"ספר יצירה" - וואס איז דאס? (וועקער 13)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

"ספר יצירה" - וואס איז דאס? (וועקער 13)

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג יולי 29, 2018 12:52 am

דורכאויס מיין לענגערע סעריע איבער "תורת הקבלה", וואס וועט אי"ה כסדר דערמאנט ווערן דא, זענען פארהאנען פארשידענע קאפיטלען וואס זענען לענגערע געשיכטעס פאר זיך, א שטייגער ווי דער יעצטיגער קאפיטל וואס נעמט ארום דעם עלטסטן ספר קבלה אין די היסטאריע - דער "ספר יצירה".

זייענדיג א פארהעלטנמעסיג קליינע טעקסט בוך פון צוויי טויזענט ווערטער, מיט אומפארשטענדליכע רמזים און אומקלארע געדאנקען, וואס פארנאנדערשיידט דעם ספר פון אלע אנדערע ספרי קודש אין די אידישע היסטאריע, איז דער ספר יצירה פארט דער פאראויסגייער פון אלע ספרי קבלה, און עס זענען פארהאנען צענדליגע ספרים און פירושים אויפן ספר, און הונדערטער מחקרים און אסאך אקאדעמישע ביכער וואס פארשן אלסדינג איבערן מיסטעריעזן ספר.

פארט וואלט איך געזאגט, אז רוב רובם פון אנ"ש ווייסן נישט וואס עס שטייט אינעם ספר, ווי אלט דער ספר איז, וואס זיין השפעה איז געווען לדורות, ווער עס האט געשריבן פירושים דערויף, און אלעס אנדערש אנבאלאנגט דעם היסטארישן ספר.


וועגן דעם האב איך דאסמאל געשריבן א לענגערע קאפיטל, מיט אקאדעמישע כלים און אויפן אקאדעמישן אויסשטעל (דאס ערשטע מאל אין היסטאריע פון היימיש-אידישע ליטעראטור!), באזירט אויף צאללאזע מקורות פון ספרי קודש, ספרי חול, מחקרים אד"ג, אז די "וועקער" לייענער זאלן זיך ענדליך באקענען אביסל פון די נאנט מיטן ספר יצירה.

איך האף אז די לייענער וועלן הנאה האבן דאס צו ליינען, און וועלן געוואויר ווערן היסטארישע ידיעות, און סתם אינטערעסאנטע ידיעות דורכאויס די אריבער הונדערט הערות פון אונטן.



פאר סיי וועלכע פראגעס, הערות, מיספארשטענדענישן, ומקום לחלוק, טו איך ווידמען דעם אשכול, און איך האף צו הערן פון אייך סיי וואס אנטבאלאנגט די נושא פון ספר יצירה.


(אין קומענדיגן "וועקער" האף איך צו גיין ווייטער מיטן סעריע איבער תורת הקבלה, אדורכגייענדיג די מיסטישע סארט תנאים, א שטייגער ווי רבי עקיבא, רבי ישמעאל כהן גדול, און רבי נחוניא בן הקנה, און די ספרי קבלה וואס מ'הענגט אן אין זייער נאמען. דערנאך וועלן מיר ווייטער אדורכגיין די היסטאריע פון תורת הקבלה בימי הגאונים והראשונים ביזן אנטפלעקונג פונעם ספר הזוהר)
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » זונטאג יולי 29, 2018 2:03 pm

זייער שיינע ארטיקל צאמגענומען פון אסאך מקורות. צוליב דעם האב איך געחזרט ספר יצירה שבת..

איין טעכנישע הערה: אין אזא ארטיקל ווי א גרויס חלק פון דער תוכן ליגט אין די הערות, וואלט געווען כדאי צו דרוקען די הערות אין א ביסעל גרעסערע פאנט, אפשר אפילו אזוי גרויס ווי דער ארטיקל זעלבסט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3792
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5868 מאל

הודעהדורך נח פייפער » זונטאג יולי 29, 2018 3:12 pm

אדאנק פאר דעם רייכן און ארומנעמענדן ארטיקל.
אין הערה 121 ווערט געברענגט א דעה אז א מענטש געשאפן דורך ספר יצירה האט א דין ווי אן עבד כנעני, אלס "דעת חזון איש (דערווייל נאר געזען צוגעברענגט אן קיין דעטאלירטן מראה מקום)."
עס איז טאקע דא א רעפערענץ אין חזון איש צו דער שאלה אבער ווייט נישט ווי אראפגעברענגט.
דער מראה מקום וואו דער חזון איש רעדט דערוועגן איז אין יורה דעה סימן קט"ז סק"א. ער דערמאנט עס נאר בדרך אגב צו צווישנשיידן צו אן אנדרוגינוס וואס איז זיין עיקר הלכה'דיגע שאלה. דער חזון איש זאגט דארט קלאר אז דער אנדורגינוס האט א דין ישראל, אנדערש ווי א מענטש געשאפן דורך ספר יצירה וועלכער איז נישט קיין ישראל, און אפשר איז ער ניטאמאל קיין מענטש.
לאמיר ציטירן זיין לשון:
נראה דאנדרוגינוס חייב במצות והוא כישראל לכל דינין ועונשין אפי' אם הוא בריה בפ"ע ... שנברא בספר יצירה, נראה דאין לו זכיות ישראל וקרוב שאין לו גם זכיות אדם (בח"צ נסתפק בזה)...

בקיצור, דער חזון איש ווי זיין שטייגער זוכט זיך נישט אריינצולאזן אין היפאטעטישע שאלות וואס זענען נישט עכט נוגע להלכה, בסך הכל בארירט ער דאס בדרך אגב צו מאלן א קאנטראסט צום דין פון אן אנדרוגינוס.
בכלל גלויב איך האט דער חזון איש נישט געזען דעם חכ"צ אינעווייניג נאר איז באקאנט דערמיט צוליב וואס דער משנה ברורה ברענגט דאס אראפ להלכה -- א וויכטיגע מראה מקום וואס מודינה האט אויסגעלאזט -- אין או"ח סימן נ"ה סק"ד וז"ל:
אדם הנוצר על ידי ספר יצירה אם מצטרף לעשרה ולכל דבר שבקדושה, עיין בתשובת חכם צבי סימן ס"ג ובספר עקרי דינים מה שכתב בענין זה.

עס בלייבט נאר איבער זיך צו וואונדערן פארוואס דער משנה ברורה האט געהאלטן פאר וויכטיג אראפצוברענגען די הלכה'דיגע שאלה און צי האט ער באמת געקלערט אז עס וועט אמאל נוגע זיין להלכה, אדער אפשר האט ער בלויז געוואלט באשפרינקלען די געווענליכע הלכה למעשה'דיגע קאמענטארן מיט עפעס טשיקאוו און אינטערעסאנט...
היימישע חוקרים, אגב, גלייכן צו נוצן דעם חכם צבי אלס א באווייז אז דער מהר"ל האט יא באשאפן א גולם, אזוי האט געשריבן דער חוקר הרב קוואדראט, רעדאקטאר פון קנקן, אין קינדליין. אויך איטשע פון אייוועלט שרייבט אזוי.
איז אינטערעסאנט וואס כ'האב געטראפן אין ספר פסקי חזון איש, ("נערך ונסדר ע"י הרה"ג ח.א.ש. שליט"א, שנת תדש"נ") וואס קומט מיט'ן משנה ברורה הוצאות ווגשל, שרייבט ער דארט ווי פאלגנד:
דרך אגב, כידוע המעשה של המהר"ל מפראג, דברא גולם, ע"י ספר יצירה (וזה עצמו לא ברור אם באמת המעשה הזו נכון) ועיין בספר אמרי יוסף [ספינקא] מועדים, העתק מכתב ששאלו להמהר"ל מפראג, מה דינו לגבי כל פרטי המצוות שבתורה האם הוא חייב?, אך מזמן ביררתי אצל אחד מאדמור"י בית ספינקא, דכל המכתב הזה, הוא שקר, וזה שהמציאו הכניסו במי תה הנקרא בלע"ז (סענס) וקברו באדמה, כדי שיראה כאילו מכתב מזמן המהר"ל, ויש עוד הרבה ראיות, דאינו נכון כל המעשה, ורק כפי שהובא בספר חכם צבי, שזקינו המהרא"ל ברא גולם, ולכן החליפו בין המהר"ל להמהרא"ל, ואע"פ שסיפר לי אחד שהיה בפראג, ושם מופץ המעשה על המהר"ל, וסגור שם העזרת נשים בחדר שכאילו שם הוא הגולם ואכמ"ל, אך באתי להמעיין קצת לעורר בזה.

פון זיינע ווערטער קומט גאר אויס, אז די געשיכטע געברענגט אין חכם צבי איז אן אנדייטונג אז דער מהר"ל האט "נישט" באשאפן קיין גולם, און פון דארט איז זאגאר דער מקור פון וואו דער גאנצער טעות נעמט זיך וד"ל.
נח פייפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:25 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יולי 29, 2018 8:38 pm

ס'איז דא נאך א דיעה אז די גאנצע מעשה מיט'ן גולם פון פראג איז אויס פאנטאזירט געווארן דורך הרב יודל ראנבערג. דער וועלכער האט איבערגעזעצט דעם ספר הזוהר אויף לשון הקודש. ער איז געווען זייער א טאלאנטירטער מענטש. און אלס צוגאב צו זיין פרנסה האט ער זיך באשעפטיגט מיט אויספאנטאזירן סיפורי מעשיות. צווישן זיי ..."דער גריידיצער צדיק"... און נאך אנדערע. זיין מעשה מיט'ן גולם פון פראג איז אייגנטליך באזירט אויף פראנץ קאפקא'ס מעשה מיט דעם מאנסטער וואס דער סייענטיסט דר. פראנקענסטיין האט באשאפן. און דער מאנסטער האטציך געשטארקט אויף איהם... דר. פראנץ קאפקא האט געוואוינט אין די זעלבע געגנט אין באהעמיע/טשעכיע וואו די געשיכטע איז זיך אנגעבליך פארלאפן. דער הרב יודל ראזנבערג איז געווען באוואוסט אין זיין צייט אין טאראנטא אלס גוטער פאנטאזירער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13186
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8383 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג יולי 29, 2018 10:48 pm

זייער שיינע ווערק! כ'האב באמת הנאה געהאט פון נישט נאר די מקורות נאר אויך די געמאסטענע ווערטער.

ס'האט מיך דערמאנט אז כ' האב פארפעלט צו ליינען די פארגייענדע "תורת הקבלה". כ'האב אפירגעניצען דאס אלטן וועקער און אריינגעשטיפט אין זאדזשקע פאר ווען ס' וועט זיך מאכן א שעת הכושר.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2505
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3842 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג יולי 29, 2018 11:13 pm

זייער א שיינע ארבעט. ייש"כ. כלעיקוואוד ועוד, די אויסשטעל פון די הערות און די טעקסט מאכט אביסל שווער דאס ליינען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1056
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1673 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מאנטאג יולי 30, 2018 6:26 pm

נח פייפער האט געשריבן:איז אינטערעסאנט וואס כ'האב געטראפן אין ספר פסקי חזון איש, ("נערך ונסדר ע"י הרה"ג ח.א.ש. שליט"א, שנת תדש"נ") וואס קומט מיט'ן משנה ברורה הוצאות ווגשל, שרייבט ער דארט ווי פאלגנד:
דרך אגב, כידוע המעשה של המהר"ל מפראג, דברא גולם, ע"י ספר יצירה (וזה עצמו לא ברור אם באמת המעשה הזו נכון) ועיין בספר אמרי יוסף [ספינקא] מועדים, העתק מכתב ששאלו להמהר"ל מפראג, מה דינו לגבי כל פרטי המצוות שבתורה האם הוא חייב?, אך מזמן ביררתי אצל אחד מאדמור"י בית ספינקא, דכל המכתב הזה, הוא שקר, וזה שהמציאו הכניסו במי תה הנקרא בלע"ז (סענס) וקברו באדמה, כדי שיראה כאילו מכתב מזמן המהר"ל, ויש עוד הרבה ראיות, דאינו נכון כל המעשה, ורק כפי שהובא בספר חכם צבי, שזקינו המהרא"ל ברא גולם, ולכן החליפו בין המהר"ל להמהרא"ל, ואע"פ שסיפר לי אחד שהיה בפראג, ושם מופץ המעשה על המהר"ל, וסגור שם העזרת נשים בחדר שכאילו שם הוא הגולם ואכמ"ל, אך באתי להמעיין קצת לעורר בזה.

פון זיינע ווערטער קומט גאר אויס, אז די געשיכטע געברענגט אין חכם צבי איז אן אנדייטונג אז דער מהר"ל האט "נישט" באשאפן קיין גולם, און פון דארט איז זאגאר דער מקור פון וואו דער גאנצער טעות נעמט זיך וד"ל.

א דאנק פאר דיין שיינע לענגערע הערה.

בנוגע די דאזיגע אויבנדערמאנטע נקודה, דעתי נוטה אז עס איז אומריכטיג.
ר' אליהו בעל שם האט מען קיינמאל נישט גערופן "מהרא"ל", עס איז נישט געווען זיין צונאמען און אין כמעט קיין איין ספר שטייט ניטאמאל אזוי אויסגעשריבן זיין נאמען. אלזא, צו זאגן אז פונעם ווארט "מהרא"ל" האבן זיך מענטשן טועה געווען און אנגעהויבן ארויפלייגן די מעשיות אויפן "מהר"ל", איז היסטאריש ממש נישט אויסגעהאלטן.
נאכמער, דער חכם צבי אין זיין תשובה שרייבט אויפן זיידן "זקני הגאון מוהר"ר אליהו אב"ד דק"ק חעלם", און דער יעב"ץ אין זיין תשובה שרייבט שוין יא א ר"ת, אבער גענצליך אנדערש: "זקנו הגראב"ש ז"ל".

אין סך הכל האט עס געשריבן איינער וואס פארשטייט נישט צו קיין היסטאריע, נאר א מלקט פון פסקי חזו"א, און הגם ס'איז א זיסע השערה האט עס באלד אזא באזיץ ווי דער לעגענדע אויפן מהר"ל זעלבסט...
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג אוגוסט 05, 2018 11:30 am

יישר כח @ארי נוהם באמת א הערליכע ווערק, איך האב עס געליינט דעם שבת מיט א געוואלדיגע הנאה. (כ'בין נאר נייגעריג ווי לאנג עס האט געדויערט... איך רעד פון קנאה...). די הערליכע און פראפעסיאנאלע פוטנאוטס גיבן עס צו א אקאדעמישן אויסזען, באמת געוואלדיג.

איך בין נאר נייגעריג פון וואו האסטו צוטריט צו די אלע לעצטיגע אקאדעמישע ארטיקלען וואס דו ציטירסט, פון jstor אדער אן אנדערע מעמבערשיפ? אדער פון א אמתע לייברערי? איך פלאג מיט דעם, אויפן געוועב איז שווער צו באקומען אלעס.

אין מיין צווייטן ארטיקל וואס ליגט שוין ביי דער רעדאקציע רעד איך אויך עטליכע שורות וועגן דעם ספר יצירה, און די ארבעה שנכנסו לפרדס, איך האף דו וועסט מיך נישט חושד זיין אין פלאגיאריזם..
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 889 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג אוגוסט 05, 2018 3:09 pm

א דאנק פאר די שיינע פידבעק.

עס איז טאקע ווירקליך אריין אן אומגעהויערע מאס שעות, כ'וואלט געזאגט אז צענדליגע שעות בלי גוזמא, צו פארשרייבן דעם מעגא-ארטיקל.

איך האב נישט צוטריט צו אלע אינפארמאציע, און כ'האב געוויס נישט קיין מעמבערשיפ אין רוב ערטער. געוויסע אקאדעמישע מאמרים האב איך אין מיין באזיץ, זייענדיג א זאמלער פון אלערליי אקאדעמישע ביכער און ארטיקלען אויף פד"ף (כ'האב טויזענטער אזעלכע מאמרים און הונדערטער אזעלכע ביכער, אויף פד"ף). געוויסע מאמרים האב איך געקענט געפונען אנליין. און געוויסע מאמרים האב איך געזען ציטירט אין אנדערע מאמרים וואס איך האב יא געזען, ומשם נדרש לטובה.

רבינו הפילוסוף האלקי ממשפחת @מיימון, קיינער וועט דיר נישט חושד זיין אין פלאגיאריזם, ווייל יעדער ווייסט פון דיין כח הקולמוס און כח המחשבה, און קיינער קלערט נישט אז אזא איינער ווי דיר דארף צוקומען צו מיינע ידיעות כדי צו פארשרייבן א שיינעם ארטיקל. בד"וו, די נושא פון "קבלה" פלאן איך אדורכצטון פון אלע זייטן, און כ'האף אז אין דיין קומענדיגע ארטיקל וועל איך יא געוואויר ווערן נייע ידיעות...


כ'דארף נאך ליינען דיין ארטיקל איבער חכמות חיצוניות, וואס איך בין זיכער אז קומענדיג פון דיר איז עס א "היט" פון אן ארטיקל. ועוד חזון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ארי נוהם אום זונטאג אוגוסט 05, 2018 3:21 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג אוגוסט 05, 2018 3:20 pm

ארי נוהם האט געשריבן:
נח פייפער האט געשריבן:איז אינטערעסאנט וואס כ'האב געטראפן אין ספר פסקי חזון איש, ("נערך ונסדר ע"י הרה"ג ח.א.ש. שליט"א, שנת תדש"נ") וואס קומט מיט'ן משנה ברורה הוצאות ווגשל, שרייבט ער דארט ווי פאלגנד:
דרך אגב, כידוע המעשה של המהר"ל מפראג, דברא גולם, ע"י ספר יצירה (וזה עצמו לא ברור אם באמת המעשה הזו נכון) ועיין בספר אמרי יוסף [ספינקא] מועדים, העתק מכתב ששאלו להמהר"ל מפראג, מה דינו לגבי כל פרטי המצוות שבתורה האם הוא חייב?, אך מזמן ביררתי אצל אחד מאדמור"י בית ספינקא, דכל המכתב הזה, הוא שקר, וזה שהמציאו הכניסו במי תה הנקרא בלע"ז (סענס) וקברו באדמה, כדי שיראה כאילו מכתב מזמן המהר"ל, ויש עוד הרבה ראיות, דאינו נכון כל המעשה, ורק כפי שהובא בספר חכם צבי, שזקינו המהרא"ל ברא גולם, ולכן החליפו בין המהר"ל להמהרא"ל, ואע"פ שסיפר לי אחד שהיה בפראג, ושם מופץ המעשה על המהר"ל, וסגור שם העזרת נשים בחדר שכאילו שם הוא הגולם ואכמ"ל, אך באתי להמעיין קצת לעורר בזה.

פון זיינע ווערטער קומט גאר אויס, אז די געשיכטע געברענגט אין חכם צבי איז אן אנדייטונג אז דער מהר"ל האט "נישט" באשאפן קיין גולם, און פון דארט איז זאגאר דער מקור פון וואו דער גאנצער טעות נעמט זיך וד"ל.

א דאנק פאר דיין שיינע לענגערע הערה.

בנוגע די דאזיגע אויבנדערמאנטע נקודה, דעתי נוטה אז עס איז אומריכטיג.
ר' אליהו בעל שם האט מען קיינמאל נישט גערופן "מהרא"ל", עס איז נישט געווען זיין צונאמען און אין כמעט קיין איין ספר שטייט ניטאמאל אזוי אויסגעשריבן זיין נאמען. אלזא, צו זאגן אז פונעם ווארט "מהרא"ל" האבן זיך מענטשן טועה געווען און אנגעהויבן ארויפלייגן די מעשיות אויפן "מהר"ל", איז היסטאריש ממש נישט אויסגעהאלטן.
נאכמער, דער חכם צבי אין זיין תשובה שרייבט אויפן זיידן "זקני הגאון מוהר"ר אליהו אב"ד דק"ק חעלם", און דער יעב"ץ אין זיין תשובה שרייבט שוין יא א ר"ת, אבער גענצליך אנדערש: "זקנו הגראב"ש ז"ל".

אין סך הכל האט עס געשריבן איינער וואס פארשטייט נישט צו קיין היסטאריע, נאר א מלקט פון פסקי חזו"א, און הגם ס'איז א זיסע השערה האט עס באלד אזא באזיץ ווי דער לעגענדע אויפן מהר"ל זעלבסט...

כ'האב מיך יעצט געכאפט, אז מיין טענה גייט אייגנטליך פיל ווייטער.

פארוואס זאל מען בכלל קלערן אז ר' אליהו בעל שם זאל מען רופן אויפן ר"ת - "מהרא"ל"? זינט ווען שרייבט מען מהרא"ל ווייל דאס ווארט איז אליהו? פארוואס נישט שרייבן ווי עס פאסט - "מהר"א"?!
דער מעגליכער ענטפער איז, אז רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא האט געהייסן "ר' אליהו לואנץ בעל שם", וואס דאן איז עס טאקע ר"ת "מהרא"ל" = מ'ורינו ה'רב ר' א'ליהו ל'ואנץ.


אבער דער ר' אליהו בעל שם פון ווירמייזא איז נישט דער זעלבער ר' אליהו בעל שם פון חעלם. ווירמייזא אין דייטשלאנד און חעלם אין פוילן, דער ווירמייזער האט געשריבן אסאך ספרים און דער חעלמער גארנישט, און דער חעלמער האט נישט געהייסן לואנץ.

דער ר' אליהו בעל שם וואס האט לויטן לעגענדע באשאפן די גולם, איז ר' אליהו בעל שם פון חעלם וואס האט נישט געהייסן לואנץ.


דורכאויס די יארן איז אויסגעקומען אז זייער אסאך מענטשן האבן זיך אויסגעמישט צווישען די צוויי רבי אליהו בעל שם'ס. אסאך נארישע ביטערע טעותים אין היסטאריע זענען פארבינדען מיט דעם וואס מענטשן האבן נישט געכאפט אז דאס זענען צוויי אנדערע מענטשן וואס האבן געלעבט אין אנדערע תקופות (הגם נישט צו ווייט אפגעריקט איינער פון צווייטן).

דער פארפאסער פונ'ם ספר ליקוט פסקי חזו"א איז ווארשיינלעך געווען איינע פון די וואס האבן זיך טועה געווען אין געמיינט אז ר' אליהו בעל שם פון חעלם האט געהייסן ר' אליהו לואנץ בעל שם, וואס אויף עם קען מען זאגן די אויבנדערמאנטע (אומריכטיגע, צוליב מיין אויבנדערמאנטע טעם אינ'ם פריערדיגע תגובה) פשט אז ער האט געהייסן מהרא"ל, אבער עס פאסט בכלל נישט ארויף אויף ר' אליהו בעל שם פון חעלם.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך שמערל » זונטאג אוגוסט 05, 2018 5:01 pm

מיימון האט געשריבן:יישר כח @ארי נוהם באמת א הערליכע ווערק, איך האב עס געליינט דעם שבת מיט א געוואלדיגע הנאה. (כ'בין נאר נייגעריג ווי לאנג עס האט געדויערט... איך רעד פון קנאה...). די הערליכע און פראפעסיאנאלע פוטנאוטס גיבן עס צו א אקאדעמישן אויסזען, באמת געוואלדיג.

איך בין נאר נייגעריג פון וואו האסטו צוטריט צו די אלע לעצטיגע אקאדעמישע ארטיקלען וואס דו ציטירסט, פון jstor אדער אן אנדערע מעמבערשיפ? אדער פון א אמתע לייברערי? איך פלאג מיט דעם, אויפן געוועב איז שווער צו באקומען אלעס.

אין מיין צווייטן ארטיקל וואס ליגט שוין ביי דער רעדאקציע רעד איך אויך עטליכע שורות וועגן דעם ספר יצירה, און די ארבעה שנכנסו לפרדס, איך האף דו וועסט מיך נישט חושד זיין אין פלאגיאריזם..


געליינט לעצטנס אז די אלע אקעדעמישע זשורנאלן נעמען די גאנצע געלט פראפיט פאר זיך און געבן נישט גארנישט פארן מוציא לאור, דערפאר ברויך מען זיך בכלל נישט שעמען צו שיקן פריוואט א אימייל פאר א פראפעסאר וואס האט געשריבן א אקעדעמישע ארטיקל אז ער זאל דיר עס שיקן, ווייל ער דערלייגט ממילא גארנישט. פארקערט רוב מאל שיקן זיי עס מיט גרויס פארגעניגן הנאה האבנדיג אז איינער איז אינטערעסירט אין זיין ארבייט.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1050
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:45 am

זייער א שיינע ארטיקל, זייער קלאר, ס'זעהט זיך שטארק אָהן וואספארא צייט און כח ס'איז אריינגעלייגט געווארן דערין. ס'איז געווען שטארק הילפבּאַר. א דאנק אייער ארטיקל האט איצט ספר יצירה אינגאנצן אן אנדערע פּערסעפּציע ביי מיר אין קאפ. איך קוק ווייטער ארויס אויף אייערע קומענדיגע ארטיקלען.

יש''כּ.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1666 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1059 מאל

הודעהדורך חכימא » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:43 pm

זייער אן אינטרעסאנטער און באלערנדע ארטיקל!

שפעציעל בין איך פארגאפט געווארן פון די רייכע ידיעות וואס זענען צאמגעווארפן געווארן אין די הערות! כה לחי!

איך וויל נאר צולייגן צו די רשימה וואס איז געברענגט געווארן פון גדולי ישראל וואס האבן באשאפן געוויסע באשעפענישן דורך די ספר יצירה, אן ערשטהאנטיגע עדות פון הרב וואזנער ז"ל אויף זיין רבי'ן דעם דמות פלאים הרה"ק ר' שימעלע זעליחאווער הי"ד, משגיח רוחני בישיבת יח"ל, ווי עס ווערט אראפגעברענגט משמו אין ספר נהרי אש:

"הרב הגאון המפורסם מהרו"ר שמואל וואזנער שליט"א, שהיה מקורב מאוד אל הגאון הקדוש הי"ד זי"ע, בעת לומדו בישיבה בלובלין, סיפר כי היה בחדרו של הרב הגאון מהר"ם שפירא ז"ל, כאשר בא אליו יהודי אחד גבה קומה מאוד מרשים, וביקש איזה טובה מן הגאון מהר"ם שפירא ז"ל, היהודי הזה הודיע לכבוד מהר"ם שפירא ד"ל שהוא מילידי עיר זעליחאב ומבקש מהרב ז"ל איזה טובה פרטית. מהר"ם שפירא ז"ל שאל אותו אם הוא מכיר את ר' שמעונ'לה מעירו, אמר היהודי ר' שמעונ'לה הוא הגאון הגדול בעולם. שאל אותו הרב מפני מה אתם אומרים שהוא הגאון הגדול כזה, ענה היהודי, דבר זה ידוע לכל תושבי עירנו, שפעם אחת יצר ר' שמעון אווז לכבוד שבת עם קבלה מעשית של ספר יצירה, וזאת לא נשמע על גאון אחר מדורינו.

סיים כבוד מהר"ש וואזנער שליט"א את הסיפור, אני הייתי נוכח בחדרו של הרב מהר"מ שפירא בשעה הזאת, וכל כך נחקק הדבר אצלי עד שאני רואה את היהודי בעיניי גם היום, ושומע אני את דבריו. 'איך בין גיוועזען בשעת מעשה ווי דער יוד האט דאס דערצעהלט צום רב ז"ל, איך געדענק דאס, איך קען זעהן דעהם יוד מיט די שווארצע בארד מיט די אויגען אפילו היינט'..."


עוד שם בס' הנ"ל:

"סיפר ג"כ מהר"ש וואזנער שליט"א, שפעם אחת שמע איך הוא לומד ספר יצירה בע"פ עם הלשון"


נ.ב. לכל מי שמפקפק באמיתות הענין נאמר רק זאת שיצא לאור ע"י הרב דומב מלונדון. וד"ל.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 2:15 am

א דאנק פאר די פידבעק.

כ'האב שוין אמאל געהערט איבערן מעשה מיט ר' שמעונ'לע זעליחובער, אבער כ'האב עס נישט אראפגעברענגט פאר אפאר סיבות.
1. דאס אז מ'האט שוין נישט דערציילט אזא סארט מעשה פאר די לעצטע פאר הונדערט יאר, מאכט עס אומגלויבליך אז ס'זאל פאסירן פונקט ביי ר' שמעו'לע.
2. כ'דארף דא גלייבן דאמב...
3. נניח אז כ'גלייב אים יא, איז ער א כלי חמישי, ששמע מפי הרב וואזנער, ששמע מפי תגר שבשוק וואס האט דערציילט פאר ר' מאיר שפירא וואס עס איז כלומר'שט געווען באוואוסט אין שטאט... איי מיען, קאם אן!

באלד וועל איך נאך הערן עפעס א קרעטשניפע מעשה מיטן ספר יצירה, און כ'וועל עס מוזן אראפברענגען...
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 10:27 am

וועגן ר' שמעונ'לע האב איך געשריבן דא:

viewtopic.php?p=353032#p353032

מאדנע ווי מענטשן כאפן נישט אז דאס איז גאר ווייט פון א כלי ראשון. בסך הכל האבן מיר א כלי שני אז הרב וואזנער האט געגלייבט עפעס א נארישן רומאר וואס א מענטש אין שטעטל האט געגלייבט.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2454
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9642 מאל

הודעהדורך חכימא » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 11:44 am

ראובן,

ידעתי גם ידעתי, אז עס איז גאר ווייט פון א כלי ראשון, אבער לענ"ד האט נאך הרב וואזנער אזויפיל נאמנות ווי יודא יודל רוזנבערג שהוחזק שקרן.

ואף גם זאת, דער זעליחאווער אידל -וואס משום מה האט איר מחליט געווען אז ער איז געווען א בעל עגלה- וואלט נישט משקר געווען פאר א רב בישראל במילתא דעבידא לגלויי.

דאנט געט מי ראנג, כ'האב נאר געוואלט צוצייכענען צו א אינטרעסאנטע ידיעה'לע בענין זה ותו לא מידי.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

הודעהדורך ראובן » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:42 pm

חכימא האט געשריבן:ראובן,

ידעתי גם ידעתי, אז עס איז גאר ווייט פון א כלי ראשון, אבער לענ"ד האט נאך הרב וואזנער אזויפיל נאמנות ווי יודא יודל רוזנבערג שהוחזק שקרן.

אוודאי איז הרב וואזנער באגלייבט אז... איינער וואס האט געזאגט אז ער וואוינט אין זשעליכאוו האט אים דערציילט די מעשה. אז די מעשה האט ווירקליך פאסירט איז הרב וואזנער נישט באגלייבט ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום קראנטע ידיעה דערוועגן.

חכימא האט געשריבן:ואף גם זאת, דער זעליחאווער אידל -וואס משום מה האט איר מחליט געווען אז ער איז געווען א בעל עגלה- וואלט נישט משקר געווען פאר א רב בישראל במילתא דעבידא לגלויי.

דוכט זיך אז אינעם קינדליין איז געשטאנען אז עס איז געווען א בעל עגלה. און יענער האט לאו דווקא געזאגט ליגנט. אפשר איז געווען אמת אז אין שטעטל איז געווען אזא רומאר אויפ'ן זשעליכאווער. איז דען דא ווייניג ווילדע רומארס היינט אויף ערליכע אידן און/אדער שארלאטאנען? עאכו"כ אמאל וואס דער עולם האט בכלל געלעבט אין ווילדע פאנטאזיעס, בפרט אין די קליינע שטעטעלעך.

חכימא האט געשריבן:דאנט געט מי ראנג, כ'האב נאר געוואלט צוצייכענען צו א אינטרעסאנטע ידיעה'לע בענין זה ותו לא מידי.

און איך האב נאר געוואלט מוסיף זיין אויף דער ידיעה'לע...
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2454
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9642 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 4:58 pm

איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער אויסצודרוקן מיין התפעלות פון דער ארטיקל. די ארטיקל צונעמט די נושא זייער קלאר און ברענגט פונקט גענוג אינפארמאציע, נישט צו פיל אדער צו ווייניג, אזוי אז אפילו א מתחיל קען זיך באלעקן די פינגער דערמיט. דערנאך, די בקיאות וואס די כותב צייגט אין די הערות איז להפליא ממש! איך בין אביסל עוסק לעצטענס אין ספרי רבי אריה קפלן ז"ל (ער ווארפט אויך צאם א געוואלדיגע בקיאות אין זיינע הערות, און דאס איז געווען לאנג פאר די אוצר החכמה עפאכע.) און עס איז מיר געווען א געוואלדיגע תענוג צו זעהן נושאים וואס ער באשרייבט אזוי שיין צונומען אין דיין ארטיקל.

איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן מער פון אייך אויף צוויי נקודות.

א) איר שרייבט אויף זייט 34 ע"א, "ראציאנאלע ראשונים האבן דאס אפגעלערנט ווי געזעצן פון נאטור און פסיכילאגיע". וואס פונקטליך מיינט איר מיט דעם? ווער זענען די ראשונים וואס האלטן אזוי און וואס שרייבן זיי? וואו פונקטליך שטעקט די צווישנשייד צווישן זיי און די "מיסטישע ראשונים"? איז נישט אלעס אין קבלה פסיכילאגיע?

ב) איך האב מיך געטראפן אין א וועלט פון סקעפטיציזם בשעת'ן ליינען די אלע אנעקדאטן איבער גדולים וואס האבן באשאפן דורכ'ן זיך באנוצן מיט די ספר היצירה. איך בין זיכער אז איך בין נישט די איינציגסטע וואס האט אזוי געפילט. עס איז נישט פשט אז איך לייקן אין דעם, איך בין גרייט מקבל צו זיין אז יענער זאגט אזוי. איך וואונדער מיר נאר פארוואס איז דאס טאקע אזוי? וואס איז היינט אנדערש אז עס איז שווער צו גלייבן אזעלכע זאכן? אדער ענדערש, פארואס איז געווען גרינגער צו גלייבן אזעלכע זאכן פאר צוויי דריי הונדערט יאר צוריק?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6482 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2018 11:51 pm

א גרויסע דאנק פאר די שיינע פידבעק. ווען מ'הערט צוריק פון אן אינטעליגענטע מענטש אז ער האט הנאה געהאט פונ'ם ארטיקל, גיבט עס חשק אויף ווייטער.


צו אייערע הערות:


א. די ראציאנאלע ראשונים וואס האבן דאס אפגעלערנט ווי געזעצן פון נאטור און פסיכאלאגיע, מיינט מען די ראשונים מאסכולת הרמב"ם וואס האט נישט געגלייבט אין (געוואוסט פון) תורת הקבלה, און האבן אפגעלערנט מעשה בראשית און מעשה מרכבה ווי דאס אויבנדערמאנטע. דער רמב"ם שרייבט עס אין עטליכע ערטער, א שטייגער ווי אין פיהמ"ש חגיגה, וואו די משנה זאגט אין דורשין במעשי בראשית וכו', און אין ספר המורה.

איך האב דאס שוין אויסגעשמועסט אויך אינ'ם ערשטן ארטיקל פונ'ם סעריע אויף תורת הקבלה.

בנוגע ספר יצירה, אויב מ'לערנט עס נישט אפ מיסטיש דאן מוז מען אפלערנען אז די ליגן פשוט'ע מושגים אין געזעצן פון נאטור. א שטייגער ווי דאס זאגן אז די וועלט באשטייט פון אש מים רוח, עולם שנה נפש, וכו', וואס בעצם איז די ספר יצירה פול מיט די יסודות, נאר צוליב איר מיסטישער קאנטעקסט לערנען מיר עס אפ ווי סודות הקבלה, וואס מוז ממש נישט זיין - לויט די ראציאנאלן.

די אנדערע גאונים וראשונים וואס לערנען אפ דעם ספר יצירה פון א ראציאנאלן בליק, אן מחליט זיין אז עס אנטהאלט סודות הקבלה, זענען דער רס"ג און די אנדערע מפרשים מתקופת הגאונים (וואס כ'האב אראפגעברענגט דארטן, ווי ר' יצחק בן שלמה הישראלי, ר' שבתי דונולו, און ר' יהודה הברצלוני), דער אבן עזרא, בפשטות אויך ר' שלמה אבן גבירול, און דער אמת איז אז סיי ווער ס'האט געשריבן ע"פ דרכו פונ'ם רס"ג, האט עס אפגעלערנט אן קיין תורת הקבלה אין די זייט.

קבלה פארמאגט אין זיך געדאנקען און מעגליך אפילו יסודות אין פסיכאלאגיע, אבער געוויס איז נישט אלעס אין קבלה פסיכאלאגיע. די באגריפן פון קבלה פעלן זיך נישט אויס אויף אפצולערנען א ספר יצירה פון א ראציאנאלן שטאנדפונקט. יתירה מזו תאמר, אז ספר יצירה באשטייט מער פון נאטור געזעצן, און וואלט מעגליך גערופן געווארן "מעשה בראשית", ווידעראום פסיכאלאגיע אד"ג פאסט זיך ארויף אויף "מעשה מרכבה" (פונ'ם ראציאנאלן שטאנדפונקט, כנ"ל), וואס באדייט אז נאר א קליין טייל פון ספר יצירה - דארט וואו עס ווערט עפעס דערמאנט משמות של הקב"ה - טרעט אריין אין דעם פעלד.


ב. איך בין נישט אינגאנצן קלאר אין דיין פראגע. איידער דו דרוקסט אויס דיין סקעפציטיזם איבער באשאפן א גולם וכדומה, לאמיר קודם הערן וויאזוי דו באציסט זיך צו אנדערע מאדנע מיסטישע מושגים. וואס איז דיין מיינונג איבער אזא זאך ווי א "דיבוק"? צי גלייבסטו אין די מציאות פון שדים און רוחות און מזיקים ושאר מרעין בישין? צי ווערן מיר מגולגל? גלייבסט אין עין הרע'ס? וכו' וכו' וכו'.

כ'גלייב אז רוב מענטשן בזמנינו זענען בכלליות מער סקעפטיש איבער סיי וואספארא מושג הנקרא אבערגלויבן, סיי אין די אידישע וועלט, סיי אין די קריסטליכע וועלט א.א.וו.

סיבות פאר אונזער סקעפציטיזם איז דא איבער גענוג. לאמיר אנהייבן פון דעם געדאנק אז מיר לעבן היינט מיט אזא זאך וואס הייסט ליכטיגקייט, פון נאכט לעמפ ביז פלעשלייטס, און דערפאר פאלן אוועק ניינציג פראצענט זאכן וואס האבן אמאל געמאכט גלויבן אין שדים. מיר וועלן פארזעצן מיט אן אפענע וועלט, וואו יעדע געגענט איז געגוגעלט און נישט ווי אמאל ווען צען טריט אינדרויסן פון שטאט ביסטו שוין געווען אין א וואלד מלא סכנות. מיר וועלן ממשיך זיין מיט עידן דאינטערנעט וואו אינפארמאציע ווייזט אז דאס גלויבן אין שדים, דיבוקים, בריאת גולמים וכו', איז נישט א אידישע אייגנארטיגע זאך, נאר ס'איז אמאל געווען אן אלטוועלטליכער גלויבעניש, און ס'נעמט זיך פון וואו ס'האבן זיך גענומען אלע אמאליגע אבערגלויבענישן.

אצינד איז די פראגע: פארוואס זענען נאך היינט דא מענטשן וואס גלייבן יא אין דעם? וואס אויף דעם איז אויך דא א תשובה, אז נאך קאנאניזאציע שפירן מאנכע אז דאס איז ווי טייל פון די עיקרי הדת. זאל זיי וואויל געפונען.

אגב, איז וויכטיג אנצומערקן, אז די ראציאנאלע ראשונים וואס האבן שוין בזמנם נישט געגלייבט אין סיי וואספארא אבערגלויבנס, האבן טאקע נישט געגלייבט אין אזא מציאות ווי באשאפן א גולם, און זיי לערנען טאקע אפ די גמרא אז רב חנינא און רב אושעיא האבן באשאפן א קעלבל און עס אויפגעגעסן לכבוד שבת, אז עס מיינט נישט כפשוטו. כ'האב עס טאקע אראפגעברענגט אינ'ם ארטיקל אין א הערה. עס איז אויך אינטערעסאנט, אז איינע פון די וואס האלטן אז עס איז נישט כפשוטו, איז גאר ר' יהודה הברצלוני וואס שרייבט אזוי אין זיין פירוש אויפן ספר יצירה. פון דעם זעען מיר א גרעסערע חידוש, אז אפילו אן אפענעם גמרא האבן זיי מסביר געווען אנדערש ווי פשוט פשט, כדי ס'זאל שטימען מיט זייער איבערצייגונג. נו פארוואס זאלן מיר דארפן גלייבן די אנדערע מקורות, וואס זענען ווייט נישט קיין מיוחס'דיגע מקורות.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:25 am

ארי נוהם האט געשריבן:לאמיר קודם הערן וויאזוי דו באציסט זיך צו אנדערע מאדנע מיסטישע מושגים. וואס איז דיין מיינונג איבער אזא זאך ווי א "דיבוק"? צי גלייבסטו אין די מציאות פון שדים און רוחות און מזיקים ושאר מרעין בישין? צי ווערן מיר מגולגל? גלייבסט אין עין הרע'ס? וכו' וכו' וכו'.


איך וועל מוזן טרעפן אביסל צייט מיט יישוב הדעת צו קענען רעאגירן געהעריג צו דיין גאנצע תגובה. איך וויל נאר אויסקלארן איין קליינע נקודה.

שדים, דיבוקים, רוחות, גלגולים עקזיסטירן נישט אין עולם העשייה. ממילא קען א יעדע גלייבן דערין, ווייל דער תמים רעדט פון פיזישע שדים (אין אן אנדערע עולם) און א סקעפטיק ווי מיר רעדט פון אלעגארישע שדים. אבער א גולם רעדט מען פון א פיזישע מציאות אינעם עולם העשייה. עס איז נישט דא קיין צוויי וועגן עס צו זעהן. אדער האט עס עקזיסטירט אדער נישט.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6482 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:56 am

אין פשטות הגמרא זעט זיך קלאר ארויס זייער גלויבן, אז מ'קען טרעפן פיזישע שדים אין אונזער עולם העשייה. זיי קאנעקטען, שעדיגן, אדער אפילו העלפן מענטשן. מ'קען זיי שפירן, זען, און אפילו רעדן מיט זיי. כ'קען אצינד ארויסשארן פון ארבל א גאנצע ליסטע מראי מקומות דערצו.

געוויס האבן די ראציאנאלן געהאט א פראבלעם מיט די אלע גמרות, און האבן עס פרובירט צו פארווישן און ערקלערן אלעגעריש, פונקט ווי זיי האבן פרובירט צו ערקלערן די גמרא וואס דערציילט איבער רב חנינא ורב אושעיא'ס באשאפן א קעלבל, אז ס'מיינט אויך נישט כפשוטו.

פארט אבער, אויב מ'קוקט אריין אין גמרא בפשיטות, איז נישטא קיין חילוק צווישן באשאפן א גולם און שמועסן מיט א שד, אויסער דאס וואס דער שד וועט אנגעקוקט ווי א שטיקל רוחניות'דיגע יצירה (כדברי הגמ', בג' דברים נדמו למלאכים ובג' דברים נדמו לבנ"א). אין אנדערע ווערטער, אויב מיר ווילן גלייבן אין מציאות השדים אלעגעריש און נישט במציאות אויף אונזער וועלט, דאן גלייבן מיר אויטאמאטיש נישט אין וואס חז"ל האבן יא געגלייבט, און וואס איז אנדערש ביים גולם אז מיר דערזעען זיך אין א פראבלעם. א סקעפטיקער גלייבט נישט אין קיין פיזישע שדים, דיבוקים, אדער גולמים, אבער אויך נישט - אין וואס חז"ל האבן יא געגלויבט.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 308
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1146 מאל

Re: "ספר יצירה" - וואס איז דאס? (וועקער 13)

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 1:19 pm

א גרויסען ייש"כ פאר אייער ארטיקל, כ'האב באמת הנאה געהאט, ס'האט צוגעגעבן אסאך ידיעות צו מיין קליינעם ידיעות באנק. דעם ארטיקל האב איך געליינט אום שב"ק און געהאט אן עונג שבת. ספר יצירה איז פאר מיר אייביג געווען פון די ספרים וואס ליגן פארשטויבט ערגעצוואו אין די אויבערשטע שעלווס פונעם ספרים שאפע, דארט וואו מ'ברויך אויפשטיין אויף א בענקל עס אראפצונעמען, דארט וואו די רזיאל המלאך מיט נאך ספרים וואס חוץ פון עפעס סגולות ארום די ספרים ווייס איך נישט מער דערפון, און די סיבה פארוואס כ'האב עס איז ווייל מיין טאטע האט מיר עס געגעבן ווען כ'בין געווארן א טאטע, און עס געהיטן ווי א סגולה אויפן בעט פון די נייע געבוירענע קינדער.
יעצט אבער מיט אייער ארטיקל וועט זיך עס טוישן, מ'עט עס אראפ נעמען אפווישן די שטויב, און אריינבליקן דערין. כ'קען שוין קוים ווארטן אויפן נעקסטן ארטיקל.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 706
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1337 מאל

הודעהדורך הוגה » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 5:48 pm

ארי נוהם האט געשריבן:פארט אבער, אויב מ'קוקט אריין אין גמרא בפשיטות, איז נישטא קיין חילוק צווישן באשאפן א גולם און שמועסן מיט א שד, אויסער דאס וואס דער שד וועט אנגעקוקט ווי א שטיקל רוחניות'דיגע יצירה (כדברי הגמ', בג' דברים נדמו למלאכים ובג' דברים נדמו לבנ"א). אין אנדערע ווערטער, אויב מיר ווילן גלייבן אין מציאות השדים אלעגעריש און נישט במציאות אויף אונזער וועלט, דאן גלייבן מיר אויטאמאטיש נישט אין וואס חז"ל האבן יא געגלייבט, און וואס איז אנדערש ביים גולם אז מיר דערזעען זיך אין א פראבלעם. א סקעפטיקער גלייבט נישט אין קיין פיזישע שדים, דיבוקים, אדער גולמים, אבער אויך נישט - אין וואס חז"ל האבן יא געגלויבט.


איך בין פולקאם מיט דיר אז ביי חז"ל זענען די צוויי נושאים, באשאפן א גולם און שדים ורוחות, געווען די זעלבע מציאות. איך בין אבער מחולק מיט דיר אז ביי זיי האט "מציאות" געהאט די זעלבע באדייט ווי עס האט היינט. עס איז מיר קלאר אז אין די פריערדיגע דורות זענען איבערגלויבנס (ווי דו רופסט עס) געווען א מציאות פונקט ווי די זון גייט אויף און אראפ יעדע טאג.

איך וועל נוצן א דוגמא מענינא דיומא. ווען מ'רעדט פון די ספרים נפתחים און ספרי חיים ומתים אין נ"ך, חז"ל און שפעטער אפילו, קען עס בשום פנים ואופן נישט רעדן פון מציאות'דיגע ספרים אזוי ווי מיר האבן בזה העולם. א יעדער איינער וועט מודה זיין דערין. און טראץ דעם ווערט עס גענוצט אין די דעמאלטסדיגע שפראך ווי כאילו עס איז מציאות ממש. די סיבה דערפאר איז ווייל אלעגארישע באדייטן זענען דעמאלטס געווען א טייל פון די מציאות.

די זעלבע איז מיט שדים, רוחות, ומלאכים. ווען עס ווערט פארציילט וויפיל אויגן, פליגלן, הענט וכדו' א געוויסע מלאך האט פארמאגט, וועט א יעדער איינער היינט מודה זיין אז עס איז נישט אין אונזער היינטיגע מובן אין די ווארט מציאות. וממילא, דאס וואס דו זאגסט אז בפשטות זענען שדים געווען פונקט אזא מציאות ווי דאס באשאפן א קעלבל לכבוד שבת, בין איך מסכים מיט דיר. אויך די קעלבל איז געווען א מציאות אבער נישט אין די היינטיגע זין פון ווארט.

נו, אויב אזוי קענסטו דאך טענה'ן אז די יצירת גולם פון ר' אליהו בעל שם צו רבי שמעון זעליחובער זענען אויך געווען אן אלעגארישע גולם. קען טאקע זיין אזוי. איך פרעג נאר פארוואס די עולם פאר הונדערט יאר צוריק האט גרינגער געקענט מקבל זיין מעשיות פון יצירת גולמים בפשטות ממש במובן שלנו. אויף דעם האסטו שוין אויבן געענטפערט פארוואס היינט איז אנדערש.

יעצט אז מ'האלט שוין דא, קען מען צוריקגיין צו מיין ערשטע נקודה. איך גלייב נישט אז עס איז בעצם פארהאן א חילוק צווישן די ראציאנאליסטן און די מיסטיקער. ביידע גלייבן נישט אז עס זענען במציאות פארהאן אין מקום פיר אנדערע עולמות, און ביידע האלטן נישט אז מ'קען ארויפקריכן צו עפעס אן עולם און טרעפן דארט פיזישע מחנות פון מלאכים, און ביידע האלטן נישט אז די אייבישטער פארמאגט צוויי שטילן במציאות און ער רוקט זיך אריבער פון איינער צום צווייטע בשעת תקיעת שופר. די רמב"ם וואס שרייבט אז מ'טאר נישט גלייבן אויפן באשעפער אז ער פארמאגט עפעס א יד החזקה אדער ווי כאילו עס איז דא א נאז וואס בלאזט ווען די אידן זינדיגן, קיינער קריגט זיך נישט מיט אים, א יעדער איינער האלט אזוי. די חילוק צווישן די ראציאנאליסטן און די אנדערע איז גאר גאר דקות'דיג און מעגליך בכלל נישט פארהאן אויסער אין וואס פאר א סארט שפראך מען מעג נוצן. עס זעהט מיר אזוי אויס, ואם טעיתי ה' הטוב יכפר.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6482 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 6:56 pm

זייענדיג אין ירושלים עיה"ק האב איך אליין געטראפן א איד וואס איז א גולם, און מ'האט געשמועסט אז ער איז באשאפן געווארן דורך בעלזער רב זי"ע.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1056
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 617 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1673 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 7:14 pm

גדליה האט געשריבן:זייענדיג אין ירושלים עיה"ק האב איך אליין געטראפן א איד וואס איז א גולם, און מ'האט געשמועסט אז ער איז באשאפן געווארן דורך בעלזער רב זי"ע.



וואס זאגסטו? כהאב נישט געכאפט דעם וויץ.
הוא היה אומר:

״זיי גוט [i]צו[/i] א יעדען איינעם אבער נישט [i]מיט[/i] יעדען איינעם״

הסב״ק מוויזניץ זצ״ל

און איך זאג אז ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון די משנה וואלט מען דאס אריינגעלייגט אין פרקי אבות...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6060
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3538 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט