חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1511 מאל

חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע - וועקער 13

שליחה דורך מיימון »

שלום עליכם טייערע חברים עס איז מיר א כבוד און פארגעניגן צו פארשטעלן פאר אייך מיין ארטיקל "חכמות חיצוניות אין דער אידישער היסטאריע" אין דעם היינטיגן וועקער נומער 13.

ביטע לאזט מיר הערן אייער מיינונג, האט איר הנאה געהאט? איז עס צו טרוקן און לאנגווייליג? איז עס צו ווייט פארקראכן פונעם נושא? איז עס צו שטארק פול מיט פרעמדע טערמינען און באגריפן אן קיין הסברה? לאזט מיר וויסן.

דער ארטיקל איז דער ערשטער חלק פון א סעריע ארטיקלען איבער די נושא. נאך צוויי ארטיקלען זענען שוין אפגעדרוקט און אריינגעשיקט צו דער וועקער. דער צווייטער ארטיקל טוט ארומנעמען די תקופת התנאים והאמוראים ביז נאך תקופת הגאונים. דער דריטער ארטיקל דעקט דעם ערשטן האלב פון תקופת הראשונים אין אזעלכע פלעצער ווי שפאניע אונטער די מוסלעמענער הערשאפט, מצרים און די מזרח לענדער, אשכנז און פרובינציה און נאך. ווי אויך די פילע פולמוסים אויפן מורה נבוכים.

דער פערטער ארטיקל וועט דעקן דעם איבריגן חלק פון תקופת הראשונים אין שפאניע אונטער די קריסטן, פארטוגאל מאראקא און נאך, ווי אויך איטאליע ביז אריין אין תקופת האחרונים. דער פינפטער ארטיקל וועט ממשיך זיין תקופת האחרונים אין די לענדער פון די גולי ספרד ווי טערקיי און האלאנד. דערנאך וועלן מיר זיך צוריקדרייען כאפן א בליק אויף אשכנז ביז די ישיבות אין פולין. דער זעקסטער ארטיקל וועט דעקן די פרי-משכילים און די משכילים, די מאדערנע תקופה און די מערכות וועגן חינוך אין קורצן.

די סעריע ארטיקלען טוט דערמאנען הונדערטער היסטארישע באגריפן און מענטשן, מיר פרובירן צו איבערקוקן יעדן היסטארישן דעטאל עס זאל זיין ריכטיג, אבער גרייזן מאכן זיך. די סעריע איז נישט איבער קיין איינעם פון די היסטארישע זאכן וואס אויף יעדן פון זיי זענען געשריבן אסאך פארש ווערק און מאטריאל, דעריבער וועלן מיר נישט מאריך זיין ביי קיין איינעם פון זיי מער ווי עס פעלט אויס צום ענין.

די סעריע איז אן איבערבליק איבער די היסטאריע פון חכמות חיצוניות אין די אידישע וועלט, איבער די פארשידנארטיגע צוגאנגען דערצו אין פארשידענע צייטן און ערטער, און איבער די רייכע און קאלירפולע ליסטע פון אידישע דענקער וואס האבן זיך אויסגעצייכנט אין פארשידענע וויסנשאפטליכע מקצועות. די סעריע ארטיקלען זענען נישט קיין אקאדעמישע ווערק און איך ווייס נישט אויב זיי זענען עפעס מחדש, מיין ציל איז צו געבן א קורצן איבערבליק איבער די גאר וויכטיגע נושא.

ביי ויכוחים איבער לימודי חול קומען כסדר ארויף אזעלכע ווערטער ווי חכמות חיצוניות, השכלה, רמב"ם, פילאזאפיע, ווייניג ווייסן די פאקטן; זענען געווען נאך גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן ווי דעם רמב"ם? האט דער רמב"ם באמת געהאלטן פון לערנען פילאזאפיע, אדער נאר פאר די נבוכים? האט טאקע דער חתם סופר אנגעקוקט לימודי חול ווי כפירה? ווייניג ווייסן אז רבי סעדיה גאון איז געווען א פילאזאף, און נאך ווייניגער ווייסן אז דער רמ"א, דער תוספות יום טוב, מיט'ן לבוש, זענען געווען פילאזאפן און מאטעמאטיקער. די סעריע צילט צו כאפן א בליק אויף די פארשידענע תקופות ביי כלל ישראל, און זייער בליק אויף די נושא.

דער ערשטער ארטיקל דעקט די גאר פריע תקופה פון כלל ישראל, וואס ספק אויב מען קען עס שוין בכלל אנרופן חכמות חיצוניות, איך האב נישט אנגערירט פילע נקודות וואס קענען זיין זייער סענסיטיוו, ווי צב"ש איבער השפעות פון די אומות העולם אין די תורה. אפילו אזוי איז עס גענוג ווייט געגאנגען.

די בילדער זענען [tag]אבטולמוס[/tag]'ס קרעדיט. אזוי אויך האט ער אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות און צייט אויף הגהה און רעדאקציע, ווי יעדער וועקער ליינער און שרייבער ווייסט, ראובן זשאלעוועט נישט קיין כוחות און מי, און ער שטייט אונטער יעדן געדרוקטן אות און בילד אינעם וועקער.

איך האף אז איר האט הנאה געהאט. לאזט מיר דא הערן אייערע קאמענטארן און אנפראגעס. אויב איר ווילט א מראה מקום אד"ג, איך וועל פרובירן צו ענטפערן. ייש"כ.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר