שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך גדליה » זונטאג יולי 29, 2018 11:11 pm

איך האב גערעכנט אז דא גייט קומען א לאנגע אינטערוויו און א קלארע בירור אויף ר' מנשה'ס שיטות. איך בין געווארן אביסל אנטוישט אז ס'איז אזוי קורץ און אויבערפלעכליך, אבער נאכמער אז די תשובות זענען עפעס אזוי קורץ און אומפארשטענדליך.
איך האב שוין זוכה געווען צו ליינען א שפאר ביסל מאמרים פון ר' מנשה'ן און כ'האב אים אייביג געהאלטן פאר א שטיקל אינטעליגענטער און נייגעריגער מענטש אפילו ער שטעלט זיך אוועק אלס א עקסטרעמיסט.
איך טראכט יעצט אבער אז ווען ער שרייבט זיינע ארטיקלען קען ער עס שיין איינוויקלען אין א קנאות'דיגע שיטה און ברענגען עפעס א חתם סופר און דברי יואל פאר א ראיה. דא הערט מען אבער די פשוט'ע ווערטער זיינע און ס'הערט זיך זייער מאדנע.
למשל כ'וועל מעתיק זיין איין תשובה וואס ער געט אויף די פראגע וואס וועט זיין אויב די ציוניסטן ימ"ש וועלן מאכן נאך געלונגענע מלחמות צו מ'וועט יא דארפן צאמנעמען די עולם און שטורעמען קעגן ציונות. ענטפערט ער דארט בזה הלשון:

"צאמנעמען? מ'דארף זאגן. דער רבי האט עפעס צאמגענומען? דער רבי האט געזאגט ביי שלש סעודות. מ'האט יעצט אויך געזאגט. איך האב געזאגט, איך האב געשריבן. מ'דארף עפעס צאמנעמען?"

איינער קען למשל מסביר זיין וואס ער האט דא געענטפערט?
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1544 מאל

הודעהדורך שמערל » זונטאג יולי 29, 2018 11:59 pm

ער ברענגט ארויס אז א חסידות איז נישט קיין ארגאניזירטע פארטיי וואס פארזאמלט און האלט צוזאם אירע מעמבערס, נאר איז פשוט אידן וואס האלטן זיך מקושר צו א צדיק און קלאמערן זיך צו הערן זיין דבר השם.

לשיטתיה איז דער גרעסטער פראבלעם פונעם כינוס דאס אז ס'איז א פארטייאישע זאך און נישט קיין אידישקייט אישו, כאילו זיין פארטיי ווי ער באלאנגט האט א פראבלעם דערמיט
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1240 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג יולי 30, 2018 12:21 am

אקעי, סאו אפשר איז ר' אהרן א צדיק און אלע מענטשן וואס גייען צו די כינוס קלאמערן זיך ארום אים?
אויב איז די חילוק פשוט אז דער רבי איז געווען א צדיק און ר' אהרן איז א שגץ זאל ער דאס קלאר זאגן.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1544 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 30, 2018 12:26 am

גדליה האט געשריבן:אקעי, סאו אפשר איז ר' אהרן א צדיק און אלע מענטשן וואס גייען צו די כינוס קלאמערן זיך ארום אים?
אויב איז די חילוק פשוט אז דער רבי איז געווען א צדיק און ר' אהרן איז א שגץ זאל ער דאס קלאר זאגן.

אויב מ'קלאמערט זיך ארום ר' אהרן פארוואס דארף מען מאכן 8 וואכן פון אדווערטייזמענט, איבערדרייען די שטאט, גיגאנטישע עלעקטרעק סיינס און מכתיר זיין א פוסק הדור וכו'. פארוואס זאל מען עס נישט הערן ביי א פשוטן שלש סעודות?

איך בין מיט דיר אז ר' מנשה'ס ענטפער בלייבט אומקלאר, אבער די הגדרה וואס דו האסט אראפגעשטעלט איז נישט ממש אזוי.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג יולי 30, 2018 12:27 am

איך וואלט ענדערש דעבאטירט צו איז מאכן א כינוס און פירן א פארטיי א פראבלעם, און צו האט דער רבסכיסעליינו געהאלטן דערקעגן.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1240 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 30, 2018 9:53 am

די וואונדער פון די תשובה פון מר פיליפ איז די שקר שבו. לאמיר זאגען אז ער איז גערעכט, צאמנעמען די עולם איז א חיצונית׳דיגע מיטעל און ווייזט דיי שוואכקייט פון די שיטה. ווען מ׳רופט די זעלבע יענטע מיט׳ן נאמען ׳פראטעסט׳ ווערט עס עפעס אנדערש? פארוואס האט הרב ז"ל מיט הרב לייזער און הרב ראבי נישט געקענט טוהן פונקט וואס זיי האבען געטוהן ביי שלש סעודות?



Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג יולי 30, 2018 10:07 am

נו, אוודאי אזוי!
ווען מען מאכט א פראטעסט ברויך מען ווייזן פאר די גאאאאנצע וועלט (ליין: ראדני סטריט) אז אונז האבן אסאך פלייש, וואס נעמט זיך אהן פארן באשעפער'ס כבוד, און די פאר ציונים קענען נישט רעדן פאר גאנץ כלל ישראל.
משא"כ ווען די רבי וויל איבער חזר'ן די שיטה הקדושה שיטת הסאטמארע באטשיס, איז גענוג אז ער זאגט עס ביי שלש סעודת אדער ביי תהלים שיעור, אדער גאר א טוויט.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 30, 2018 10:53 am

אנדערע תשובות פון מר פיליפ דער באקאנטער צייטונג שרייבער, זענען אויך צו לאכען\וויינען.

זיין קענטעניס און עקספיריענס וויאזוי א בירור ארבעט האט געברענגט לידי גיחוך ממש. די תשובה צו די סתירה אין זיין גלויבונג איז אז אזוי ארבעט א בירור. איז אפשר ארבעט דער בירור ווען טריפה׳נע געלט ווערט נתברר אין ערליכע מוסדות? ניין, ווייל אין אלע פריערדיגע בירורים האט עס נישט אזוי געארבעט.

סתם אזוי, דער גאנצע מושג פון א בירור פאר ביאת המשיח איז, דוכט זיך, א קריסטליכע מושג. ביי אונז אידען ווייסט מען אז דער אויבישטער וועט ברענגען אדער א מלך קשה כהמן אז מ׳גייען אונז אלע תשובה טוהן, אדער א שטייגער ווי די בני תשע מדות וואס יסורי הגלות בוררן און זיי וועלען אויסשטארבען, אדער דארף מען בכלל נישט קיין תשובה, יעדער שיטה לויט זיינס. אבער א בירור ווער איז אריין און ווער איז ארויס, מיט׳ן טייטעלען פינגערס וכדו׳, קומט פון די rapture צו וואס די קריסטען שטרעבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 30, 2018 1:42 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די וואונדער פון די תשובה פון מר פיליפ איז די שקר שבו. לאמיר זאגען אז ער איז גערעכט, צאמנעמען די עולם איז א חיצונית׳דיגע מיטעל און ווייזט דיי שוואכקייט פון די שיטה. ווען מ׳רופט די זעלבע יענטע מיט׳ן נאמען ׳פראטעסט׳ ווערט עס עפעס אנדערש? פארוואס האט הרב ז"ל מיט הרב לייזער און הרב ראבי נישט געקענט טוהן פונקט וואס זיי האבען געטוהן ביי שלש סעודות?



Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קיין פארגלייך, יענס איז אפיציעל געווען אויפקצוקלערן די וועלט איבער דעם גזירת גיוס. ברעכן דעם השתקה, ווי זיי רופן עס.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 30, 2018 1:46 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנדערע תשובות פון מר פיליפ דער באקאנטער צייטונג שרייבער, זענען אויך צו לאכען\וויינען.

זיין קענטעניס און עקספיריענס וויאזוי א בירור ארבעט האט געברענגט לידי גיחוך ממש. די תשובה צו די סתירה אין זיין גלויבונג איז אז אזוי ארבעט א בירור. איז אפשר ארבעט דער בירור ווען טריפה׳נע געלט ווערט נתברר אין ערליכע מוסדות? ניין, ווייל אין אלע פריערדיגע בירורים האט עס נישט אזוי געארבעט.

סתם אזוי, דער גאנצע מושג פון א בירור פאר ביאת המשיח איז, דוכט זיך, א קריסטליכע מושג. ביי אונז אידען ווייסט מען אז דער אויבישטער וועט ברענגען אדער א מלך קשה כהמן אז מ׳גייען אונז אלע תשובה טוהן, אדער א שטייגער ווי די בני תשע מדות וואס יסורי הגלות בוררן און זיי וועלען אויסשטארבען, אדער דארף מען בכלל נישט קיין תשובה, יעדער שיטה לויט זיינס. אבער א בירור ווער איז אריין און ווער איז ארויס, מיט׳ן טייטעלען פינגערס וכדו׳, קומט פון די rapture צו וואס די קריסטען שטרעבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אודאי גייט זיין א בירור, די שאלה איז וויאזוי עס וועט צוגיין, דורך מלחמת גוג ומגוג וואס נאר די ערליכע וועלן איבערלעבן. דאס שטייט שוין אין חז''ל.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 30, 2018 2:26 pm

למשל, ווי?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 30, 2018 3:19 pm

ולקחתי אתכם אחד מעיר ושנים ממשפחה והבאתי אתכם ציון

וואס מיינט די פסוק?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 30, 2018 3:42 pm

גראדע מלחמת גוג וועט זיין אין ארץ ישראל, אזויווי ס'שטייט אין פסוק 'ביום בא גוג על אדמת ישראל'. און די פסוק אחד מעיר ושניים ממשפחה רעדט וועגן קיבוץ גליות. סתם געמישט א טשאלנט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 30, 2018 3:56 pm

עס וועלען זיין חבלי משיח, און מענטשען וועלען ליידען, קען זיין צדיקים קען זיין רשעים, אדער ביידע. דער ׳בירור׳ אז נאר די וואוילע וועלען בלייבען, לויט וואס איך געדענק, איז נישט קיין אידישע גלויבונג. אז דו קענסט מיר ווייזען אנדערש, בין איך גרייט צו הערען.
דאס איז אמאל זיכער אז אזוי גלויבען די פונדעמענטאליסטישע קריסטען.

עכ"פ ר׳ איסר, ביטע זיך מפרנס זיין מיט די מימרא אז עס שטייט שוין אין חז"ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג יולי 30, 2018 5:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 30, 2018 4:18 pm

אויב ס'מיינט נישט רשעים אדער צדיקים, זיי מסביר דעם המשך הפסוקים:

אַךְ דְּעִי עֲו‍ֹנֵךְ כִּי בַּיהוָה אֱלֹהַיִךְ פָּשָׁעַתְּ וַתְּפַזְּרִי אֶת דְּרָכַיִךְ לַזָּרִים תַּחַת כָּל עֵץ רַעֲנָן וּבְקוֹלִי לֹא שְׁמַעְתֶּם נְאֻם יְהֹוָה

שׁוּבוּ בָנִים שׁוֹבָבִים נְאֻם יְהוָה כִּי אָנֹכִי בָּעַלְתִּי בָכֶם וְלָקַחְתִּי אֶתְכֶם אֶחָד מֵעִיר וּשְׁנַיִם מִמִּשְׁפָּחָה וְהֵבֵאתִי אֶתְכֶם צִיּוֹן

מ'דארף תשובה טון, פארוואס? ווייל ס'גייט זיין א בירור...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג יולי 30, 2018 4:36 pm

ליטוואק האט א שרעק פינעם בירור
צייט צו טון תשובה
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2137
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 30, 2018 4:44 pm

/
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2514
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2421 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1559 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 30, 2018 5:49 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:אויב ס'מיינט נישט רשעים אדער צדיקים, זיי מסביר דעם המשך הפסוקים:

אַךְ דְּעִי עֲו‍ֹנֵךְ כִּי בַּיהוָה אֱלֹהַיִךְ פָּשָׁעַתְּ וַתְּפַזְּרִי אֶת דְּרָכַיִךְ לַזָּרִים תַּחַת כָּל עֵץ רַעֲנָן וּבְקוֹלִי לֹא שְׁמַעְתֶּם נְאֻם יְהֹוָה

שׁוּבוּ בָנִים שׁוֹבָבִים נְאֻם יְהוָה כִּי אָנֹכִי בָּעַלְתִּי בָכֶם וְלָקַחְתִּי אֶתְכֶם אֶחָד מֵעִיר וּשְׁנַיִם מִמִּשְׁפָּחָה וְהֵבֵאתִי אֶתְכֶם צִיּוֹן

מ'דארף תשובה טון, פארוואס? ווייל ס'גייט זיין א בירור...
האסט צוגעזאגט א חז"ל. דאס איז נישט קיין חז"ל.

אז דו ווילסט ברענגען פון די פסוק, ביסטו נאכאמאל געבעטען צו ווייזען ווי עס שטייט אז עס וועט זיין א בירור. עס שטייט אז מ׳זאל תשובה טוהן ווייל דער אויבישטער קומט ברענגען אידען קיין ציון. אפילו עס וועט זיין איין איד אין א פארשטופטע דערפעל, וועט דער אויבישטער איהם ברענגען פון דארט קיין ציון. קוק דארט אין רד"ק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מאנטאג יולי 30, 2018 7:03 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 30, 2018 5:51 pm

מ׳קען אפלערנען די סוגיות אין סנהדרין ליתר בירור, אבער די קלארקייט איז נאכאלס ווייט פון באשטעטיגט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 30, 2018 5:54 pm

כ'האב גראדע געזוכט אין חלק, אבער די פסוק איז קלארער מיין איך.

חוץ אויב די לטאים זענען פארקערטע צדוקים וואס גלייבן נאר אין תורה שבעל פה.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2064
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1059 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1280 מאל

Re: שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 30, 2018 7:30 pm

איך זעי מ׳דרייט זיך שוין ווידער ארום. ווי שטייט אין פסוק א בירור? גארנישט. עס שטייט אז דער אויבישטער וועט ארויס נעמען איינציגע מענטשען פון א שטאט. קוק אין רד"ק וועסטו זען אז דאס מיינט אפילו איין איד פארשטופט אין א דארף פון גוים.

אין תושבע"פ, ווענדט זיך צו מ׳דארף תשובה טוהן נגאל צו ווערען, וואס דער רמב"ם פסקנ׳ט אז יא. לויט דעם, איז דער פסוק א קשיא. ועי׳ מהרש"א אז דער גאנצע מחלוקת איז נאר צו מ׳דארף תשובה מרצון אדער תשובה פון א הכרח פון אויבען. און טאמער מ׳דארף נאר א געצוואונגענער תשובה, מיינט דער פסוק נאך ווייניגער.

ולקינוח, דא האט איהר דער לשון הגמ׳ אין סנהדרין קיא.

כי אנכי בעלתי בכם ולקחתי אתכם אחד מעיר ושנים ממשפחה אמר ר''ל דברים ככתבן א''ל ר' יוחנן לא ניחא ליה למרייהו דאמרת להו הכי אלא אחד מעיר מזכה כל העיר כולה ושנים ממשפחה מזכין כל המשפחה כולה יתיב רב כהנא קמיה דרב ויתיב וקאמר דברים ככתבן א''ל רב לא ניחא ליה למרייהו דאמרת להו הכי אלא אחד מעיר מזכה כל העיר ושנים ממשפחה מזכין כל המשפחה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8600
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8062 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 30, 2018 8:00 pm

גדליה האט געשריבן:אקעי, סאו אפשר איז ר' אהרן א צדיק און אלע מענטשן וואס גייען צו די כינוס קלאמערן זיך ארום אים?
אויב איז די חילוק פשוט אז דער רבי איז געווען א צדיק און ר' אהרן איז א שגץ זאל ער דאס קלאר זאגן.

גדליה: איך האב נאך דערוווייל נישט געלייינט פו אינעווייניג דעם וואנזיניגן פארשוין'ס דעמאגאגישע און היפאקריטישע ענטפערס. ווייל איך האב נאכנישט געקויפט דעם וועקער #13. וואס איך האף בעזהשי"ת צו טון בקרוב. אבער פון דעם ביסל וואס דער עולם שרייבט דא קענמען דאך זעהן אז ס'איז נישט דא נאך אזא פארטייאישער בריאה ווי ער און זיין גרופ (די זאלונים)...1

לכאורה וואלטן דא אלע זאלונים און ער אוודאי בראש געדארפט צו שטיין צו ר' אהרן. ווייל וואס האט ער דען געטון...?! ער האט איבער געחזר'ט די שיטה הקדושה פון רעבי'ן זי"ע. און אויסגערופן בפני קהל ועדה אז די רעבע זיכרוינע ליבראכעה איז געווען גערעכט מיט זיין שיטה. און דער גרעסטער קנאי בדורנו. וועלכער לערנט פאר די שיטת רביה"ק סיי ביי פרקי אבות. און אוודאי אום ה' אייר, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער וואלט דאך געדארפט צו זיין בראש וראשונה פון די וואס שטראמען צום כינוס (לשם שמים) וואס ר' אהרן האט געמאכט. דערווייל. וואס האט ער געטון...?! ער האט צוזאמגערעדט כל דבר אסור אויף די ארגאניזירער פונ'ם כינוס. און אויפגעוויזן בק"ן טעמים פארוואס אן ערליכער איד וועלכער קלאמערט זיך בשיטת רביה"ק זי"ע טאר אהין נישט גיין. קומט אויס. אז ער (מנשה פיליפ) איז דער גרעסטער היפאקריט בדורנו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 30, 2018 8:10 pm

איש את רעהו האט געשריבן:ליטוואק האט א שרעק פינעם בירור
צייט צו טון תשובה

איש את רעהו: און דו נישט...?! דו ביסט אזוי זיכער אז דו וועסט סוירווייוון...?! ווייל דו רעדסט דיר איין אז דו ביסט פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני...! מ'עמיר שוין זעהן...! דא, אין קאווע שטיבל ביסטו א וואוילער יונג. אבער דער אייבישטער האט אנדערע חשבונות. דאס וואס דו און דיינע באדדיס זאגן און שרייבן מיינט גארנישט...! ס'קען גאר זיין אז די שקצים די מזרחי'סטן די ציונים וועללן האבן זכותים און זיי וועללן איבערלעבן. און דו ודכוותך וועללן נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג יולי 30, 2018 8:22 pm

מדי דברי: אז מ'רעדט שוין פון דעם וואנזיניגן פארשוין. און היפאקריט און דעמאגאג בדורנו. איז כדאי אראפצוברענגען עטליכע פון זיינע פנינים יקרים...!

ווען מ'האט איהם אמאל געפרעגט וואס ער זאגט איבער דעם פאקט אז דער מוסד הרב קוק געט ארויס אזעלכע שיינע ספרים. אויך אז זיי האבן איבערגעדרוקט א סאך ספרי הראשונים. האט ער געענטפערט במתק לשונו... אז מ'דארף וויסן אז בעיקבתא דמשיחא (היינטיגע צייטן) וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען קיין תורה. ווער וועט קענען לערנען...?! דער פאר וועם די סיטרא אחרא העלפט צו...! איך האף אז קיינער דא איז נישט נעכטן ארויסגעגאנגען פון אונגארן. און מ'דארף איהם נישט מסביר זיין די שטותים והבלים און וואנזיניגקייט וואס ליגט אין אזא מימרא. שוין אפגערעדט פון דעם שלעכטקייט און רישעות...!

נאך האט ער געזאגט. ווען מ'האט איהם איבערגעזאגט אז ס'איז דא בילדער ווי די סאלדאטן די ערליכע אידן זיצן און לערנען און דאווענען. האט ער געזאגט אז מ'טאר נישט קוקן אויף די פיקטשערס. ווייל מ'קען קומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים...!

די לצים זאגן אפילו אז ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דער גאנצער מנהג פון עסן דיפס אום שב"ק האבן די ציונים אריינגעברענגט. ביים רבי'ן זיכרוינעה ליבראכע האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך גדליה » מאנטאג יולי 30, 2018 10:35 pm

פון דעם שמועס לערנט מען אויך ארויס ווי אזוי כלל ישראל איז איינגעטיילט אין די וועלט פון ר' מנשה פיליף.
ס'איז דא אונזערע קרייזן און יענע קרייזן.
יענע קרייזן באשטייט פון ליטווישע און ספרדישע. (אלע וואס גייען נישט א שטריימל זענען ליטוויש און אלע וואס האבן טונקעלע הויט זענען ספרדיש)
ביי די ליטווישע איז קיינער נישט ערליך אויסער ביי די אויערבאך וואס זענען אביסל ערליך אביסל נישט
ביי אונזערע קרייזן איז דא ערליכע און נישט ערליכע
ערליכע: פילאף-קלאר-צימערמאן און אלע אנדערע וואס גייען באקוועם ווערן געטייטלט אויף די רעכטע זייט ביי משיח'ס סעלעקציע
נישט ערליכע: אהרונים בעלז וויזניץ וויזניץ וויזניץ, מסתמא ספינקא אויך ווייל ס'איז א פארטיי
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 987
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1544 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט