מצב אין סקווער.

זייער אינטרעסאנט איז געווען צו ליינען זיין בליק אויף דער מאדערנעם וועלט. ביי אונז היימישע, ווען מ'ווערט אביסל אויפגעקלערט, קען זיך דאכטען אז די חילוק צווישען אונז און די מאדערן ארטאדאקס איז א שיטה אדער צוויי, אזוי ווי דער חילוק צווישען באבוב און בעלזא. דאס איז נישט ריכטיג. ביי א סאך פון זיי איז עס פשוט א קלות'דיגע צוגאנג צו אידישקייט. נישט אז זיי זוכען אן אנדערן אידישקייט, נאר אז זיי זוכען נישט אז עס זאל זיין אזוי וויכטיג. הרב שיללער, מיט זיין געשמאק אין יענער וועלט, האט עס גוט ארויסגעברענגט.

איך וועל ווייטער ליינען און האפעדיג ברענגען נאך איינדרוקען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר