דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר יו"ט

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען

דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר יו"ט

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:49 pm

אפדעיט:
ויום טוב היו עושין בצאתו מן הקודש.

א גוטע וואך, און א גוט יאר, איר זאלט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.

אט קענען מיר מעלדן די פרייליכע בשורה אז דער פראכטפולער און פארגרעסערטער וועקער לכבוד סוכות איז ארויס פון דרוק!

די שענסטע און אקטועלסטע ארטיקלען פאר א ריכטיגער עונג יום-טוב.

קויפט היינט, צו ערהאלטן דעם וועקער אין צייט פאר יו''ט.

https://www.amazon.com/dp/1727436377



IMG_20180919_205410_878.jpg


שמעו נא רבותי טייערע ידידים, קוראים יקרים, יו"ט סוכות איז שוין אראונד דה קארנער, און די וועקער רעדאקציע שלאפט נישט. מיר זענען היינט געגאנגען צום דרוק מיט אונזער ריזיגער סוכות אויסגאבע, כמעט 200 זייטן אנגעפאקט מיט די שענסטע לייען-מאטעריאל אין דער אידישער שפראך.

א קאלאבאראציע פון אונזערע חברים דא אויף קאווע שטיבל, און שרייבער פון איבעראל, איז דער וועקער אן אויסגאבע וואס איז נישט דא אירס גלייכן. יעדער ארטיקל איז אייגנארטיג, אקטועל, און געשריבן אויף א גאר הויכן ניווא.

דער קומענדיגער וועקער גייט אונז ברענגען א חשוב'ן גאסט אויף יו"ט. אן אייגנארטיגער פערזענליכקייט וועלכער גיט אונז זיין גאר אינטערעסאנטע לעבנסגעשיכטע און זכרונות. ער איז נישט קיין אלטער איד, אבער ער האט אסאאאאך צו דערציילן פון די פארשידענע קאפיטלען אין זיין לעבן.

א פראפעסאר וועלכער האט א שטארקע ליבשאפט צו חסידות און דער אידישער שפראך, האט געשריבן א לענגערן מאמר אויף א טיפער נושא, און א קאנטראווערסיאלער אידישער דענקער.

"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ.

ידידינו @מיימון גיט אונז נאך א פרק אין זיין הערליכער סעריע "חכמות חיצוניות" -- דאסמאל מיט איבער הונדערט מראי מקומות... ידידינו @לעיקוואד גיט אונז דעם פערטן מאמר פון זיין באלערנדער סעריע "ירידות הדורות". ידידינו @דער געוואגטער יונגעל איז ממשיך מיט זיין "ראדימנער פראצעס".

ידידינו @רויטע וואנצעס שילדערט דראמאטיש און רירנד זיינע איבערלעבענישן אין אומאן, דעם נארוואס-פארלאפענעם ראש השנה - באגלייט מיט פערזענליך געכאפטע בילדער.

וואס נאך? השקפה, דערציילונגען (אריינגערעכנט א דערציילונג פון @יצחק וואלד!), ביכער, היסטאריע, ועוד ועוד ועוד.

התעוררי התעוררי כי בא אורך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דער וועקער אום מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 9:12 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:31 pm

דער וועקער האט געשריבן:דער קומענדיגער וועקער גייט אונז ברענגען א חשוב'ן גאסט אויף יו"ט. אן אייגנארטיגער פערזענליכקייט וועלכער גיט אונז זיין גאר אינטערעסאנטע לעבנסגעשיכטע און זכרונות. ער איז נישט קיין אלטער איד, אבער ער האט אסאאאאך צו דערציילן פון די פארשידענע קאפיטלען אין זיין לעבן.

התעוררי התעוררי כי בא אורך!

רעדט מען טאקע פון א גאסט אדער פון א היימישער?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1452 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:43 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:דער קומענדיגער וועקער גייט אונז ברענגען א חשוב'ן גאסט אויף יו"ט. אן אייגנארטיגער פערזענליכקייט וועלכער גיט אונז זיין גאר אינטערעסאנטע לעבנסגעשיכטע און זכרונות. ער איז נישט קיין אלטער איד, אבער ער האט אסאאאאך צו דערציילן פון די פארשידענע קאפיטלען אין זיין לעבן.

התעוררי התעוררי כי בא אורך!

רעדט מען טאקע פון א גאסט אדער פון א היימישער?

ער איז סיי א גאסט, און סיי א היימישער... :ששש
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:54 pm

מזל טוב מזל טוב! בשורה טובה תדשן עצם, נאכאמזל אז איך וועל באלד נישט גיין קיין שיך מיט מיין פארגרעבטע ביינער פון אזא בשורה.

איך בין זייער אנציקט און איך האף צו באשטעלען אמגיכסטען.

לכאורה ערשיין איך נישט אין די יעצטיגע וועקער, איך האב נישט אנגעיאגט עפעס ניי צו שרייבען. איך האף תשובה צו טוהן ביז צום נעקסטען וועקער.

ומכאן השיר והשבח וההודיה יוצאת לכבוד ראובן ופיקאסא, וואס ארבעטן שווער און קונצליך ארויסצוגעבן א דבר מתוקן ונאה מתחת ידיהם.

א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9623
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9224 מאל

הודעהדורך כוכב » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 7:29 pm

אין בעל נס מכיר בנסו, חברה חברה, הערזשע וואס א קלוגער איד זאגט, וואס דא גייט פאר איז חוץ לדרך הטבע, אבער ליטערלי.
זיצן ריזיגע פאבלישינג פירמעס מיט ענדלאזע ריסוירסן און פאליטישע מאכט וואס דרוקן גאנצעטע טעלעפאן בוקס אויף יו"ט און ס'איז אלץ כקלופת השום קעגן דעם וועקער און קיינער, כ'זאג נאכאמאל קיינער, פונעם גרעסטן ביזן קלענסטן, קען זיך נישט פארמעסטן מיט די קאלירפולקייט, קלאסישקייט און הויכער ניווא פון דער וועקער.
און פאר אייך טייערע עוסקים במלאכת הקודש שלא על מנת לקבל פרס כלשהוא ושר צבא ה' מורינו ר' ראובן בראשם האב איך נישט קיין ווערטער נארזשע אז איר זאלט קענען אנגיין מיט דער עבודת הקודש אומגעשטערט און מיט הרחבת הדעת והיה זה זייער בעסטער שכרם גלויב איך.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2589
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7492 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:55 pm

איז מארגן דו איינציגעסטע טאג צי באשטעלן כדי איז באקימען פאר סוכות?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3829
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4858 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1928 מאל

Re: "וועקער" סוכות מעגא-אויסגאבע אט אט דא!

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:37 pm

Wow!

איך ווייס נישט וואס איז א גרעסערע חידוש, דאס עצם ארויס געבן דעם וועקער, אדער דאס האלטן אזוי בסודי סודות און דערנאך אריין קומען מיט אן אויפרייס!

די קורצע רמיזה רייד פון די מערכת איז גענוג מיר צו אנציען די נערווען ביז כ'וועל האלטן מיין וועקער'ל אין האנט. יאך קען נישט ווארטן.

א דאנק פאר ראובן חתן דינן, די גרעפיקער, די שרייבער און אלע חברי המערכת.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:04 pm

דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


ולא מיט א אל''ף אדער ווא''ו ?
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 327
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 394 מאל

Re: "וועקער" סוכות מעגא-אויסגאבע אט אט דא!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:22 pm

ארי נוהם'ס ארטיקל ערשיינט דאסמאל נישט??
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 996
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 4418 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1791 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 1:43 am

דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


דער וועקער האט א צימעס אפטיילונג?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1848
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 928 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 2:03 am

מיר ווארטן מיט שפאנונג....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2616
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך וואלווי » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 7:35 am

ווייל אזוי האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


ולא מיט א אל''ף אדער ווא''ו ?


לא מיט א למ"ד (כידוע זל"ק פונ'ם ישוע"מ נבג"מ)...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2622
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3693 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3458 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 10:31 am

וועט נאך זיין א מעגליכקייט צו באשטעלן דעם פרישן וועקער און עס וועט אנקומען בעפאר זמן שמחתינו?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 676
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 12:25 pm

מ'וועט עס אי"ה קענען באשטעלן ממחרת יום הכיפורים. אפשר אפילו מוצאי יו"כ. האפנטליך וועט עס נאך אנקומען פאר יו''ט, אז נישט וועט עס זיין אויף חוה''מ.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 5:59 pm

איר קענט שוין באשטעלן דעם נייעם וועקער.
אי''ה מוצאי יו''ט וועלן מיר ארויפשטעלן דעם קאווער.
https://www.amazon.com/dp/1727436377
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 6:25 pm

באשטעלט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2616
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך דער דאס » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 6:37 pm

שוין באשטעלט ברוך השם!!
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 295
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 503 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 9:01 pm

ויום טוב היו עושין בצאתו מן הקודש.

א גוטע וואך, און א גוט יאר, איר זאלט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.

אט קענען מיר מעלדן די פרייליכע בשורה אז דער פראכטפולער און פארגרעסערטער וועקער לכבוד סוכות איז ארויס פון דרוק!

די שענסטע און אקטועלסטע ארטיקלען פאר א ריכטיגער עונג יום-טוב.

קויפט היינט, צו ערהאלטן דעם וועקער אין צייט פאר יו''ט.

https://www.amazon.com/dp/1727436377

בייגעלייגטע פיילס
IMG_20180919_205410_878.jpg
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:24 pm

פארווארט
(קליקט אויף די בילדער צו זען קלארער)
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180919-WA0042.jpg
IMG-20180919-WA0041.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דער וועקער אום מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל

הודעהדורך ווערעמל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:26 pm

ווי אין וויליאמסבורג קען מען קויפן די נייע וועקער?
ווערעמל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:05 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:22 am

וועקער איז ארויף מיט'ן פרייז צו ניין טאלער?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 676
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 379 מאל

הודעהדורך היטשער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:26 am

יעדע ניסן און תשרי איז דאס דער פרייז.
היטשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 15, 2018 8:00 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך שושן פורים » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:40 am

שוין באשטעלט.

כ'קען קוים ווארטן
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 749
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 955 מאל

Re: דער הערליכער סוכות "וועקער" איז דא! קויפט אין צייט פאר י

הודעהדורך נעגעל וואסער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:20 am

באשטעלט נאך פאר איך האב געזעהן די קאווער. איך האב מיר פארלאזט אויף די חזקה פון דער וועקער און זיי האבן מיר נישט אנטשויט.
איך ווארט ביים פענסטער פאר די פאסט-מאן.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

הודעהדורך דער וועקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:39 am

קאצקע ציקער האט געשריבן:
דער וועקער האט געשריבן:
"ולא לזנב" איז אן ארטיקל כשמו כן הוא. א לענגערער אנאליז און דאקומענטאציע אויף די טרויעריגע געשעענישן אין דעם חצר פון האדמו"ר ר' מנחם מענדל מוויזניץ!


דער וועקער האט א צימעס אפטיילונג?

ניין. דער וועקער רעדט פון ערנסטע נושאים וואס דארפן גערעדט ווערן.
באניצער אוואטאר
דער וועקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1099 מאל

נעקסט

גיי צוריק דער וועקער

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט