זומער וועקער שנת תשע"ח

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 343
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

זומער וועקער שנת תשע"ח

שליחה דורך דער וועקער »

ווי מיר האבן שוין געמאלדן היינט אויף טעלעגראם, איז דער זומער וועקער שוין אריין צום דרוק און וועט בקרוב זיין צו באקומען אויף עמעזאן. בייגעלייגט איז א בילד פון דעם הערליכן וועקער.
דער איצטיגער וועקער ווערט ארויסגעגעבן מיט'ן ציל צו ברענגען פאר'ן ליינען אינטערעסאנטע און געשמאקע ליין מאטריאל וואס וועט איייך איבערלאזן אנגעפילט מיט ידיעות. דער וועקער ענטהאלט א גרונטליכע היסטארישע שמועס איבער דעם הייליגן ספר יצירה, וועלכע איז פון די סאמע יסוד פון די ספרי קבלה; א לענגערע אריינבליק אין די אנגעשטרענגטע באציאונגען צווישן חכמות חיצוניות און חכמת התורה אין לויף פון תקופת בית שני; אן אויסשליסליכע שמועס מיט איינעם פון די פראמינענטע הוגי דעות אין סאטמאר איבער דעם כינוס כללי; און נאך פילע אינטערעסאנטע ארטיקלען, עסייען און פאעמען, וועלכע וועלן אייך געבן לאנגע שעות פון קורת רוח.
ווארט אויס נאך עטליכע טעג, און דער וועקער וועט זיך געפינען אין אייערע הענט.
צו באקומען כסדר'דיגע מעלדונגען איבער דעם וועקער שרייבט אייך איין אין אונזער טעלעגראם טשענעל דורך עפענען דעם לינק: https://t.me/derveker.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180722-WA0004.jpg

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר