איסר האטלקי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אנדערע תשובות פון מר פיליפ דער באקאנטער צייטונג שרייבער, זענען אויך צו לאכען\וויינען.
זיין קענטעניס און עקספיריענס וויאזוי א בירור ארבעט האט געברענגט לידי גיחוך ממש. די תשובה צו די סתירה אין זיין גלויבונג איז אז אזוי ארבעט א בירור. איז אפשר ארבעט דער בירור ווען טריפה׳נע געלט ווערט נתברר אין ערליכע מוסדות? ניין, ווייל אין אלע פריערדיגע בירורים האט עס נישט אזוי געארבעט.
סתם אזוי, דער גאנצע מושג פון א בירור פאר ביאת המשיח איז, דוכט זיך, א קריסטליכע מושג. ביי אונז אידען ווייסט מען אז דער אויבישטער וועט ברענגען אדער א מלך קשה כהמן אז מ׳גייען אונז אלע תשובה טוהן, אדער א שטייגער ווי די בני תשע מדות וואס יסורי הגלות בוררן און זיי וועלען אויסשטארבען, אדער דארף מען בכלל נישט קיין תשובה, יעדער שיטה לויט זיינס. אבער א בירור ווער איז אריין און ווער איז ארויס, מיט׳ן טייטעלען פינגערס וכדו׳, קומט פון די rapture צו וואס די קריסטען שטרעבען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אודאי גייט זיין א בירור, די שאלה איז וויאזוי עס וועט צוגיין, דורך מלחמת גוג ומגוג וואס נאר די ערליכע וועלן איבערלעבן. דאס שטייט שוין אין חז''ל.
ר' איד, דער בירור איז געווען שנת תש"ח. אלע ערליכע אידן וואס האבן א געפיל צום עם ישראל האבן אויסדערוועלט צו אנטיילנעמען אין די אויפבוי פון ארץ ישראל, אויסער אפאר יחידים וואס האבן באשלאסן אז זיי גייען בויען זייערע אייגענע מדינה אין אוגאנדא, כ'מיין אין אראנזש קאונטי.