לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך דער וועקער » זונטאג אפריל 01, 2018 10:49 pm

קאמענטארן, קאמפלימענטן וכו', פאר'ן שרייבער גמליאל שמילאוויטש.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 843 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג אפריל 01, 2018 11:58 pm

די שמחת יו"ט וואס דער דערציילונג האט געברענגט אין מיין שטוב דעם צווייטע טאג יו"ט איז נישט צו באשרייבן. עס איז שטארק רעקאמענדירט צו ליינען די מעשה ווען מ'איז אביסל בגילופין. די כאראקטארן לעבן אויף אין די שריפטן פון דער שרייבער. איך בין נייגעריג וויאזוי דער עולם האט פארשטאנען די ענדע פון די מעשה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2910
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6706 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מאנטאג אפריל 02, 2018 1:39 am

"פיור טעלענט"!
עלעהיי יואב איז דא צווישן אונז מיט'ן גאנצן קראפט.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3912 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג אפריל 02, 2018 4:56 pm

די פיקציע מעשה איז באצויבערנד, די כאראקטערס ריינע גאונות. נאר כ'פארשטיי נישט די Plot פון די מעשה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 03, 2018 8:52 am

נו, ווי ביסטו יואב? מיר ווילען דיר באדאנקען. איך האב אזוי געלאכט נעכטען, נישט געקענט קומען צו זיך.

די דריי כאראקטערען, וואס יואב האט מייסטערהאפטיג געשילדערט אין זיין ׳לקדש שם שמים׳ דערציילונג לכבוד יו"ט, האבען איין צד השווה. אלע זענען בלאפערס. הייסט׳ס אלע זענען מענטשען וואס טוהן אלס אחוץ זייער פליכט. אלע באשעפטיגען זיך מיט זייטיגע עניינים, אלס צו קענען אוועק ציען די אויג פון זייער עכטע פראבלעמען.

שבתי איז גרייט צו קערען וועלטען, איבערדרייען אלס, פאר א פאר ברעקעלעך כבוד. נישט כבוד, נאר אויפמערקזאמקייט. צו באקומען אביסל אטענטשען וועט ער מסכים זיין צום מחיצה, אבער נישט צוהעלפען ווייל ער וויל נישט אויסקוקען ווי א קרעציגע מאנסי איד. קאנווערטען מיט רמבעה"נ ווערען אריין געשלעפט אין דער שפיל וואס ער מוז אנשטעלען, נאר כדי צו בלייבען אי פרום אי שיינער איד. מ׳מעג מסדר מענטשען אין מקוה אדער גאר אויסטוהן די קאפעל, אבי ער זאל באקומען זיין שווער געהארעוועטע פלאץ אין די ליכט.

דער רבי ר׳ גרשון יוסף, א בעל תאווה בחסד עליון, וואס באלאנגט אין א גאלדענע אדלער געשיכטע, איז אויך נישט אזוי שלעכט אין די ווייבער שול געביט. ער ווייסט וויאזוי צו באקומען די ליבליכע בליקען פון אונטער די באשיידענע פארדעקטע שטערנ׳ס פון די אנדערע געשלעכט, גאר אין די מאסען, נישט ווי א קעניג וואס איז באגרעניצט צו אכצען, און גאר נישט צאלען די פרייז. דאס איז נאך זיין געשמאק אין געקאכטע און געפרעגעלטע מצה מעהל מיט אייער, וואס איז נאך ווערט אפצושטופען א משיח דערפאר.

און דער נעבעך חזקל, דער העלד (תרתי משמע) פון אונזער דערציילונג, איז גאר אומשולדיג, אבער קרום. ער זעט דער טייוויל אין אלס ארום איהם, אחוץ ווי ער איז אויפ׳ן אמת, טיף אין הארצ׳ן. נאר צו טרעפען די וועג צום אייגענעם הארץ דארף מען דאך וויסען אוואו עס ליגט. און דאס איז דער פליכט פון די ווייב. און די ווייב זיינער האט דאך געדאווענט און געוויינט אז זי זאל נישט טוהן איר גאט׳ס געפאדערטע פליכט פון העלפען די מאן. זי טוט תשובה יוהכ"פ אויף יעדער מצוה וואס זי האט נאר אמאל געטוהן, און זי נעמט זיך אונטער וואס מער זינדיגען. און ער נעבעך, טרעפט נישט קיין וועג ארויס. ער פראבירט צו ווערען בעסער, אבער אין די פאלשע ריכטונג. די ווייבער אויף די באס זענען נישט זיין פראבלעם. די סעלפאון איז נישט זיין פראבלעם.
ביז צום סוף פלאצט אויס זיין א.ס.ד. כפשוטו ממש, מיט אן אויפרייס.

און דער לעקציע איז, ראו הוזהרתם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך אויסער געווענדליך » דאנערשטאג אפריל 05, 2018 1:54 pm

געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

אזא מאסיווע ארטיקל! צוויי שנירען טרערען זענען גערינען אויף די באקען אין די דערהויבענע צייט פון ליינען די מעשה לכבוד יום טוב.

שקויעך גדול, און ביטע נישט אפלערנען פון סיי וועלכע מענטש אין די מעשה. איבערהויפט נישט דער איבערלעבער ר׳ שבתי, מיט צו אן זיין האריגע טלית בייטעל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » זונטאג אפריל 08, 2018 12:48 am

קטלא קניא קוואליטעט. שכויעך פאר אראפמאלן די כראצקאווער מיט זיינע חסידים און הערליכע לעבהאפטיגע פארבן.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 264
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג אפריל 08, 2018 9:45 am

גדליה האט געשריבן:די פיקציע מעשה איז באצויבערנד, די כאראקטערס ריינע גאונות. נאר כ'פארשטיי נישט די Plot פון די מעשה.

די plot איז גאר איינפאך. ס'דערציילט איבער א סעקטע וואס רופט זיך "חסידים" וואס אירע מיטגלידער זענען ביליגע מענטשן פון א נידריגן קלאס. אחוץ דעם וואס זיי זענען אלע אידיאטן, טפשים, שוטים משוטים, און בעלי תאוות, האבן זיי נאך א מאדנע טבע צו זיין פארשטונקן, איבערוואגיג, און פארשוויצט. זייער פירער איז א שווינדלער, פאפער, נואף, וואס פרעסט זיך אן צום טויט. די עקסטרעמע צווישן זיי פארברענען שיינע איידעלע יונגע פרויען.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 774 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 08, 2018 9:50 am

ווארשיינדליך זענט איהר נישט באהאווענט אין די וועלט פון ליטעראטור. די מעשה הייסט ׳סאטיר׳. ד.ה. ווען מ׳נעמט א געוויסע סארט מענטש, און מ׳מאכט זיין נאטור עקסטרעמער ווי ס׳איז, אויפצווייזען די ליצנות פון די סתירות פון זיין פערסאנאליטעט. דאס זאגט גארנישט אויפ׳ן כלל צו ראסע, דאס איז א סארט וויץ אין די אופן פון א שפיגעל וואס ווייזט אונז אונזער פראבלעמען אויף אן עקסטרעמער אופן.

א געזונטע געמיינדע קען דערליידען אביסל ליצנות פון זיך. נאר ווען סי באוועגונג איז ניי און רוי, ציטערט מען פון סיי וועלכע ציפ, מיינענדיג אז אלס וועט צוזאם פאלען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג אפריל 08, 2018 9:55 am

איך בין ב"ה/ליידער גוט באהאוונט. דער שטיבל איז פול דערמיט וכן דער וועקער. דאסמאל רעדט מען פון עפעס אנדערש.
יוסף פערל איז נישט קיין שלום עליכם.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 774 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 08, 2018 10:03 am

איך גלייך נישט יוסף פערל און שלום עליכם אינאיינים, ביידער זענען שלעכטער. אבער יואב האט אויסגעדרוקט וואס אונז אלע זע׳ען מיר מיט די אויגען, אויף א שארפערע פארנעם.

אדרבא, אז דו מיינסט עס איז בלויז שלעכט׳ס, זאג מיר אויפ׳ן אמת צו דו קענסט אזעלכע פארשוינען, אחוץ חזקל׳ן. אזעלכע פארשוינען ווי שבת עגזיסטירען דען נישט אין יעדער שטיבעל? אזעלכע כארקטערען ווי דער כראצקאווער זעט מען נישט אומעטום? איך קען עס איז די ליטווישע ציבור, און דאס איז זיכער דא ביי ענק אויך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג אפריל 08, 2018 10:33 am

חזקל איז דער הויפט כאראקטער. אחוץ שבתי איז גארנישט אפילו דומה לדומה. נישט דער רבי און נישט דער עולם חסידים.
איך קען אלע רבי'ס פון גרעיטער ניו יארק און זײ זענען זיך אלע ווערד דאס געלט. אבער ס'נישט דא קיין איינער וואס איז מחמיר פאר מענער און מקיל מיט פרויען. זאגן סטעיטמענטס פון הימל איז אומדערהערבאר. אין די פארגלייבסטע פלעצער, מעג עס זיין סקווער צי סטאלין וועט נישט זיין קיין צען מענטשן וואס וועלן אזוינס גלייבן פון רבי'ן.

והעיקר ס'אשאד זיך טענה'ן אויף יעדן פונקט באזונדער. אלץ פאר זיך קען מען שלינגען, אבער דער סך הכל איז כולו שמוץ און מיאוס. ער ברענגט נישט קיין שום redeeming factor.
ריין מגלה טמירין.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 774 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג אפריל 08, 2018 3:02 pm

מפוזרי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:די פיקציע מעשה איז באצויבערנד, די כאראקטערס ריינע גאונות. נאר כ'פארשטיי נישט די Plot פון די מעשה.

די plot איז גאר איינפאך. ס'דערציילט איבער א סעקטע וואס רופט זיך "חסידים" וואס אירע מיטגלידער זענען ביליגע מענטשן פון א נידריגן קלאס. אחוץ דעם וואס זיי זענען אלע אידיאטן, טפשים, שוטים משוטים, און בעלי תאוות, האבן זיי נאך א מאדנע טבע צו זיין פארשטונקן, איבערוואגיג, און פארשוויצט. זייער פירער איז א שווינדלער, פאפער, נואף, וואס פרעסט זיך אן צום טויט. די עקסטרעמע צווישן זיי פארברענען שיינע איידעלע יונגע פרויען.

:lol: :ugeek: :D :mrgreen:
וועקער #18 - סטעי טונד!
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5960 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג אפריל 08, 2018 3:09 pm

מפוזרי האט געשריבן:חזקל איז דער הויפט כאראקטער. אחוץ שבתי איז גארנישט אפילו דומה לדומה. נישט דער רבי און נישט דער עולם חסידים.
איך קען אלע רבי'ס פון גרעיטער ניו יארק און זײ זענען זיך אלע ווערד דאס געלט. אבער ס'נישט דא קיין איינער וואס איז מחמיר פאר מענער און מקיל מיט פרויען. זאגן סטעיטמענטס פון הימל איז אומדערהערבאר. אין די פארגלייבסטע פלעצער, מעג עס זיין סקווער צי סטאלין וועט נישט זיין קיין צען מענטשן וואס וועלן אזוינס גלייבן פון רבי'ן.

והעיקר ס'אשאד זיך טענה'ן אויף יעדן פונקט באזונדער. אלץ פאר זיך קען מען שלינגען, אבער דער סך הכל איז כולו שמוץ און מיאוס. ער ברענגט נישט קיין שום redeeming factor.
ריין מגלה טמירין.

כ'האב הנאה אז דו האסט אויפגעכאפט דאס אז חזקל איז דער הויפט כאראקטער. פאר אנדערע איז דאס געווען שווער צו כאפן. א סך האבן געקלערט אז כ'בין נישט געווען קלאר גענוג, און מ'קען זיך פארמישן צווישן חזקל'ן און שבתי'ן.

אגב, משום גילוי קען איך נישט אנטפלעקן וועלכן חסידישן הויף איך געהער צו, אבער מיין רבי קען אמאל זאגן סטעיטמענטס פון הימל, און כ'גלייב יעדעס ווארט באמונה שלימה. אפשר בין איך טאקע פון צווישן יענע "ווייניגער-ווי-צען."
וועקער #18 - סטעי טונד!
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5960 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 08, 2018 4:30 pm

איך האב בכלל נישט פארשטאנען דער ענד, וואס איז געשעהן מיט דער בעל ברית.

דער רבי וואס איז שיין צו פרויען, א מקיל צו פרויען, ווייל זיי פארשטייען צו זייערע "געברויכן" איז כמעט יעדעס רב און דיין פראבירט זיך אהער צו שטעלן אזוי.

אבער דער חזקעל מהות איז אייזען, ער ווערט צופירקעלט פאר דער פרוי, און מיינט עס נעבעך ערענסט אז ער מוז האבען א מחיצה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2697
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1411 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 08, 2018 5:29 pm

אין מיין היימשטאט, איז געווען א רב וואס איז געווארען זייער חסידיש. ער פלעגט רעדען פון מדריגות און קאכען אויף אינארנט. וראה זה פלא, אז יעדער פסק וואס האט צוטוהן מיט די קאך, האט ער געטראפען א קולא. אלע פרויען האבען געוואוסט אז א דישוואשער מעג מען נוצען פסח, און איין גאט ווייסט וויאזוי מ׳כשר׳ט די פלעסטיק דארט, צוליעב זיין פסק. און זיין ביהמ"ד האט געקנאקט, די בעלעבתים דארט האבען זיך געהאלטען בעסער ווי יעדעם.

און דאס איז שוין נישט קיין פלא אז היינט האט ער שוין קוים מנין, צוליעב געמיינע מעשים זיינער, עפעס מיט א האנטוך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 08, 2018 7:14 pm

מפוזרי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:די פיקציע מעשה איז באצויבערנד, די כאראקטערס ריינע גאונות. נאר כ'פארשטיי נישט די Plot פון די מעשה.

די plot איז גאר איינפאך. ס'דערציילט איבער א סעקטע וואס רופט זיך "חסידים" וואס אירע מיטגלידער זענען ביליגע מענטשן פון א נידריגן קלאס. אחוץ דעם וואס זיי זענען אלע אידיאטן, טפשים, שוטים משוטים, און בעלי תאוות, האבן זיי נאך א מאדנע טבע צו זיין פארשטונקן, איבערוואגיג, און פארשוויצט. זייער פירער איז א שווינדלער, פאפער, נואף, וואס פרעסט זיך אן צום טויט. די עקסטרעמע צווישן זיי פארברענען שיינע איידעלע יונגע פרויען.

חסידים זענען נישט עפעס א פארווארפענער כת וואס מ'דארף אינטראדוסן פאר די לייענער. דא רעדט מען פון ספעציפישע מענטשן און ספעציפישע כאראקטערס. די קערעקטערס זענען גאוניש צעלייגט ווי נאר יואב קען. א מייסטערווערק פון א דערציילונג.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2630
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10347 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג אפריל 08, 2018 8:11 pm

זארג דיך נישט ראובן, קיינער האט נישט עקספעקטעד דו זאלסט קענען אנערקענען און עקסעפטן סיי וואספארא קריטיק בנוגע דעם וועקער, נישט קיין חילוק ווי נאריש, אנטיסעמיטיש צו פלעין גארביטש עס זאל נאר זיין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5790
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2638 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 08, 2018 9:17 pm

איך אויך האט געשריבן:זארג דיך נישט ראובן, קיינער האט נישט עקספעקטעד דו זאלסט קענען אנערקענען און עקסעפטן סיי וואספארא קריטיק בנוגע דעם וועקער, נישט קיין חילוק ווי נאריש, אנטיסעמיטיש צו פלעין גארביטש עס זאל נאר זיין.


האסט עפעס זאכליך צו זאגען? עפעס צוצולייגען צום שמועס? ביטע גייט'ס דא, אמשנעלסטען, און דארט וועסטו זיך אן עצה געבען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג אפריל 08, 2018 9:21 pm

איך אויך האט געשריבן:זארג דיך נישט ראובן, קיינער האט נישט עקספעקטעד דו זאלסט קענען אנערקענען און עקסעפטן סיי וואספארא קריטיק בנוגע דעם וועקער, נישט קיין חילוק ווי נאריש, אנטיסעמיטיש צו פלעין גארביטש עס זאל נאר זיין.

קעגן מיין בעסערן דזשאדזשמענט וועל איך דיר יא ענטפערן.

כ'האב פאר מפוזרי'ן תיכף פריוואט געשריבן אז איך האלט אנדערש ווי אים און אז כ'שעץ דאך זיין מיינונג -- ווילנדיג הערן מער דעטאלן פון זיין קריטיק. דא האב איך געשריבן וואס איך האלט, ווייל אזוי האלט איך. כ'האב דאך געארבעט דערויף מיט'ן שרייבער און עס אריינגעלייגט מיט א כוונה, נישט סתם ווייל ס'איז פון איין רגע צום צווייטן אריינגעפלויגן אינעם וועקער. אפנים כ'האב א מיינונג דערויף וואס ברויך געזאגט ווערן אויב מ'דעבאטירט דעם ארטיקל.

איך האב שוין מקבל געווען גענוג קריטיק, און כ'האלט אין איין מקבל זיין. פון דער אנדערער זייט קומסטו יעדעס מאל נאך די עקספעקטעישאן אז דו זאלסט נישט זאגן א ווארט לטובה -- אפילו ווען עפעס אינעם וועקער איז גענוי וואס דו האלטסט און ווילסט הערן.

הצלחה.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2630
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10347 מאל

הודעהדורך רימון » זונטאג אפריל 08, 2018 10:26 pm

יואב, זאלסט וויסן האסט "פענס" איבעראל און ביי די לעצטע בענק אין די מקואות און די פאלישן שושקעט מען זיך ווי די ביינער פון שלום עליכם און באשעוויץ דרייען זיך אין קבר פון עפעס א שמילאוויטש פון יוז סטריט וואס שטעלט זיי אין שאטן.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 266
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 747 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג אפריל 08, 2018 10:31 pm

הרב הגאון סופר וחכם המכונה 'גם אני' שליט"א
די מאגאזין וואס דו געבסט ארויס איז טאקע הערליך שיין און דו לייגסט אריין שווערע כוחות דערין, אבער ראובן'ס קונטרס איז אויך נישט אוועקצומאכן. סאיז נישט שיין אוועקצומאכן א צווייטן בלויז ווייל דיינס איז בעסער.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 632 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1801 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 08, 2018 10:37 pm

איך אויך האט געשריבן:זארג דיך נישט ראובן, קיינער האט נישט עקספעקטעד דו זאלסט קענען אנערקענען און עקסעפטן סיי וואספארא קריטיק בנוגע דעם וועקער, נישט קיין חילוק ווי נאריש, אנטיסעמיטיש צו פלעין גארביטש עס זאל נאר זיין.


אז די שרייבסט עס דא, מן הסתם האסטו דיך געפילט געטראפען פין ארטיקעל, אלזא זיי ביטע מגלה,האט איר זיך געטראפן דאס פלאץ מיט שבתי אדער מיט חזקל? אדער א זיווג פין ביידען?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2697
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1411 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך מפוזרי » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:26 am

יואב האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:חזקל איז דער הויפט כאראקטער. אחוץ שבתי איז גארנישט אפילו דומה לדומה. נישט דער רבי און נישט דער עולם חסידים.
איך קען אלע רבי'ס פון גרעיטער ניו יארק און זײ זענען זיך אלע ווערד דאס געלט. אבער ס'נישט דא קיין איינער וואס איז מחמיר פאר מענער און מקיל מיט פרויען. זאגן סטעיטמענטס פון הימל איז אומדערהערבאר. אין די פארגלייבסטע פלעצער, מעג עס זיין סקווער צי סטאלין וועט נישט זיין קיין צען מענטשן וואס וועלן אזוינס גלייבן פון רבי'ן.

והעיקר ס'אשאד זיך טענה'ן אויף יעדן פונקט באזונדער. אלץ פאר זיך קען מען שלינגען, אבער דער סך הכל איז כולו שמוץ און מיאוס. ער ברענגט נישט קיין שום redeeming factor.
ריין מגלה טמירין.

כ'האב הנאה אז דו האסט אויפגעכאפט דאס אז חזקל איז דער הויפט כאראקטער. פאר אנדערע איז דאס געווען שווער צו כאפן. א סך האבן געקלערט אז כ'בין נישט געווען קלאר גענוג, און מ'קען זיך פארמישן צווישן חזקל'ן און שבתי'ן.

אגב, משום גילוי קען איך נישט אנטפלעקן וועלכן חסידישן הויף איך געהער צו, אבער מיין רבי קען אמאל זאגן סטעיטמענטס פון הימל, און כ'גלייב יעדעס ווארט באמונה שלימה. אפשר בין איך טאקע פון צווישן יענע "ווייניגער-ווי-צען."

@יואב,
ביסט נישט פון די "ווייניגער ווי צען", ביסט א יחיד ומיוחד, איינס פון מיליאן.
ועכ"ז ביקורתי במקומה עומדת. קענסט מער פון דעם, לגדולה מזו אתה מוכן. חילך לאורייתא ושופרך לנשי.

@איש תשבי,
ס'דא א חילוק פון א מקיל צו פרויען, ביז א מקיל מיט פרויען, ודוק.

@ליטוואק,
איך ווייס פון יענעם גאלדערסגרינער רב. ער איז נישט געווען א רבי פון חסידים, נאר פון "באדערנע".

@ראובן,
איינע פון די כארעקטערן איז געווען דער צבור חסידים.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1802 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 774 מאל

Re: לקדש שם שמים – דערציילונג אין וועקער #12

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:39 am

ער האט פראבירט צו מאכען חסידים פון זיין סטאדע. און דאס ווארט ׳באדערנע׳ איז נישט אזוי אין פלאץ, ווען אלע האבען גערעדט אידיש צו זייערע קינדער און געגלויבט אין עפעס א רבי ערגעץ אין דער וועלט און דארט געשיקט זייער געלט. זיי זענען נישט קיין מאדערן ארטאדטקס צו ליטוואקעס. זיין כח איז געווען אריינצוטאפען אין יענער חולשה זייערע, און זיי איינרעדען עפעס דערמיט.

און עס מאכט באמת נישט אויס, די מעשה איז נאר א שפיגעל אויף וואס איז מעגליך, נישט קיין אמת׳ער דערציילונג. דאס אז א מענטש קען רעדען פון אלקות און זיין גענצליך פארדארבען, איז גאר מעגליך ביי אונז. ווען יענער וואוינט אין ווסמב"ג, מיינסט אז ער וואלט נישט געווען פאפולער? ער קען דרשנ׳ן און קוויטשען, און למעשה פאדערט ער גארנישט, וואס איז דא נישט ליעב צו האבען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג אפריל 09, 2018 6:42 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9607
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט