בקנאו את כינוסי - וועקער 13

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

בקנאו את כינוסי - וועקער 13

הודעהדורך סאמועל » דאנערשטאג יולי 26, 2018 10:01 pm

שלום עליכם
איך האב די כבוד זיך פארצושטעלן מיט מיין צווייטע ארטיקל בחמלת ה' עלי איבער די כינוסים אין סאטמאר און א כלליות'דיגע אנאליזאציע אויף די פאליטיק אין סאטמאר. איך פיל אז דאס איז אביסל ווי א השלמה צו מיין פריערדיגע ארטיקל וועגן ר' שמואל ווידער, כאטש סאיז געשריבן אביסעל אויף א אנדערע סארט אופן, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.
אגב, כוויל זיך דא נעמען די מיה צו באדאנקען פאר א חשובן איד הרוצה בעילום שמו וועלכער האט אפגעשיקט א שיינעם סכום געלט פאר'ן וועקער ספעציעל פאר מיך צו פארגיטיגן די לאנגע שעות פון ארבעט און כחות ואס גייט אריין אין דעם. נאכמער וי די געלט איז א שיינע זאך איז די מחשבה און הכרת הטוב זייער שטארק וויכטיג, ומהם ילמדו וכן יעשו צו שיקן פאר אנדערע וועקער שרייבער און גרעפיקס און מגיהים וואס לייגן אריין כוחות און שווערע הארעוואניע אין זייער ארבעט.
סאמועל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2018 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: בקנאו את כינוסי - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 27, 2018 4:29 pm

איך האב עס דורכגעליינט און עס איז זייער אינפארמאטיוו און טוט מחדש זיין נייע קוק ווינקעלס אויף די טעמע פון די צוויי כינוסים, למשל אז די איינציגסטע היינטיגע צייטען וואס באיקאטירען אפיציעל כינוסים קעגען ציונות זענען סאטמארער חסידים, און צו וועמען די כינוסים זענען געווידמעט און וואס זיי האבען אויפגעטוהן. ווען איך בין א סאטמארער אנהענגער וואלט איך דוקא אזא מאמר געוואלט ליינען, נישט די פוסטע לאזונגען וואס די אפיציעלע הענגעדיגע ארגאנען האבען געפוסטעוועט וואך איין וואך אויס.

דאס און די אנדערע מעלות זענען אפען צו יעדער וואס ליינט עס.

אביסל קריטיק,
א. עס איז זייער לאנג געשריבען און אפט איז איבערגעזאגט געווארען די זעלבע געדאנק מער ווי איין מאל. פון א שרייבער׳ס שטאנדפונקט זעט עס אויס אז דער שרייבער האט געשריבען דריי מאמרים און זיי צום סוף פאראייניגט. א גרויסע שרייבער\עדיטאר האט מיר אמאל געזאגט אזא זאץ אז יעדעס מאל וואס א מענטש רירט אן עפעס, לאזט ער איבער debris.
ב. עס איז זייער פאליטיקעללי קאררעקט. ביז ווילאנג עס איז נישט אויפגעוויזען אז די רבי׳ס זענען חשוב׳ער מענטשען, זענען זיי פלעינער מענטשען. וואס איז דער ענין ביידע געבען רעכטען אן א מקור? קענסט דן זיין די שיטות, על אף אז כפי ראות עיני בשר זענען זיי ביידע פאליטישע פיהרערס און פיגורען, וואס ווייסען נישט פון אויפריכטיגקייט און לשם שמים אפילו ווען עס וואלט זיי געקלאפט אין פנים. אבער די מענטשען קומט זיי גארנישט אין אזא סארט ארטיקל, גאט איז נישט אין זייער משקל ביים אנפיהרען אזעלכע זאכען. אפשר זאל מען מאכען אזעלכע טעסטס און ברענגען זאצען פון די רביס און פרעגען זייער אנהענגערס צו זיי קענען זיך פארשטעלען וועלכע רבי האט עס געזאגט. איך דענק אז זיי וואלטען נישט געקענט, ווייל עס טוט זיך צווישען tweedledee און tweedledum. די גאנצע זאך איז בלויז פאליטיק. אז איינער האלט אנדערש, זאל ער אויפווייזען.


איך ווייס נישט צו איהר האט געמאכט די פיליפ אינטערוויו, אבער דאס דארף א באזונדערע לייק. די שאלות מיט א פשוט׳ע שלייער האבען אזוי גוט ארויס געברענגט די אבסורד פון זיין שנאת חנם׳דיגע מיינונג, אז זיין גרעסטע שונא וואלט נישט געקענט פארדמיונ׳ן אזא סוקסעס.

גוט געטוהן, וכן יאבדו.........

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » זונטאג יולי 29, 2018 1:26 pm

איך וויל ארויסברענגען מיינע הערות דורך לייענדיג די ארטיקעל,
א' אויב איז אמת אז רבי אהרן האט געוואלט מאכען די כינוס און זיין בית המדרש און רעדען צו זיין עולם דריי שעה, געב איך אים פאר דעים רעספעקט! קענענדיג רעב אהרן גלייב איך ע סנישט,
אבער פארוואס רעספעקט איך אים פאר דעם, ווייל אמת סוואלט נישט בכלל געווען א קאמפעירבעל צו בארקלעיס, וואלט עס געווען א נייע חידוש, א בחינה א נייע נשוא תורה אויף א היינטיגע וועג! און ווער עס קען היננט זאגעןא נשוא תורה וואס זאל אוועקשטעלען יסודות פון די שיטה איז א זאך, מאכען א כינוס א יאר נאך דיין ברידער שטעלט מען שפאקטיווען דורכצו זיפען ביידע! און למעשה מהרז"ל און יעדע זאך א ווין ווין און מהר"א א לוזער, אפי' ער וואלט געהאט די זעלבע ציבור די זעלבע רבנים איז דאס גארנישט מחדש נאך דיין ברידער האט דאס שוין געמאכט, וכל שכן סנישט געווען די זעלבע ציבור און סנישט געווען א קאזין צו זיין אויבענאן, און נאר געוואלט א סטאדיום אפי' די זאגסט א מעכטיגע דרשה ווייסט יעדער זאלוני אז די ביסט סתם מקנא, און יעדע ארוני טרייט צו מחדש זיין א אנדערע תירוץ וואס קיין איינס איז נישט מספיק!
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 485
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג יולי 29, 2018 2:01 pm

כהאב הנאה געהאט פון דעם ארטיקל. דאס איז פשוט זשורנאליזם וועגן דער היימישער געזעלשאפט, אזא אנאליז וואלט דאך געדארפט זיין דער ארטיקל אין צייטונג נארמאל ווען עס וואלט נישט געווען בלויז פראפאגאנדע.

א חידוש איז מיר געווען דער תוכן הדרשה פון הגאון ר' קאפל שווארץ ביים כינוס, ווי דער ארטיקל מערקט אן האט מען נישט געהערט דערפון. קען מען ערגעץ זעהן אדער הערן דער דרשה?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3782
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5727 מאל

הודעהדורך סאמועל » זונטאג יולי 29, 2018 11:01 pm

שלום עליכם אידן
א גרויסן שכח פאר די קאמפלימענטן און הערות. איך וויל קודם משלים זיין עטליכע שורות וואס פעלן אין וועקער וואס איז כנראה מחמת טעות ארויסגעפאלן, ואתכם הסליחה. איך וועל דא מעתיק זיין די קטעים וואס זענען נישט בשלימות אין די ארטיקל.

73-74

די צוויי כינוסים קען מען באטראכטן אלס די אמת'ע הכתרות פון די צוויי רביים. ווען די מלחמת אחים האט אויסגעבראכן מיט אומגעפער צוואנציג יאר צוריק, האבן ביידע צדדים זיך דערקלערט אלס פארטרעטער פון סאטמאר. דעמאלט איז נאכנישט געווען אזוי קלאר פארוואס יעדער צד האלט אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא. איין צד האט געשריגן פלניא גזלנא; יענער איז א גזלן און ער האט אונז באראבאוועט די מלוכה. דער צווייטער צד האט געשריגן אז דער ערשטער איז גאר דער רויבער און טעראריסט און עס איז זיך באמת אלע יארן געקומען פאר אונז.


79-80

ערשטנס, די אלע מענטשן וואס צד מהר"א רופן נאך ביז היינט "שונאים" וכדו', זענען פונקט אזוי סאטמארער חסידים ווי די צד מהר"א. זיי האבן פונקט אזוי רעכט צו אויפנעמען זייער אייגענעם מנהיג, אדער בכלל נישט אויפנעמען א רבי'ן. די אלע אידן זענען געלאפן קיין סקולען און ספינקא און שאפראן נישט ווייל זיי באלאנגען בעצם דארטן, נאר ווייל סאטמאר האט זיי אויסגעשפיגן. טייל פון זיי וואלטן זייער גערן געשוויצט און געשלאגן פאר סאטמאר. אבער אז סאטמאר בייסט זיי אין פנים, מען רודפ'ט זיי פאר'ן נישט מיטשטימען מיט יעדע זאך וואס די פירערשאפט טוט, זענען זיי נאטורליך ארויסגעפאלן.
דאס האט געפירט אז טייל אידן מסלתה ומשמנה פון סאטמאר, רבנים און גאונים מופלגים, האבן זיך דערזען אויפ'ן צווייטן זייט צוים. אבער נישט ווייל זיי זענען ווייניגער סאטמארער חסידים. אדרבה, מעגליך אז זיי האלטן זיך גאר פאר שטערקערע חסידים און דערפאר האט זיי וויי געטון אז די פירערשאפט שפייט זיי אין פנים און רעכנט זיך בכלל נישט מיט זיי.


83-84

אויסער דעם האט ער געברענגט אביסל אן אנדער סארט 'ענגעל' פון קנאות, מער א בריסקער סטיל קנאות. אין סאטמאר איז מען געוואוינט צו הערן געוויסע קאוד ווערטער במקום הסברים. למשל אז א סאטמארער רעדנער שטעלט זיך אויף האלטן א דרשה קעגן ציונות, איז לא ימלט ס'זאל נישט אריינפאלן די ווערטער "שלש שבועות", "הריני מפקיר את בשרכם", "מרידה במלכות", "גזירת הגלות", וואס יעדער סאטמארער ווייסט באלד פון וואס מען רעדט. די בריסקער האבן אנדערע קאוד ווערטער, און אן אנדער נוסח צו די גאנצע אנטי ציוניסטישע אידעאלאגיע. ס'איז געבויט מער השקפה'דיג און יסודות'דיג, מען שרייט נישט אזויפיל און מען פארפירט נישט אזוי סאך. ממילא איז א שאד אז מ'האט נישט מער אנערקענט די דרשה.
סאמועל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2018 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 3:02 pm

איך האב נישט געליינט די ארטיקל קען זיין מיינע ווערטער זענען נישט אין פלאץ אבער די פאר שורות וואס @סאמועל האט דא צוגעברענגט אויף דעם וויל איך מעיר זיין א הערה

די צוויי צדדים אין סאטמאר האט זיך נישט אנגעהויבן ביי די אחים הקדושים דאס האט זיך אנגעהויבן פון ווען עס איז באשטעטיגט געווארן אז הרבנית אלטא פיגא גייט ניט איבערלאזן קיין דורות וואס אין פאל זי לאט ווען איבער א זון וואלט יענער אן קיין ספק געווען די סאטמערער ממלא מקום

ווען מ'האט זיך דערזעין אז זי גייט ניט איבערלאזן דורות איז געווארן א מוז צו האבן א אידעלאגיע וואס דעס זאל זיין די צווייטע צד פון די המון עם דהיינו דאס האט מען פארשטאנען אז דער המון עם גייט וועלן האבן א רבי אויף זיך -און מ'רעדט נישט פון קיין שוואנצאנות רבי מ'רעדט פשוט פון א רבי וואס גייט פירן די עדה - אגב נישט די רבי ז"ל דער ברך משה און נישט ר' אהרן שליט"א זענען שוואנצאנותדיגע רביס -

עכפ פונקט ווי יעדע דיטאקטור זעיט דעם המון עם פאר זיין גרעסטע שונא און זיי זוכן די ערשטע און וויכטיגסטע זאך פאר זייער חיות אונטערצודרוקן דעם המון און צו דערשטיקן יעדע בשוגגדיגע און אפי' אמאל פלעינע אומשולדיגע המון עם כמו אויפשטאנד אדער אפי' אמאל סתם כאפן מאכן איינעם כאילו ער האט געוואלט עפעס טון קעגן קעניג און אים דערהרגענען למען ישמעו און כדאי אוועקצונעמען די קליינע ביסל באהאלטענע תאוה פון געוויסע אפילו צו פראבירן ארויסטרעיטן קייגען דעם קעניג ווייל דער איין איינציגע זאך וואס קען ברענגען א דיטאקטור אויף זיינע פיס זענען די המון עם

די זעלבע האט די שטוב פון סאטמאר רב ז"ל געזען דעם המון עם אלס א פראבלעים און די זעלבע ביים סאטמאר רב ז"ל דער צווייטער האט משה גבאי דערלייגט ווייל ער האט נישט געהאט דעם המון עם מיט זיך

און כדאי צו האבן א פראנט קעגן דעם המון עם וואס גייען זיך צוזאםנעמען אונטער א נייע פירער אבער היות זיי פארקויפן דאך נישט קיין רבי טא אי הכי ווער וועט זיין דער געגנער געגן דעם המון עם ?

ע"כ איז געווארן א פארמירונג פון איטליכע צוזאם און מ'האט געבויעט א פעסטע אידילאגיע אז סאטמאר איז א שיטה קעגן ציונות בלא בלא און מ'האט דאס געלאזט א גאנג אריין אין די מח פון די אנהענגער זינט דעם רבינס סטראוק

אזוי איז געווארן צוויי צדדים צד א פרא ממלא מקום צד ב אידילאגיע

תשלט האט עס באקומען א נייע נאמען

צד א חסידי רבינו הדברי יואל והברך משה צד ב' אידליאגיע רבינו זצ"ל

תשנט צד א חסידי הדברי יואל והברך משה והלב אהרן צד ב אידילאגיע חסידי רבינו ז"ל מעריצי בעל צדק מארץ תצמח

שוין מתחלה ווען מ'האט געבויעט די אידילאגיע איז שוין געווען די נגון איך בין מער קנאותדיג דו ביסט מער די איליאגיע צד האט שוין געהשמיד אין ברך משה צייטן אז ער איז נישט גענוג קנאותדיג די אידילאגיע איז דאך געווען טיילווייז געבויעט אזוי אז אזעלכע רז"ל פילאפס זאלן קענען אנצייגן די אידילאגיע צד אלס דער פרומער , קנאותדיג און דעם צד א -די סיגוטערס חסידים כלשונם - די מער בעלבתישער עולם

פון די פאר שורות וואס @סאמועל ברענגט אראפ הייבט ער די מחלוקה פון תשנט צוליב איינס פון די צוויי סיבות אדער איז ער פשוט יונג און נישט באקאנט מיט די היסטאריע אדער צוליב שיטתו האט ער עס דוקא שרייבעריש פארזעין איך ווייס נישט לכן באתי להעיר
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2882
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1122 מאל

Re: בקנאו את כינוסי - וועקער 13

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 3:45 pm

איין זאך איז נאר שווער אויף גאנצלען, אז די ערשטע פאר יער האט דער בר"מ געהאט דעם דגל הקנאות , און אלע עקסטרעמיסטן למיניהם האבן זיך געפונען דאס פלאץ ביי איהם.
דאס איז חוץ מזה וואס איז שווער צו טרעפן די אידעאלאגיע פראפאגאנדע פון ר' נתן יוסף וחביריו , זייער עיקר פראפאגאנדע איז געווען "שוואנצאנות".
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 3:58 pm

די ערשטע פאר יאר איז די זאך געווען היפש צומישט און צופארן די ביידע צדדים האבן זיך נאך געדרייט צוזאמען מיט פארעווע נאנטשאפט

אבער אין מיינונג איז די זאך זיכער געווען צוטיילט אפשר נישט אויף למעשה שארף אבער די אידילאגישע צד איז געווען דא זיכער צו מאכן אז דער סיגוטער כלשונם רופט זיך נישט רבי נאר רב און נאך אזעלכע קלייניקייטן פארשטייט זיך אז ווען עס איז געקומען צו בעלזא האט מען זיך געשלאגן צוזאמען

הערשט שפעטער האט זיך די זאך צושארפט ווען זאכן האבן שוין נישט געקענט גיין צוזאמען און די עקסטרעימע פון די אידילאגיע זייט האבן געמוזט זיך אנהייבן טיילן דאן איז עס פארשארפט געווארן פון ביידע זייטן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2882
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1122 מאל

Re: בקנאו את כינוסי - וועקער 13

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 4:40 pm

איך מיין אז די רעבעצין מיט די אלטע שטוב מענטשן האבן זיך שוין גלייך צוקריגט, נאר די מענטשן וואס זענען אלע יארן שפעטער געווארן"שונאים" ווי קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער וכו' זענען די ערשטע יארן געווען שטארק פארן ברך משה.
(איך האב געזעהן אמאל א קונטרס וואס ר'משה בער בעק האט דעמאלט ארויסגעגעבן קעגן ליובאוויטש אדער בעלז ווי ער שרייבט ברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל, אז אונז האמיר א ממלא־מקום צום רבי'ן זי"ע וכו').
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אונטער חכם אום דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:39 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 602
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:04 pm

ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווילל נאר דא איבערזאגן א מאמר פון א געזעצטן מענטש. וואס ער האט קאמענטירט...דער פאקט אז די צוויי יונגלעך רופן זיך סאטמארע רבי, ווייזט אויפ'ן שפלות הדור...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 11:57 pm

אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין אז די רעבעצין מיט די אלטע שטוב מענטשן האבן זיך שוין גלייך צוקריגט, נאר די מענטשן וואס זענען אלע יארן שפעטער געווארן"שונאים" ווי קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער וכו' זענען די ערשטע יארן געווען שטארק פארן ברך משה.
(איך האב געזעהן אמאל א קונטרס וואס ר'משה בער בעק האט דעמאלט ארויסגעגעבן קעגן ליובאוויטש אדער בעלז ווי ער שרייבט ברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל, אז אונז האמיר א ממלא־מקום צום רבי'ן זי"ע וכו').


א שאד זיך צו טענהן מיט א אומוויסענדן .....

קאשוי רב שטארק פאר'ן ברך משה........ עיי' ערך שחיטה :lol:

ר' אברהם איז אויך נישט געווען פאר'ן ברך משה קיינמאל שוא ושקר ער האט זיך ניט ארויסגעשטעלט אפען קייגען אים
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2882
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1122 מאל

Re: בקנאו את כינוסי - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 8:17 am

berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווילל נאר דא איבערזאגן א מאמר פון א געזעצטן מענטש. וואס ער האט קאמענטירט...דער פאקט אז די צוויי יונגלעך רופן זיך סאטמארע רבי, ווייזט אויפ'ן שפלות הדור...!
זייער גוט געזאגט, ווער איז דער חכם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8440
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7902 מאל

הודעהדורך שמערל » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 3:04 pm

גאנצל האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין אז די רעבעצין מיט די אלטע שטוב מענטשן האבן זיך שוין גלייך צוקריגט, נאר די מענטשן וואס זענען אלע יארן שפעטער געווארן"שונאים" ווי קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער וכו' זענען די ערשטע יארן געווען שטארק פארן ברך משה.
(איך האב געזעהן אמאל א קונטרס וואס ר'משה בער בעק האט דעמאלט ארויסגעגעבן קעגן ליובאוויטש אדער בעלז ווי ער שרייבט ברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל, אז אונז האמיר א ממלא־מקום צום רבי'ן זי"ע וכו').


א שאד זיך צו טענהן מיט א אומוויסענדן .....

קאשוי רב שטארק פאר'ן ברך משה........ עיי' ערך שחיטה :lol:

ר' אברהם איז אויך נישט געווען פאר'ן ברך משה קיינמאל שוא ושקר ער האט זיך ניט ארויסגעשטעלט אפען קייגען אים


שווער צו וויסן וויאזוי קען מען מחליט זיין אויף א מענטש וואס כלשונך האט זיך נישט ארויסגעשטעלט אפן קעגן דעם ברך, וויאזוי קען מען מיט א זיכערקייט זאגן אז ער איז נישט געווען פאר אים אן ברענגן קיין איין ראיה און נאך באשולדיקן דעם אנדערן אלס א שקרן?

ביי די פלייש פרשה האט זיך רעב אברהם זייער שטארק אנגענומען פארן ברך, און אפילו שפעטער ווען מ'האט אים באשמיצט כאחד הרקים האט ער קיינמאל נישט גערעדט א ווארט קעגן דעם ברך, און תיכף ווי נאר מען האט אים געלאזט איז ער גלייך געקומען זיך איבערבעטן מיטן ברך און מורא' דיג שיין גערעדט פון אים. במילא איז מיר א שטיקעלע וואונדער ווי ס'איז דיר נתגלה געווארן מיט אזא ודאות אז טיף בסוד סודות איז ער שטילערהייט געווען קעגן דעם ברך אלע זיינע לעבנסטעג.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1032
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 4:34 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווילל נאר דא איבערזאגן א מאמר פון א געזעצטן מענטש. וואס ער האט קאמענטירט...דער פאקט אז די צוויי יונגלעך רופן זיך סאטמארע רבי, ווייזט אויפ'ן שפלות הדור...!
זייער גוט געזאגט, ווער איז דער חכם?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז אן ..."אומר דבר בשם אומרו"...! דער זעלבער חכם אחד. א אידישער פילאזאף פון די מידדל עידזשעס, וועלכער האט נאכגעזאגט. אדער מחבר געווען אנדערע דברי חכמה...!...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 4:39 pm

שמערל האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין אז די רעבעצין מיט די אלטע שטוב מענטשן האבן זיך שוין גלייך צוקריגט, נאר די מענטשן וואס זענען אלע יארן שפעטער געווארן"שונאים" ווי קאשויער רב און ר' אברהם לייטנער וכו' זענען די ערשטע יארן געווען שטארק פארן ברך משה.
(איך האב געזעהן אמאל א קונטרס וואס ר'משה בער בעק האט דעמאלט ארויסגעגעבן קעגן ליובאוויטש אדער בעלז ווי ער שרייבט ברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל, אז אונז האמיר א ממלא־מקום צום רבי'ן זי"ע וכו').


א שאד זיך צו טענהן מיט א אומוויסענדן .....

קאשוי רב שטארק פאר'ן ברך משה........ עיי' ערך שחיטה :lol:

ר' אברהם איז אויך נישט געווען פאר'ן ברך משה קיינמאל שוא ושקר ער האט זיך ניט ארויסגעשטעלט אפען קייגען אים


שווער צו וויסן וויאזוי קען מען מחליט זיין אויף א מענטש וואס כלשונך האט זיך נישט ארויסגעשטעלט אפן קעגן דעם ברך, וויאזוי קען מען מיט א זיכערקייט זאגן אז ער איז נישט געווען פאר אים אן ברענגן קיין איין ראיה און נאך באשולדיקן דעם אנדערן אלס א שקרן?

ביי די פלייש פרשה האט זיך רעב אברהם זייער שטארק אנגענומען פארן ברך, און אפילו שפעטער ווען מ'האט אים באשמיצט כאחד הרקים האט ער קיינמאל נישט גערעדט א ווארט קעגן דעם ברך, און תיכף ווי נאר מען האט אים געלאזט איז ער גלייך געקומען זיך איבערבעטן מיטן ברך און מורא' דיג שיין גערעדט פון אים. במילא איז מיר א שטיקעלע וואונדער ווי ס'איז דיר נתגלה געווארן מיט אזא ודאות אז טיף בסוד סודות איז ער שטילערהייט געווען קעגן דעם ברך אלע זיינע לעבנסטעג.

שמערל: נישט אינגאנצן גערעכט. ווייל ביי די פלייש פרשה האט ר' אברהם שטארק געפייערט. טאקע נישט דירעקט אקעיגן ברך משה. נאר אקעיגן די השגחה פון התאחדות בכלל.אבער ער האט קיינעם נישט אנגערופן ביים נאמען פערזענליך. נאר דער נירבאטור'ער, דער דיירעקט ער געבער פון די השגחה, האטציך אויפגעשטעלט און איהם באוואשן כמו שכתוב. (א קליינעם חלק וועלל איך איבערזאגן פון זיכרון..."ס'שטעלט זיך דא אויף א איד. און ער רעדט צוזאם נארישקייטן און שטותים. זאכן וואס זענען קיינמאל נישט געשעהן"...) דאס אלעס האביך געהערט אויף א טעיפ פון די מיטינג פון התאחדות איבער דעם סקאנדאל מיט חלב...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך שמערל » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 6:22 pm

שוין מסתם פארלאפן א וויילע, זייט מוחל גייט הערט איבער דעם טעיפ, ר אברהםנעמט זיך שטארק אן פאר די פלייש און רעדט דארט ביי די אסיפה זייער שטארק א קעגן קאשויער רב'ס חוצפה עס צו אסר' ן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1032
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1216 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 7:06 pm

שמערל: איך נעם נישט קיין גאראנטי אויף די איבעריגע חלקים. אבער דער שטיקל וואס איך האב דא געברענגט געדענק איך זייער קלאר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך גאנצל » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:26 pm

שמערל האט געשריבן:שוין מסתם פארלאפן א וויילע, זייט מוחל גייט הערט איבער דעם טעיפ, ר אברהםנעמט זיך שטארק אן פאר די פלייש און רעדט דארט ביי די אסיפה זייער שטארק א קעגן קאשויער רב'ס חוצפה עס צו אסר' ן.


וואס עפעס ווערט דאס אנגערופן חוצפה קאשוי רב אי זנישט ענטייטלד צו האבן זיין דעת תורה פונקט ווי ר' אברהם האט געמעגט זאגן זיין דעת תורה אז עס איז א מצוה צו שיקן אין בני יואל און אסרן די סקול דיסטריקט

יעצט לגבי ר' אברהם מיט'ן ברך משה פון וויפיל מ'ווייסט האט ר' אברהם נישט געהאלטן אז מ'זאל אויפנעמען א אפיציעלע רבי נאכ'ן רבינס פטירה ער האט געהאלטן ווי אנדערע אז די מוסדות אין קהלישע זאכן זאל ווערן געפירט דורך בי"ד/בעה"ב/רבינס שטוב און רבישע ענינים ווי פירן הקפות קוויטלעך זאל יעדער גיין ווי זיי ווילן און ס'איז געווען אסאך וואס האבן אזוי געוואלט. ווילאנג עס איז געווען פארעווע צייטן קען זיין אז ר' אברהם האט זיך צוגעשטעלט אין דעם ענין צום ברך משה מיט די פאר זאכן ווי די שחיטה, בעלזא,. די אלע זאכן האט מען נאך געטון פאראייניגט מ'האט דאך נאך געהאט א געפיל צו סאטמאר אבער צוביסלעך איז עס געווארן הייסער

אלענפאלס עס איז נישט אינטערסאנט צו רעדן פון יעדן יחיד'ס פונקטליכע היסטאריע, דאס איז איינס
צווייטנס מ'קען אנקוקן די גאנצע זאך אנדערש ווי אזוי איך האב עס דא אראפגעשריבען

אבער דאס איז זיכער אז דא איז דא צוויי צדדים

צוריק צו @סאמועל און צו דער וועקער אלס עקסטרעים נייטראלע פלאטפארמע איז שרייבן איין זייט וואס קען זיין אז ס'איז בייעסד און פיל מיט שקר דאס פאסט נישט פאר נייטראלע שרייבער
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2882
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1122 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:44 pm

גאנצל: די נקודה העיקרית דא איז אז ר' אברהם לייטנער איז אוועק געגאנגען אויף אן עקסטרעימען וועג. משא"כ ווען ער איז געווען רב אין מאנטעווידעא, אורוגוואי געדענק איך איהם אלס זייער אן עפעקטיווער רב . ער האט זיך אראפגעלאזט צו א יעדן. ר'האט גערעדט אפילו צו קינדער (אויף זייער דרגא). ער האט געהאט אן עינא פקיחא אויף אלע זאכן פון שטאט. געגעבן השגחה אויף די מילעך, פלייש, (שחיטה וכל המסתעף). און די ת"ת און ישיבה קטנה. אויך האט ער (לשם זיכוי הרבים) געגעבן השגחה אויף אויל. וואס איז געמאכט געווארן ביי א גוי'אישע קאמפעני...!

איך דערמאן מיך אן אינטרעסאנטן עפיזאד. ווי שטארק פרום און עקסטרעים ר' אברהם לייטנער איז שפעטער געווארן, האט ער מסכים געווען אז אין כיתה א' אין די ת"ת איז געווען די רבי...א מיידל...! די טאכטער פון ר' מרדכי הירש ע"ה...! איך געדענק ווען מיין קליינע ברודער איז אהיימגעקומען פון חדר זינגענדיג די פרשה פון די וואך...וואס ער האט גילערנט ביי זיין רבי/טיטשער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך קיפעלע » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 7:55 pm

בעצם האב איך שטארק הנאה געהאט פון די גאנצע ארטיקל, אבער איין זאך שרייבט ער אז די גאנצע ז״ל פארטיי איז נישט קיין רבי מיט חסידים, סאיז א פראקציע וואס האט א גשמיות׳דיגע פירער און די רוחניות דרייט זיך נישט ארום דעם רבין, אט אויף דעם פרט בין איך אביסל מחולק, איך בין דירעקט נישט קיין זאלי געשטימטער, איך וואוין דארט אין די געגנט, און איך האלט מיט די חינגאות, און איך פאל אריין דארט אמאל אמאל אויף עפעס א יום טוב שני של גליות מנחה מעריבל, עס איז רעכט, אז סנישט סקווער און ניטאמאל וויזניץ, אבער די מלכות וואס טוט זיך דארט איז ממש אומגלויבליך, איך גלייב נישט אז סדא נאך איין חסידות וואס די רבי איז אזא קעניג במיליאו! און דאס קומט נישט פון געלט שווענדעריי פונעם חצר המלכות, דאס קומט פון הערצה פון חסידים, וואס האבן ליב זייער רבי, און פילן נישט אז ער איז דא זיי צו דערדריקן, נאר אויס צו הערן, און מיט פילן מיט זיי, און צו לייגן א פלייצע ווי מען קען, איך פון מיין פערזענליכע קוק ווינקל קוק איך עס אן מאדנע, וואס פעלט אויס די אלע זאכן, אבער איך קוק אן מאדנע די גאנצע היינטיגע חסידישע וועלט... סא... אבער פאר די חסידים און זייער וועלטעל, האלט איך איז נישטא בדומה לו און די הינזיכטן פון א איבערגעגעבנע מנהיג, און א מלכות און פילן זין פון ווארט, יעדע יום טוב שפרייזט ער אריין ווי א מלך אויפן טראן מיט א נייע בעקיטשע פאר יעדע צווייטע תפילה און טיש, אלעס מיט א הזכרה אונעווייניג פון די נדבן, איך האב געהערט דעם שביעות ווי איינער זאגט, אז די עכטע שטריימל איז נאך נישט גרייט, דאס איז ׳נאר׳ א זיבענער... און פאר די נעקסטע חתונה קומט א צוועלפער פון קרויס(...)
יעצט האט מען באנייט דארט א נייע זילבער סעט, וואס כהאב מיך אביסל נאכגעפרעגט אויף דעם, איך בין דאך(?) א אלס ווייסער... זאגט מיר איינער עפעס א שטיקל אנדרייער דארט, אז די גאנצע סעט צוזאמען האט געקאסט א ערך פון הינדערט צוואנציג טויזענט דאלער... פלאס עפעס א גרויסע לייכטער פאר אינדערהיים וואס האט געקאסט נאך א דרייסיגערל... איך קוק אים אן מיט ווינדער.... ווווווווואס? יא! זאגט ער מיר, די אלע זאכן זענען אריינגעטראגן געווארן אלס משלוח מנות צום רבין, און מען האט אלעס צוזאם געשטעלט אלס איין גרויסע סעט מיט עפעס א קאסטעם מעיד פרינט.... הלוואי אויף מיר געזאגט אזעלכע שלוחמנאתער... אנשטאט המן טאשן מיט האלעפטשעס העל איך אריינבייסן אין א געשמאקע זילבענע טאץ.... אלעס מיט א נאמען פון א פראמינענטער עושר אויסגעקריצט... און דא האלט מען שוין ביי די דריטע פולע סעט! למשל ביי מהר״א, האט מען פאריאר גענדיגט די ערשטע סעט! סהייסט פאריאר פסח איז ערגענצט געווארן די סעט, ביז דעמאלטס איז אפאר זאכן געוועזן מיט א אנדערע פרינט, למשל די יאר חמשה עשר בשבט, האט מהר״א געפראוועט צוויי טישן, אין חלק ד׳ און נאך ערגעץ, און אזוי ווי מען האט געדארפט מער פון איין סעט און מען האט נישט געהאט האט מען ארויסגענומען די פסח׳דיגע סעט..... ביי מהרזל וואלט דאס קיינמאל נישט פאסירט! די בענקלעך דארט איז א פרשה פאר זיך.... גיסט זיך דארט בענקלעך ווי לעגאס ביי מיר אין שטיב... אזא בענקל מיט אזי בענקל, די סעט מיט יענע סעט, אלעס קאסטעם מעיד מיט א מלכות׳דיגע אויסקוק... עגען, איך לאך פון די גאנצע זאך אבער...
בקיצור זעמיר אביסל פארפארן, לדעתי איז די גאנצע זאך אז דארט איז נישטא קיין מנהיג, סתם א אלטע אויפגעגעסענע ארוינישע טרייסט, וואס איז נישט געפאלן אז היינטיגע טאג האט זיך אזא ריזיגע פראצענט פון זייער אמאליגע קעניגרייך געלאפן מאכן שבת פאר זיך, אבער והאמת עד לעצמו... איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט, אבער פון מיין שטילע אבזערוויר ווינקל האב איך עס אזוי פארשטאנען.

בכלל האלט איך אז די גאנצע קהילה האלט סאך מער פון ז״ל ווי אין א געוויסע זין די אינטערטאנען פון א אנדערע פארטיי, די קהילה מיטגלידער דארט זענען נאר דארט, פאר איין סיבה ווייל זיי האבן דאלס איינגעזעהן מיט זייערע אייגענע אויגן, צו אוועק לויפן פונעם צד שכנגד איז דא געניג פלעצער וואס איז טאקע פיל, צו זיין ראדיקאל דארף מען נישט צוקומען צו מהרז״ל, און די פאקט איז אז דארט איז די רבי זייער איבערגעגעבן פאר די חסידים, ולא ביד החזקה, נישט ווייל ער הערשט אויף זיי מיט א אייזערנע פויסט, בלויז ווייל ווען א איד האט עפעס פילט ער זיך רואיג אריינצוגיין צו אים, וויסנדיג אז ער איז דא אים ארויס צו העלפן, און וועט טון כל מה שביכלתו אים צו העלפן גשמיות׳דיג, נישט אז ער וועט אים אנווינטשן מיט א פלאם פייערדיגע פנים א ברכה וואס אויב גלייבט מען נישט באמונה שלימה ווערט מען א אפיקורס באטשי וכל שם וכנוחה דאית ליה... סאיז זיכער אז מען האלט נישט פון אים עולומות אזוי ווי אין אנדערע פלעצער, ווי מען האלט אז די רבי איז די איינציגסטע איבערגעבליבענע לייסטל פון די וועלט, און ווען נישטים וואלט שוין לאנג געוועזן אויס וועלט, איך רעד פשוט מעריץ זיין דעם רבין צילוב זיינע אייגענע מעלות און נישט ווייל ער איז א זין און א מלכך מקום פון זיין אינטערגעהויבענע פאטער זאל זיך מיען אין לעכטיגן....דוק כי קצרתי

הערות זענען שטארק וועלקאם!
קיפעלע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:14 pm

גאנצל האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:שוין מסתם פארלאפן א וויילע, זייט מוחל גייט הערט איבער דעם טעיפ, ר אברהםנעמט זיך שטארק אן פאר די פלייש און רעדט דארט ביי די אסיפה זייער שטארק א קעגן קאשויער רב'ס חוצפה עס צו אסר' ן.


וואס עפעס ווערט דאס אנגערופן חוצפה קאשוי רב אי זנישט ענטייטלד צו האבן זיין דעת תורה פונקט ווי ר' אברהם האט געמעגט זאגן זיין דעת תורה אז עס איז א מצוה צו שיקן אין בני יואל און אסרן די סקול דיסטריקט

יעצט לגבי ר' אברהם מיט'ן ברך משה פון וויפיל מ'ווייסט האט ר' אברהם נישט געהאלטן אז מ'זאל אויפנעמען א אפיציעלע רבי נאכ'ן רבינס פטירה ער האט געהאלטן ווי אנדערע אז די מוסדות אין קהלישע זאכן זאל ווערן געפירט דורך בי"ד/בעה"ב/רבינס שטוב און רבישע ענינים ווי פירן הקפות קוויטלעך זאל יעדער גיין ווי זיי ווילן און ס'איז געווען אסאך וואס האבן אזוי געוואלט. ווילאנג עס איז געווען פארעווע צייטן קען זיין אז ר' אברהם האט זיך צוגעשטעלט אין דעם ענין צום ברך משה מיט די פאר זאכן ווי די שחיטה, בעלזא,. די אלע זאכן האט מען נאך געטון פאראייניגט מ'האט דאך נאך געהאט א געפיל צו סאטמאר אבער צוביסלעך איז עס געווארן הייסער

אלענפאלס עס איז נישט אינטערסאנט צו רעדן פון יעדן יחיד'ס פונקטליכע היסטאריע, דאס איז איינס
צווייטנס מ'קען אנקוקן די גאנצע זאך אנדערש ווי אזוי איך האב עס דא אראפגעשריבען

אבער דאס איז זיכער אז דא איז דא צוויי צדדים

צוריק צו @סאמועל און צו דער וועקער אלס עקסטרעים נייטראלע פלאטפארמע איז שרייבן איין זייט וואס קען זיין אז ס'איז בייעסד און פיל מיט שקר דאס פאסט נישט פאר נייטראלע שרייבער

גאנצל: מיט איין פרט ביניך א ביסל מחולק מיט דיר. די אלע אידן, אריינגערעכנט ר' אברהם לייטנער, וועלכע האבן געהאלטן אז ס'זאלל זיין א אינדעפענדענט חסידות און א לויזע הנהגה, האבן נישט געהאלטן אזוי אלס נייטראלקייט. אדער לטובת הציבור. נאר זיי האבן פשוט געהאלטן אז דער ברך משה איז א פראסטער מענטש (און נאך אפילו עפעס ערגערס אויך) און זיי האבן געהאלטן אז ער איז בכלל נישט ראוי צו זיין דער ממלא מקום פאר'ן סאטמאר'ע רעבי'ן זי"ע...! און דאס איז נאך דער יסוד פון די מחלוקת עד היום הזה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

Re: בקנאו את כינוסי - וועקער 13

הודעהדורך מי אני » זונטאג מאי 26, 2019 2:09 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב. עס איז זייער פאליטיקעללי קאררעקט. ביז ווילאנג עס איז נישט אויפגעוויזען אז די רבי׳ס זענען חשוב׳ער מענטשען, זענען זיי פלעינער מענטשען. וואס איז דער ענין ביידע געבען רעכטען אן א מקור? קענסט דן זיין די שיטות, על אף אז כפי ראות עיני בשר זענען זיי ביידע פאליטישע פיהרערס און פיגורען, וואס ווייסען נישט פון אויפריכטיגקייט און לשם שמים אפילו ווען עס וואלט זיי געקלאפט אין פנים. אבער די מענטשען קומט זיי גארנישט אין אזא סארט ארטיקל, גאט איז נישט אין זייער משקל ביים אנפיהרען אזעלכע זאכען. אפשר זאל מען מאכען אזעלכע טעסטס און ברענגען זאצען פון די רביס און פרעגען זייער אנהענגערס צו זיי קענען זיך פארשטעלען וועלכע רבי האט עס געזאגט. איך דענק אז זיי וואלטען נישט געקענט, ווייל עס טוט זיך צווישען tweedledee און tweedledum. די גאנצע זאך איז בלויז פאליטיק. אז איינער האלט אנדערש, זאל ער אויפווייזען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

לגבי די חשיבות פון די מנהיגים קען מען אפשר טענה׳ן אז וויבאלד מ׳האט זיי אויפגענומען על הציבור, איז הייבן זיי שוין אן מיט די הנחה/חזקה פון א מורם מעם וואס מ׳האט מוחל געווען זייערע עבירות, וכעין מה דאיתא בירושלמי בביכורים (ג ג).


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל


גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: berlbalaguleh און 4 געסט